בלאט 2 פון 16
נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 1:29 pm
דורך שרייבער
יואליש האט געשריבן:יאנקל האט געשריבן:יידל האט געשריבן:יאנקל האט געשריבן:איינער קען אפשר מסביר זיין פארוואס מ׳קען נישט איינמאל פאר אלעמאל אננעמען בודק צו זיין יעדן מוהל צי ער האט הערפיס?
כ'מיין ווייל רוב מוהלים האבן הערפיס. אייגענטילך, כ'מיין אז רוב ערוואקסענע האבן דאס.
ריכטיג. דוכט זיך אז ניינציג פראצענט מענטשן האבן הערפיס. אבער איז אזא טראגעדיע אז נאר צען פראצענט מוהלים וועלן קענען מאכן מציצה בפה?
כ'האף אז האדמו"ר מהר"א מסאטמאר, וועלכע איז זעלבסט א מוהל טעגליך, גיט זיך באזונדער אכטונג איבער זיין געזונט און הייגין. דאס ערגסטע סקאנדאל וועט זיין חלילה א פאטאליטעט פון אונטער זיין מוהל מעסער.
ער גיבט אכטונג פונקט ווי יעדן מוהל, וואס שייך באזונדער?
נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 1:33 pm
דורך [NAMELESS]
איז די קאמף פאר מציצה בפה, א קאמף וועלכע איז נגד דעתם וועלכער די צוויי גרעסטע גדולי האחרונים וואס זענען געווען פארהייליגט אין "די גאנצע אידישע וועלט" דער חתם סופר און דער חפץ חיים וועלכע זענען מתיר מציצה בכלי, אזויפיל וויכטיגער ווי א-ל-ע-ס ?
מען רייסט זיך אין קאורט, מען בונטעוועט אין די גאסן, מען שלאגט זיך פופצן יאר, מען טוט אפ אלע מעשי רשע, אבער גארנישט האלט נישט אפ, גארנישט מאכט נישט די צוויי אחים הגדולים זיך זעצן ביי איין טיש? נאר דער קליינטשיגער קען עס גורם זיין?
נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 1:39 pm
דורך יואליש
כ'האף אז יעדע מוהל גיט אכטונג. אבער א אדמו"ר פון א גרויסע חסידות (און א קעמפער קעגן מציצה בפה) איז א היי פראפיל מענטש און ס'וועט זיין מטעמים - לאו דוקא פון זיינע שונאים, הגם פון א טייל פון זיי אויך - אז מ'קען אזא פישל בראטן, ממילא האף איך אז ער טעסט זיך כסדר מרצונו הטוב.
נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 1:44 pm
דורך לעמיל
למעשה וואס האט מען אויפגעטין ביי די מיטונג? חוץ אז ביידע סטאמער זענען געזעצען צוזאמען
נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 2:30 pm
דורך אוהב ספרים
קופערניקוס האט געשריבן:איז די קאמף פאר מציצה בפה, א קאמף וועלכע איז נגד דעתם וועלכער די צוויי גרעסטע גדולי האחרונים וואס זענען געווען פארהייליגט אין "די גאנצע אידישע וועלט" דער חתם סופר און דער חפץ חיים וועלכע זענען מתיר מציצה בכלי, אזויפיל וויכטיגער ווי א-ל-ע-ס ?
מען רייסט זיך אין קאורט, מען בונטעוועט אין די גאסן, מען שלאגט זיך פופצן יאר, מען טוט אפ אלע מעשי רשע, אבער גארנישט האלט נישט אפ, גארנישט מאכט נישט די צוויי אחים הגדולים זיך זעצן ביי איין טיש? נאר דער קליינטשיגער קען עס גורם זיין?
סתם פאלט אראפגעבערענגט.
נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 2:41 pm
דורך [NAMELESS]
אוהב ספרים האט געשריבן:קופערניקוס האט געשריבן:איז די קאמף פאר מציצה בפה, א קאמף וועלכע איז נגד דעתם וועלכער די צוויי גרעסטע גדולי האחרונים וואס זענען געווען פארהייליגט אין "די גאנצע אידישע וועלט" דער חתם סופר און דער חפץ חיים וועלכע זענען מתיר מציצה בכלי, אזויפיל וויכטיגער ווי א-ל-ע-ס ?
