בלאט 2 פון 2

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 1:54 pm
דורך שמעקעדיג
ליפא האט געשריבן:ווייל טון עבירות האט נישט קיין הלכות, תשובה טון האט יא. ס'דארף זיין חרטה על העבר עד שיעיד וכו.. סתם פאסטן און זאגן פון א מחזור טוט נישט דער טריק.

המקדש את האשה על מנת שאני צדיק, אפילו רשע גמור הרי זו מקודשת, שמא הרהר תשובה בלבו....
אודאי איז פאראן מדריגות אין תשובה, אבער יעדער הרהור העלפט.
יש לי אריכות בזה אבל אין לי פנאי עכשיו.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 3:09 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:המקדש את האשה על מנת שאני צדיק, אפילו רשע גמור הרי זו מקודשת, שמא הרהר תשובה בלבו....
אודאי איז פאראן מדריגות אין תשובה, אבער יעדער הרהור העלפט.
יש לי אריכות בזה אבל אין לי פנאי עכשיו.

[tag]שמעקעדיג[/tag], דו ברענגסט מיר הרהורים...

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 3:45 pm
דורך chusid
אינטערסאנט אז די ספרדישע ניגון אויף סליחות דריקט אויס גאנץ אנדערע געפילן ווי ביי אונז, זיי זינגען "חטאנו לפניך" מיט אזא מנוחת הנפש...פונעם ניגון קען מען זען אז זייער גאנצע צוגאנג איז אנדירש.

דא האט איר א ספרדישע זונגגער'טע וואס איז דאס מסביר מיט א ווארט פונעם בעש"ט (קול באשה)[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=pPDJ-zpl9ew[/youtube]

דא איז פון בערי וועבער
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=C96PrFTNAHE[/youtube]

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 3:58 pm
דורך ליפא
שמעקעדיג האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:ווייל טון עבירות האט נישט קיין הלכות, תשובה טון האט יא. ס'דארף זיין חרטה על העבר עד שיעיד וכו.. סתם פאסטן און זאגן פון א מחזור טוט נישט דער טריק.

המקדש את האשה על מנת שאני צדיק, אפילו רשע גמור הרי זו מקודשת, שמא הרהר תשובה בלבו....
אודאי איז פאראן מדריגות אין תשובה, אבער יעדער הרהור העלפט.
יש לי אריכות בזה אבל אין לי פנאי עכשיו.

יא אין דעם הרהור דארף זיין א חרטה על העבר און קבלה על העתיד. זאגסט נישט אנדערש

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 5:19 pm
דורך שמעקעדיג
ביי מיין שול איז זייער פרייליך יוכ"פ. ביי "אין קצבה" איז דער עולם פרייליך ביזן הימל, מען טאנצט עד לב השמים.
כ'האב קיינמאל נישט פארשטאנען (שבת אחים אלערט, אדנירם קוק נישט בייז) לשמחה מה זו עושה, וואס ביסטו פלוצים אזוי פרייליך געווארן אז דער באשעפער איז א מלך א-ל חי וקיים וואס אין קצבה לשנותיך ואין קץ לאורך ימיך?

א פרייליכע יוהכ"פ

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 5:38 pm
דורך ירא שמים
אין מיין מאמר אינעם סוכות אויסגאבע וועט די קשיא פארענטפערט ווערן.
ווארטס מיט שפאנונג !!!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 7:10 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:ביי מיין שול איז זייער פרייליך יוכ"פ. ביי "אין קצבה" איז דער עולם פרייליך ביזן הימל, מען טאנצט עד לב השמים.
כ'האב קיינמאל נישט פארשטאנען (שבת אחים אלערט, אדנירם קוק נישט בייז) לשמחה מה זו עושה, וואס ביסטו פלוצים אזוי פרייליך געווארן אז דער באשעפער איז א מלך א-ל חי וקיים וואס אין קצבה לשנותיך ואין קץ לאורך ימיך?

בכלל נישט. אין אמשינאווער אשכול [וואס [tag]שמעקעדיג[/tag] האט נאכנישט אספיעט צו ליינען. און יעצט צאלסטו פאר דעם...] האב איך שוין אנגעמערקט די דיפערענץ פון אמשינאוו מיט אנדערע חצרות דוקא אין די נקודה פון טאנצן און זיך פרייען אום ר"ה ויו"כ. ליין למשל דא. אגב, טאקע דעם ר"ה ביינאכט האט דער עולם געטאנצן פאר'דביקות'ט נאכן דאווענען א לענגערע וויילע, א ריזן רינג אין ביהמ"ד.

--------------
וויאזוי קענען מיר זיך פרייען, און מיט וואס זאלן מיר זיך פרייען. כ'האב דא א נייער אשכול וואס בארירט שיינע נקודות וואס איז ווערט א בליק: פארוואס בלייבן צומישט? ס'איז פשוט'ער ווי דו מיינסט!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 8:03 pm
דורך געוואלדיג
שמעקי, איך פארשטיי נישט דיין שאלה, ווייל אויב האב איך א חשבון זיך צו אפרעכענען מיט איינעם מוז איך דאס טאהן וואס פריער פאר איך פעקל זיך אפ, אבער ער וואס אין קצבה לשנותיך ואין קץ לאורך ימיך, נו וואו יאגסטו זיך? נעם נאכנישט נקמה ביז וואס ווער ווען וועל איך זיך שוין אדורך קומען מיט א מחילה סליחה וכפרה.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 8:50 pm
דורך שבת אחים
שמעקעדיג האט געשריבן:ביי מיין שול איז זייער פרייליך יוכ"פ. ביי "אין קצבה" איז דער עולם פרייליך ביזן הימל, מען טאנצט עד לב השמים.
כ'האב קיינמאל נישט פארשטאנען (שבת אחים אלערט, אדנירם קוק נישט בייז) לשמחה מה זו עושה, וואס ביסטו פלוצים אזוי פרייליך געווארן אז דער באשעפער איז א מלך א-ל חי וקיים וואס אין קצבה לשנותיך ואין קץ לאורך ימיך?


ערב יוכ״פּ טשעפעסטו מיך? :o :oops: :cry:


8-) :lol: