בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 5:50 am
דורך [NAMELESS]
אדנירם האט געשריבן:
אבטולמוס האט געשריבן:עס קוקט אויס אז ער וויל זיין מער ליבעראל פון קאווע שטיבל. ער מאכט זיכער צו דערמאנען פרויען ווי מעגליכע שרייבער.
יעדער וואס וויל שרייבן פאר אונז מוזן אריינשיקן אן ארטיקל אדער צוויי פאר ער אדער זי וועט ווערן אנגענומען צו שרייבן אויף אונזער בלאג/מאגאזין

מלכתחילה געטראכט דערפון. אבער כדברי [tag]ריכטיג[/tag] לא ראיתי שבית הקפה יהי' לשותי קפה שחור בלבד, ללא חלב...
ואבע"א שאני ימיה הראשונים של ק"ש מימינו אנו. אבל לדעתי הבל יפצה פיהם בענין הלז.

אגב, עוד לא מצאתי מקום שיהי' יותר ליברלי מבית הקפה ולא יהי' פאליש. ומכאן ראי' מוחצת, שטוב ללכת לבתי מרזח מללכת לבית הכנסת... ;)

ר' שש, פון רעדן אין לשה"ק וועלן נישט צוריק קומען די פרויען שרייבערס

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 7:22 am
דורך moshav zekeinim
אזוי ביי יעדער גרופע, דארף זיין אויסער פרינציפן, אויך א גייסט. קאווע שטיבלס פרינציפן זענען אפשר זייער ברייט, אבער דער גייסט דא איז היפש שמאל. אויך דער פאקט אז גוטע ארטיקלען דא ווערן נישט סארטירט און באקומען נישט קיין אפעציעלער אויבן אן אינעם שטיבל העלפט נישט צום פאפולערקייט און זיכער נישט אז שרייבער זאלן האבן חשק צו שרייבן. ווי עס קוקט אויס וויל למען דעת פארפילן די צוויי לעכער, דורך געבן אן אויבן אן פאר די ארטיקל שרייבער, און שאפן א ברייטער רוח. צו עס וועט זיי געלונגען צו נישט ווייס איך נישט. אויב זענען זיי אונזערע אמאליגע גדולי קאווע שטיבל דאן לייג איך נישט אזא גרויסע האפענונג דערויף, ווייל רובם זענען דאכט זיך נישט קיין פלייסיגע ארגאניזירער, און זייער ווייט פון למעשה.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 11:19 am
דורך גנדי
http://lemaandaas.com/about/

למען דעת איז א אידיש/ענגליש אנליין מאגאזין פאר חסיד׳ישע אידן וואס זיכן זיך אונטער צו האלטן מיט אונטערעסאנטע אינטעלעקטואלע ליין מאטריאל פון א הויכן קוואליטעט, ווי אויך האבן מיר א פורום ווי די באניצער פון אונזער סייט קענען זיך אדורך שמועסן צווישן זיך. מיר ווידמען דאס מערסטע טייל פון אונזער אינהאלט פאר אינהאלסטרייכע ארטיקלען איבער א רייכן אויסוואל פון נושאים פון געזונט און פינאנץ ביז טעכנעלאגיע און וויסענשאפט און א לאנגע ליסטע אינדערמיט, ווי אויך דעקן מיר קראנטע איצטיגע אידישע און וועלטליכע נייעס’ן פון ארום דער וועלט.

מיר פארשטייען די אחריות צו פובליצירן נאר אויסגעהאלטענע כשר’ע ליין מאטריאל אן קיין חשש מחלוקת אדער רכילות אויף קיין שום איד נישט קיין חילוק צו א יחיד אדער א רבים, דערפאר מאכן מיר א קבלה טובה ברבים נישט צו באריכטן קיינע נייעס אויף קיין שום פארמאט וואס קען וויי טוהן אדער שאדן מאכן פאר קיין שום איד אויף סיי וואס פאר אן אופן. די רעדאקציע פון למען דעת פארשפרעכט צו אנהאלטן און הייבן די הויכע סטאנדארטן פון אידישע ליין מאטריאל הן לגבי די קוואליטעט פון די שרייבווערק אין די ארטיקלען און נאך מער לגבי די אויסגעהאלטנקייט פון די תוכן דערפון.


ווי ברייט און אפן קען דאס שוין זיין?

זעהט אויס ווי די מענער פון אייוועלט האבן חתונה געהאט מיט די פרויען פון מעלות און געבוירען למען דעת.