מען רייסט זיך אין קאורט, מען בונטעוועט אין די גאסן, מען שלאגט זיך פופצן יאר, מען טוט אפ אלע מעשי רשע, אבער גארנישט האלט נישט אפ, גארנישט מאכט נישט די צוויי אחים הגדולים זיך זעצן ביי איין טיש? נאר דער קליינטשיגער קען עס גורם זיין?
סתם פאלט אראפגעבערענגט.
וואס מיינט איר מיט די ווערטער "סתם פאלט אראפגעבערענגט"
נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 2:46 pm
דורך יידל
ער מיינט "פאלש" נישט "פאלט".
נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 2:55 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 3:20 pm
דורך שמואל הלוי
שמעקעדיג האט געשריבן:כ'האב קיינמאל נישט געוואוסט אז ער איז א מוהל?
לויט ווי איך האב געהערט מאכט ער בלויז חיתוך, פריעה און "מציצה בפה" מאכט זיין איידעם דער מוהל מומחה ר' ברוך ט"ב בן אב"ד וואלאווע.
נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 3:43 pm
דורך קאמפיאטער
ניין ווי איך ווייס פין א משפחה ברית, מאכט ער שוין אלעס אבער ער האט א עומד על גביו געווענליך איז עס ר' אהרן ווייס פין מאנרא.
שווערע בריתן ווי נולד מהול אין דאס גלייכן נעמט ער נישט אן.
נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 3:53 pm
דורך יואליש
קאמפיאטער האט געשריבן:ניין ווי איך ווייס פין א משפחה ברית, מאכט ער שוין אלעס אבער ער האט א עומד על גביו געווענליך איז עס ר' אהרן ווייס פין מאנרא.
שווערע בריתן ווי נולד מהול אין דאס גלייכן נעמט ער נישט אן.
געווענליך - און אפשר גאר אייביג - איז ער סנדק און מוהל באנאזאם. דאס זיצן פארשפארט מסתם פון מאכן די עזריאל גליק פאטענט פון ארומגארטלן די טלית.
נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 4:18 pm
דורך שרייבער
שמואל הלוי האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:כ'האב קיינמאל נישט געוואוסט אז ער איז א מוהל?
לויט ווי איך האב געהערט מאכט ער בלויז חיתוך, פריעה און "מציצה בפה" מאכט זיין איידעם דער מוהל מומחה ר' ברוך ט"ב בן אב"ד וואלאווע.
שוין עטליכע יאר געהעריג אלעס חיתוך פריעה מציצה, עומד על גביו איז נישטא קיין קביעות, יעדער וועלט וועם ער וויל
נשלח: פרייטאג יוני 29, 2012 11:20 am
דורך איינער
דאס איז א בילד, ווי רבנים נעמען זיך צוזאם אנקעגן דעם חתם סופר וואס זיי ניצן טעגליך אין זייער תורה'לעך. אן זיך רעכנען מיט די בעביס וואס וועלן ליידער ליידן די ביטערע רעזולטאטען פון הערפיס.
נשלח: פרייטאג יוני 29, 2012 11:22 am
דורך יידל
ווער איז דער אינגערמאן אן די בארד מיטן קאפעלע וואס זיצט אינדערמיט אקעגן די רבנים און אלע רבנים קוקן אויף אים?
נשלח: פרייטאג יוני 29, 2012 11:47 am
דורך זר זהב
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Kih2AOGXyiU[/youtube]
נשלח: פרייטאג יוני 29, 2012 11:53 am
דורך יידל
איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס פאפא רב דרשנ'ט דארט. איינער וויל מסביר זיין?
נשלח: פרייטאג יוני 29, 2012 12:46 pm
דורך שרייבער
יידל האט געשריבן:ווער איז דער אינגערמאן אן די בארד מיטן קאפעלע וואס זיצט אינדערמיט אקעגן די רבנים און אלע רבנים קוקן אויף אים?
דער איז די לויער לכאורה
נשלח: פרייטאג יוני 29, 2012 1:37 pm
דורך אוהב ספרים
איינער האט געשריבן:דאס איז א בילד, ווי רבנים נעמען זיך צוזאם אנקעגן דעם חתם סופר וואס זיי ניצן טעגליך אין זייער תורה'לעך. אן זיך רעכנען מיט די בעביס וואס וועלן ליידער ליידן די ביטערע רעזולטאטען פון הערפיס.
