בלאט 2 פון 4

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 2:52 pm
דורך [NAMELESS]
עס איז טאקע אינטערעסאנט צו באטראכטן וויאזוי דאס איז געשען, ווייל איך מיין אז פאר'ן קריג איז יא געווען נארמאל זיך צו געבן א קיש,
אפשר איז דאס געשען ביי די מלחמה איבערלעבער דור וואס זיי האבן פארלוירן געוויסע געפילן,

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 3:02 pm
דורך [NAMELESS]
אוודאי, אין חסידישע ספרים ווערט דאך שוין דערמאנט דער ענין נשיקין קדישין.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 3:05 pm
דורך berlbalaguleh
גראדעמעכעלע האט געשריבן:עס איז טאקע אינטערעסאנט צו באטראכטן וויאזוי דאס איז געשען, ווייל איך מיין אז פאר'ן קריג איז יא געווען נארמאל זיך צו געבן א קיש,
אפשר איז דאס געשען ביי די מלחמה איבערלעבער דור וואס זיי האבן פארלוירן געוויסע געפילן,

גראדעמעכעלע: דאס גיט חומר למחשבה. נאר איך מיין אז דאס האט צו טון מיט אכשר דרא'דיגקייט. וואו איינער וויל איבערשטייגן דעם צווייטנ'ס משוגעת'ן. ווייל די מלחמה איבערלעבער דור (אונזערע עלטערן און זיידעס/באבעס) זענען געווען גאנץ נארמאל. און זיי האבן נישט גורס געווען די היינטיגע פאררוקטע אכשר דרא'דיגע, פאררוקטע זאכן...!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 3:22 pm
דורך יעקב מענטש
איז קושן די אהבה אליינס ? אדער נאר א וועג וויאזוי אויסצודרוקן די אהבה,?
איך מיין אז ס'איז די צווייטע,

די ריכטיגע וועג וואזוי מ'האט ליעב איינעם, איז נישט מיט'ן טוהן זאגן, אדער טוהן מעשים [וואס טראגט אזוי פיל געוויכט ווי זאגן ] פון אהבה, נאר די אמתע אהבה קומט ארויס ווען מ'האט מיטגעפיעל מיט יענעם, דו העלפסט ארויס אינדערהיים כדברי וואנצעס,
א גוטע דוגמא איז די אלע שוואכע אידן, וואס קענען זינגען הקב"ה אנחנו אוהבים אותך אינמיטן גאס פאר 24 שעה רצופות, אבער האט א קנאפע שייכות מיט תורה ומצוות וואס דער אייבערשטער פארלאנגט פון אונז צו טוהן.

האב עכטע אהבה, און די אלע אויסערליכע זאכן זענען איבעריג, דיין קינד וועט אסאך מער ארויסנעמען ווען ער וועט זעהן די רעספעקט וואס דו גיבסט אפ פאר דיין ווייב, ווי דו העלפסט איר אא"וו, ווי ווען דו זאלסט איר האגן יעדע נאכט ביי סאפער און נישט צולייגן קיין פינגער אין קאלט וואסער אינדערהיים,

אונטערשטע שורה, נישט פארמישן דעם עיקר מיט עפעס וואס איך ווייס אפי' נישט צו ס'איז א טפל

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 3:25 pm
דורך שלום על ישראל
יעקב מענטש האט געשריבן:איז קושן די אהבה אליינס ? אדער נאר א וועג וויאזוי אויסצודרוקן די אהבה,?
איך מיין אז ס'איז די צווייטע,

די ריכטיגע וועג וואזוי מ'האט ליעב איינעם, איז נישט מיט'ן טוהן זאגן, אדער טוהן מעשים [וואס טראגט אזוי פיל געוויכט ווי זאגן ] פון אהבה, נאר די אמתע אהבה קומט ארויס ווען מ'האט מיטגעפיעל מיט יענעם, דו העלפסט ארויס אינדערהיים כדברי וואנצעס,
א גוטע דוגמא איז די אלע שוואכע אידן, וואס קענען זינגען הקב"ה אנחנו אוהבים אותך אינמיטן גאס פאר 24 שעה רצופות, אבער האט א קנאפע שייכות מיט תורה ומצוות וואס דער אייבערשטער פארלאנגט פון אונז צו טוהן.

האב עכטע אהבה, און די אלע אויסערליכע זאכן זענען איבעריג, דיין קינד וועט אסאך מער ארויסנעמען ווען ער וועט זעהן די רעספעקט וואס דו גיבסט אפ פאר דיין ווייב, ווי דו העלפסט איר אא"וו, ווי ווען דו זאלסט איר האגן יעדע נאכט ביי סאפער און נישט צולייגן קיין פינגער אין קאלט וואסער אינדערהיים,

אונטערשטע שורה, נישט פארמישן דעם עיקר מיט עפעס וואס איך ווייס אפי' נישט צו ס'איז א טפל

איז אמירת שמו"ע די ריכטיגע תפילה? ניין. עבודה שבלב זו תפילה. נאר וואס דען? מחמת קוצר ה'אטענשאן-שפאן, אנטלויפן די מחשבות, און די איינציגסטער וועג צו פארזיכערן א ריכטיגע תפילה, איז אז מען זאגט ארויס די ווערטער מיטן מויל. נארישע חצוניות, אבער פארט א מיטל. וכן באהבה.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 3:37 pm
דורך berlbalaguleh
שלום על ישראל: עפעס האט זיך צופיפן ביי מיר. כ'ווייס נישט אויב ס'איז דער סארקאזם דיטעקטאר אדער דער תמימות און נאאיוויטעט פייפער. ווייל אוועקצומאכן די תפילת שמו"ע וועלכע די אנשי כנה"ג האבן מתקן געווען אז ס'איז נאר א טפל, איז פונקט אזוי ווי א פאר תמימים זאגן אז דער ----י---ל וועגט איבער דעם שולחן ערוך און די גמרא...!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 3:45 pm
דורך [NAMELESS]
נא האסטו די תירוץ, אויב די געפיל צום ראשית חכמה געבט מען ארויס אין פארעם פון א קיש, וויאזוי זאל מען טון דאס זעלבע צום איידעלע באליבט ווייבל,

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 3:49 pm
דורך Kool man
כדברי רויטע וואנצעס, ועוד, מ'זעהט ביי אוה"ע ווי זיי קושען זיך און הערען נישט אויף צו ווייזען ליבשאפט, ווען מ'ווייסט אז אינערליך קענען זיי זיך רייסען ביי די קעפ אגאנצען טאג, פיהל פון די מנשקים ומנשקות הרג'ענען זיך צומאהל איינער דעהם אנדערען, און אלע נשיקות ווערען צואינען ווי א זייפען בלאז, איך האב געזעהן ביי מיינע עלטערען שעצונג, קערינג און שערינג און געפיהל, ווען מיין מאמע האט זיך צובראכען א פיס איז מיין טאטע איר געשטאנען ארויסהעלפען און אהיימגעקומען פריער איר צו שטיין ביי די האנט, ווען מיין טאטע האט געדארפט עסען האט ער געפרעהגט מיין מאמע צו זי האט שוין געגעסען, אא"וו, און די זעלביקע פון מיין מאמע צו די טאטע, ס'יז געווארען ביי אונז איינגעפלאנצט אז די טאטע מאמע האבען גרויס אהבה, און מיט דעהם זעמיר אויפגעוואקסען, א קוש וואלט נישט געהאט קיין גוטען עפעקט

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 4:05 pm
דורך שלום על ישראל
berlbalaguleh האט געשריבן:שלום על ישראל: עפעס האט זיך צופיפן ביי מיר. כ'ווייס נישט אויב ס'איז דער סארקאזם דיטעקטאר אדער דער תמימות און נאאיוויטעט פייפער. ווייל אוועקצומאכן די תפילת שמו"ע וועלכע די אנשי כנה"ג האבן מתקן געווען אז ס'איז נאר א טפל, איז פונקט אזוי ווי א פאר תמימים זאגן אז דער ----י---ל וועגט איבער דעם שולחן ערוך און די גמרא...!

די נאאיוויטעט ליגט ביי אייך. ווער מאכט אוועק די תפילת שמו"ע? מיין נקודה איז זייער קלאר: די די אנשי כנה"ג האבן עס מתקן געווען ווייל מחשבות פליען אהין און אהער, און מ'דארף עס ארויסברענגען בפועל. די זעלבע מיט ליבשאפט. כדי אנצוהאלטן א שטארקע בונד, פעהלט זיך אויס עס צו ארויסברענגן בפועל.