Re: נייע אידישע וועבסייט "למען דעת"

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 11:28 am
דורך ירא שמים
אז מרעדט נישט קיין רכילות און מגיט אכטונג נישט וויי צו טוען א צווייטען קען מען נישט זיין אפן ? מוחל דיין אפנקייט!!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 5:17 pm
דורך סופר
איך קען נאך נישט וויסן וואס עס גייט ווערן דערפון, אבער עס קוקט אויס ווי זיי מיינען עס ערנסט. זיי האבן געענטפערט אויף קאמענטס, פארראכטן עטליכע טעותים, איבערגעשריבן דעם הקדמה, און ארויף געלייגט א פרישע פאוסט היינט. לאמיר זען וואס עס ווערט דערפון...

גראדע קוקט אויס ווי זיי פלאנען עפעס מער פון א פשוטע פארום און בלאג, זיי פאררופן זיך אלס מאגאזין גאר...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 8:48 pm
דורך [NAMELESS]
איך גלייב אז ביז געציילטע טעג וועט נתלבן ווערן צו זייער ציהל איז
וערומים יכתרו דעת,
אדער ו'דעת מזומות אמצא.
צו גאר אין א מצב פון ועץ ה'דעת טוב ורע...

זאל עס זיין למען דעת כי אין עוד מלבדו.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 8:52 pm
דורך [NAMELESS]
לאמיר לערנען פשוט פשט:
למען דעת - כל 'עמי הארץ'... :D

Re: נייע אידישע וועבסייט

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 9:29 pm
דורך [NAMELESS]
ער שרייבט אז ער האט פליצלינג באקימען טרעפיק פון די גאנצע וועלט אהן געבן קרעדיט פאר קאווע שטיבעל וואס האט אהין געשיקט די טרעפיק. חוצפה!!!

ער שרייבט
 
אבער זעהנדיג די ווארימע אפרופן פון די פרייליכע טרעפער פון אונזער זייטל וועלן מיר אין די קומענדיגע טעג פובליצירן אונזער ערשטער אינטערוויא וואס מיר האבן געהאט מיט א חשוב׳ע וויכטיגע ארגעניזאציע וואס שטייט פאר א וויכטיגן צוועק אין אונזער געמיינדע און מיר האפן אז איר וועט הנאה האבן

לויט ווי איך הער איז די "חושב'ע וויכטיגע ארגעניזאציע" yaffed, און די אינטערוויא גייט זיין מיט נפתלי מאסטער

Re: נייע אידישע וועבסייט "למען דעת"

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 10:39 pm
דורך ירא שמים
אויב ער ברענגט מאסטער גלייך ביים אנהייב מסתמא איז מאסטער דער אנדרייער פונ׳ם סייט כדי מיט א פרומען שלייער אריינכאפן אומשולדיגע נשמות אין נעץ אריין, אנדערש פארוואס זוכט ער זיך צרות אז משומר זאל בלאקן זיין סייט און ער וועט נישט מאכן קיין געלט פון אדווערטייזמענט.

נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 1:32 pm
דורך [NAMELESS]
ארטיקעל מיט מאסטער איז יעצט געווארן ארויף געשטעלט
http://lemaandaas.com/%D7%90%D7%9F-%D7% ... %90%D7%A1/

נשלח: מאנטאג אקטאבער 26, 2015 1:15 pm
דורך ישראל קאפקע
[tag]ראשעקאל[/tag] למען דעת באדאנקט אייך ביים נאמען (און לינקט צו קאווע שטיבל) אין זיין לעצטיגע פאוסט.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 11:46 am
דורך [NAMELESS]
תכלית, איינער האט א מושג צו די וועבזייטל איז סוקסעספול? [איך בין בלאקירט].
[tag]ראשעקאל[/tag]

Re: נייע אידישע וועבסייט "למען דעת"

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 11:48 am
דורך [NAMELESS]
טויט

נשלח: מאנטאג יאנואר 25, 2016 1:39 pm
דורך סופר
איך האב יעצט געזען אז ער האט געפאוסט עפעס א ראדיקאלע פאליטישע/עקאנאמישע ארטיקל, איך האב געוואלט קאמענטן אבער קאמענטס זענען דיסעבלד און מען מוז זיך איינשרייבן צו דעם פארום און קאמענטן דארט, איך בין נייגעריג פארוואס ער האט אנגעהויבן מיט אזא ארטיקל, האט עס נאך איינער דא געליינט?