שוין נאך איינער וואס האקט א טשייניק בלי ידיעות
קוק שו"ת מהר"ם שיק או"ח סימן קנב, אז די הוראה פון דעם חת"ס איז נאר געווען א הוראת שעה לעיר ווינא הבירה, ודעתו שהוראה זו לא נמסרה לדורות כי לא נעתקו ע"י החת"ס בפנקס התשובות
קוק אויך בשו"ת מנחת יצחק ח"א סי' צ"א וואס שרייבט דלא ניחא ליה להחתם סופר בהתגלות תשובה זו לרבים וכו'
אויכעט אין שבט הלוי ח"ב סימן קל שבודאי לא טוב עשה הג"ר אליעזר הורוויץ אב"ד ווינא [שאליו נכתבה התשובה] שפרסם התשובה ברבים ועשה מזה הוראה קבועה בעירו כו'
הער אויף צו ליינען אלע משכילישיע סייטס וועסטו וויינעגער ווערען אנגעשטאפט מיט דיעות כוזבות
נשלח: פרייטאג יוני 29, 2012 1:49 pm
דורך אוהב ספרים
אלע תלמידי חת"ס האלטען אנדערש ווי די, רובם ככולם פון די פוסקי הדורות האלטען אז דאס איז יא א חלק ממצות מילה וכו' אין די האלטסט אנדערש, איך הער
חוץ מזה די חתם סופר אליינס אין יענער תשובה שרייבט אז ער איז נאר מתיר בספוג אם יעידו הרופאים אז עס מאכט דער זעלבער פעולה ממש ווי מציצה בפה, דהיינו אז עס קומט אהן לדם בכל מקומות הרחוקים בגיד, און ער איז מעיר אז ממה שראה אינו כך וכו', ממילא איז דער חתם סופר נישט רעלעוואנט לענינינו, אם כי בשפופרת קאן זיין אנדערש די מציאות
נשלח: פרייטאג יוני 29, 2012 2:48 pm
דורך [NAMELESS]
גדול הדורות האחרונים הנערץ והנקדש בעל חפץ חיים ברענגט אראפ דעם חתם סופר להלכה [left]אין משנה ברורה והלכתא כוותיהאלזא דרייט נישט דעם קאפ
נשלח: פרייטאג יוני 29, 2012 2:53 pm
דורך פראפעסאר שפירא
קופערניקוס האט געשריבן:גדול הדורות האחרונים הנערץ והנקדש בעל חפץ חיים ברענגט אראפ דעם חתם סופר להלכה אין משנה ברורה
ווי ?
נשלח: פרייטאג יוני 29, 2012 3:13 pm
דורך [NAMELESS]
אין הלכות שבת אנפאנג סימן שלאדיני מילה בשבת
נשלח: פרייטאג יוני 29, 2012 3:18 pm
דורך געפילטע פיש
פראפעסאר שפירא האט געשריבן:קופערניקוס האט געשריבן:גדול הדורות האחרונים הנערץ והנקדש בעל חפץ חיים ברענגט אראפ דעם חתם סופר להלכה אין משנה ברורה
ווי ?
סימן של"א:
משנה ברורה (ד)
חוזר וכו' - דאף דגמר לחתוך הערלה ובדיעבד יצא ידי מצות מילה אפילו בלא אלו הציצין מ"מ כל זמן שלא סילק ידו מן המילה מקרי כלכתחלה וכולה חדא מלתא היא דנתנה שבת לדחות אצלה ועיין בחידושי הר"ן שכתב דאפילו כבר סילק ידו מן החתוך והתחיל לפרוע מקרי עדיין לא סילק ידו מן המילה דמילה ופריעה חדא מילתא היא [אך כשהוא עוסק במציצה מסתפק שם אם מותר בשבת לחזור לציצין שאינם מעכבין
דדלמא המציצה מקרי רק רפואה ולא צורך מילה עי"ש] ולפ"ז פשוט דאפילו אם הפורע הוא אחר כ"ז שהוא עוסק במצותה מותר לו לראשון לחזור ולגמור את הציצין שאינם מעכבין דלא משגחינן במה שהוא סילק ידו כיון דעדיין לא נגמרה מצות מילה
ביאור הלכה:
ופורעין ומוצצין. עיין בתשובת בנין ציון סימן כג וכד דהמציצה דוקא בפה ולא ע"י דבר אחר שהמציאו הרופאים החדשים. ובתשובת יד אליעזר סימן (?)
מתיר למצוץ בספוג, דבדוקה דיותר טוב ממציצה בפה, ואפילו בשבת יש להתיר בספוג, ע"ש [פ"ת על או"ח]