Re: זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 4:28 pm
דורך דעת תורה
גראדעמעכעלע האט געשריבן:עס איז טאקע אינטערעסאנט צו באטראכטן וויאזוי דאס איז געשען, ווייל איך מיין אז פאר'ן קריג איז יא געווען נארמאל זיך צו געבן א קיש,
אפשר איז דאס געשען ביי די מלחמה איבערלעבער דור וואס זיי האבן פארלוירן געוויסע געפילן,

אויף וויפיל כ'האב געליינט / געזען / געהערט איז דאס נישט געווען די נארמע אין ערגעץ, ביי 'טראדיציאנאלע' אידן (ד.ה. לאו דוקא מדקדקים בקלה כבחמורה נאר נאכנישט מאדערן געשטימט. אירעלעוואנט די מאס שמירת תומ"צ).

ליבי אומר לי אז דאס צייגן ברבים אהבה בין איש לאשתו איז א מאדערנע זאך, א אפנויג פון 'טראדיציאנאלע' קאנסערוואטיווע ווערטן און רעליגיעזע מנהגים. כ'וואלט זיך געטרויט צו זאגן (ביז מ'וועט מיר אפווענדן) אז ביי גוים איז דאס אויך נישט געווען די נארמע ביז די מאדערנע תקופה.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 4:38 pm
דורך berlbalaguleh
אבטולמוס האט געשריבן:אינטערעסאנט אז דעם שרעק-אנווארפנדן "ראשית חכמה", און אנדערע ספרים פאר וועלכע ס'איז נישט באמת דא קיין איבריגע אהבה, איז מען יא מחנך צו קושן דייקא מיט די ליפן.

ראובן: אז מ'רעדט שוין. די מלמדים וועלכע לערנען ראשית חכמה און קב הישר (די שרעקעדיגע חלקים, וואו ס'רעדט זיך פון שאול תחתית און כף הקלע) מיט קליינע קינדער דארף מען מעביר זיין. מיין רבי האט דאס געלערנט אין קלאס. און איך און מיינע חברים האבן ביי ריסעס געשפיעלט אז אונז זענען מלאכי חבלה און מ'ווארפט איינעם אין כף הקלע. אונז זענען געווען זייער שטארק דזשעלעס אויף די מלאכי חבלה...! אבער ס'איז דא קינדער וועלכע האבן נייט-מעירס און ווערן זייער שטארק דערשראקן...!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 5:36 pm
דורך לאשיצער
דעת תורה האט געשריבן:ליבי אומר לי אז דאס צייגן ברבים אהבה בין איש לאשתו איז א מאדערנע זאך, א אפנויג פון 'טראדיציאנאלע' קאנסערוואטיווע ווערטן און רעליגיעזע מנהגים. כ'וואלט זיך געטרויט צו זאגן (ביז מ'וועט מיר אפווענדן) אז ביי גוים איז דאס אויך נישט געווען די נארמע ביז די מאדערנע תקופה.

דאכט זיך אז דו ביסט גערעכט. אויך ביי גויים איז דא א הייסע אנגייענדע דיסקוסיע איבער דעם ענין זיך קושן בפרהסיא (זע לדוגמא דעם ארטיקל פון צוריק מיט דרייסיג יאר)

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 5:52 pm
דורך [NAMELESS]
@דעת תורה, דו רעדסט וועגן צייגן אהבה ברבים, די שמועס דא איז איבער זיך פירן באהבה אינדערהיים פאר די קינדער,

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 5:54 pm
דורך שלום על ישראל
ס'א גרויסע חילוק פון קושן בפרהסיא, אין פארענט פון פרעמדע, און פאר די אייגענע קינדער.

Re: זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 5:59 pm
דורך ירא שמים
השתא דאתית להכי אז קושען איז א דבר צנוע , קען פארנט פון קינדער אויך זיין א חסרון אין צניעות ,והנח להם לישראל.