נשלח: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:16 pm
דורך שלמה המלך
berlbalaguleh האט געשריבן:
שלמה המלך האט געשריבן:זייער גיט! עס מעג שוין זיין א דריטע פארברענג ארט וואס איז נישט אזוי רעכט ווי אייערוועלט און נישט אזוי לינק ווי קאוועשטיבל
די איינציגסטע אישו איז מיין צייט....

שלמה המלך: קאווע שטיבל איז שוין גארנישט אזוי לינק. דאס אנטי-ציוניזם און די איינגעבאקענע האס צו מדינת ישראל ליגט נאך פאר'ן עולם (רוב עולם) אין די ביינער. ווען מ'מאכט א ביסל ליצנותא דעבודה זרה און איהרע פאן טרעגערס (א יעדע עקסטרעמע איידיע און שיטה איז בבחינת ע"ז) כאפט עס נישט דעם עולם. פארקערט. זיי ----יג און ----ל ---ע מאכן נאך דעם מעורר/אויפמערקזאממאכער כאילו ער דארף נויטיג מעדיקל אטענשן פאר אויפברענגען די אבסורדע טעאריעס און פיהרונגען פון די עקסטרעמע, אלט געזעסענע מענטשן, וועלכע כאפן נישט, אדער ווילן נישט כאפן אז מ'האט זיי געפיהרט אין באד אריין...!
אויף דעם קענמען זאגן דעם פסוק אין תהילים..."אך שקר נחלו אבותינו"... :lol: :אומגלויבליך:

נישט ריכטיג!
ס'איז דא געניג חבירים דא וואס אינטערעסירט נישט אנטי ציוניזם וכדו', זענען נישט אויפגעצויגען געווארען אין הארץ פון וויליאמפעסט וכדו' אבער פארט געהאט א געזינטע חינוך, זיי שטערט גענוג וואס מאנכע דא אין שטיבל זענען אזוי אויסגעשפראכען קעגען יעדע נארמאלער אידיעלאגיע מיט וואס מ'האט אונז אויפגעצויגען! בכלל נישט קיין עקסטרים, נישט א גרויסע היט און נישט קנאבעל עסאכץ, ווי אזוי די ווילסט עס רופען - גענוג ברייטע קעפ דא וואס פארטראגען מדע מיט א טיפקייט און ווייסען אסאך היסטאריע באדערט דעם האס וואס ליגט באגראבען ביי אסאך פון אונז קעגען 'חרידיזם'

עס איז נישט די שמועס דא, און אפשר בעסער בכלל נישט מאכען פון דעם א שמועס, אבער די פאקט איז עס איז א חילוק ווען איינער רעדט פון ווייטאג צו איינער וואס רעדט מיט האס! יעדער פון אונז - כמעט - איז באטראפען פון 'חרידיזם' מיט איהרע באבאס, אבער סטאפ די היעט! (איך הענג נישט קיין סיין ווייל טראמפ וועט הייסען מיך ארויסטראגען פון דאנעט) אבער רעדען פון ווייטאג טיט קיינעם נישט וויי דא סיידן מ'איז אינגאנצען אויף דיין זייט צי נישט.

אלענספאל 'למען דעת' האט א טשענס, און אויך ק"ש האט :wink:

Re: נייע אידישע וועבסייט "למען דעת"

נשלח: מאנטאג יאנואר 25, 2016 7:46 pm
דורך מארמאראשער
פארוואס איז למען דעת שטיל?

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2016 5:13 pm
דורך Chasidishmashpia
נו ווי האלט עס דארט?

נשלח: מיטוואך יאנואר 27, 2016 11:21 am
דורך סופר
איך ווייס נישט וואס עס גייט ווערן דערפון, עס איז באמת שווער צו זאגן ווייל עס קוקט אויס צו זיין זייער שטיל, אבער איך גלייך זייער זיין איידיע צו מאכן א מאגאזין פאר אונטערסאנטע ארטיקלען און א פארום עס איבער צו שמועסן, איך מיין אבער אז ער דארף בעסערע טאפיקס פאר זיינע ארטיקלען.

Re: נייע אידישע וועבסייט "למען דעת"

נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2017 11:16 am
דורך ביליג
למען דעת איז אפגעשפארט ?

נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2017 11:37 am
דורך קאצקע ציקער
Yep שוין לאנג!