Re: זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 8:22 pm
דורך ירא שמים
ImageUploadedByTapatalk1442794943.707654.jpg

Re: זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 8:22 pm
דורך ירא שמים

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 8:43 pm
דורך berlbalaguleh
ירא שמים: די סצענע וועלכע איז אראפגעמאלן אויפ'ן פאסט קארטל איז דאך פון פרייטיג צו נאכטס. אפשר ראש השנה שחל להיות בשבת. נו, ס'שטייט דאך אזוי אין אתקינו סעודתא פון אר"י הק'. ..."יחבק לה בעלה, וביסודא דילה, דעביד נייחא לה, יהא כתיש כתישין...!
(נאך א מזל ס'איז אויף אראמיש, און די קינדער פארשטייען עס נישט, האפנטליך...)

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 9:49 pm
דורך ברסלבער
זייער א שטארקע נקודה, @וכדומה.

ווי דער עולם זאגט שוין איז לאו דוקא די ווארט קיש. די ווארט איז ארויסציווייזן אהבה ואחוה, וואס דאס איז די געזונטסטע זאך פאר די קינדער.
אויף צו קענען געבן א קיש אין פארענט פון די קינדער, דארף מען קודם טוישן די גאנצע מענטאליטעט ביים היימישן ציבור, אזוי אז דער קינד זאל דאס נישט אנקוקן ווי די טאטע מאמע זענען אראפ פון זינען, וואס דאס אליין קען אים שאטן.

מאנכע פירן זיך צו שיקן מעסיזשעס צו די מאמע, אז זי איז דאס אדער יענץ וכדו'. דאס איז דאס ערגסטע זאך וואס מען קען טון מיט א קינד, אים צו נוצן אלס שטעקן קעגן די ווייב. אבער מדה טובה מרובה, מען קען שיקן א מעסיזש מיט א קינד אז דאס קינד זאל איבערגעבן פאר די מאמע אז מען האט איר זייער ליב, און אז זי איז די בעסטע וכו'. וכן אני נוהג.

Re: זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 10:19 pm
דורך ירא שמים
ברסלבר וואס פונקטליך איז ראנג מיט אונזער ממענטאליטעט ? דאס זיך נישט קושען איז א ענין פון צניעות , און ליבשאפט ארויסווייזען קען מען אננדעם אויך איז וואס איז די פראבלעם ?!

Re: זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 10:23 pm
דורך ירא שמים
אבטולמוס האט געשריבן:אינטערעסאנט אז דעם שרעק-אנווארפנדן "ראשית חכמה", און אנדערע ספרים פאר וועלכע ס'איז נישט באמת דא קיין איבריגע אהבה, איז מען יא מחנך צו קושן דייקא מיט די ליפן.

דיסלייק
ראובן ספאסט נישט פאר דיר .

Re: זיך קריגען יא, אבער א קיש ח"ו

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 10:24 pm
דורך ירא שמים
berlbalaguleh האט געשריבן:ירא שמים: די סצענע וועלכע איז אראפגעמאלן אויפ'ן פאסט קארטל איז דאך פון פרייטיג צו נאכטס. אפשר ראש השנה שחל להיות בשבת. נו, ס'שטייט דאך אזוי אין אתקינו סעודתא פון אר"י הק'. ..."יחבק לה בעלה, וביסודא דילה, דעביד נייחא לה, יהא כתיש כתישין...!
(נאך א מזל ס'איז אויף אראמיש, און די קינדער פארשטייען עס נישט, האפנטליך...)

פארדעם טאר מען נישט לערנען קבלה פאר די פערציג ! בוסט שוין פערציג ?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 11:16 pm
דורך [NAMELESS]
ירא שמים האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:ירא שמים: די סצענע וועלכע איז אראפגעמאלן אויפ'ן פאסט קארטל איז דאך פון פרייטיג צו נאכטס. אפשר ראש השנה שחל להיות בשבת. נו, ס'שטייט דאך אזוי אין אתקינו סעודתא פון אר"י הק'. ..."יחבק לה בעלה, וביסודא דילה, דעביד נייחא לה, יהא כתיש כתישין...!
(נאך א מזל ס'איז אויף אראמיש, און די קינדער פארשטייען עס נישט, האפנטליך...)

פארדעם טאר מען נישט לערנען קבלה פאר די פערציג ! בוסט שוין פערציג ?

אונזער באלעגאלעה איז שוין אסאאאאאאאך עלטער דערפון!!