בלאט 2 פון 2
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 10:43 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:ליטוואק רעדט הלכה; בערל השקפה.
שמעקעדיג: א ליטוואק בלייבט א ליטוואק. (נאטהינג פערסאנאל. ליטוואק פון בודאפעסט.(
מ'דערציילט אז ס'זענען אמאל געזיצן דריי אידן און האבן געלערנט צוזאמען, ווען ס'איז זיי אונטערגעקומען די גמ' וואו ס'שטייט איבער די תלמידים פון ר' עקיבא, וואס דער קלענסטער פון זיי איז געווען יונתן בן עוזיאל. זאגט דארט די גמ'..."עוף הפורח באוויר נשרף"...רופט זיך אן דער חסיד מלא התפעלות. רבותיי קוקט'ס וואספארא הייליגער איד דער יונתן בן עוזיאל איז געווען...!
דער ליטוואק האט אריינגעטראכט אויב יונתן בע"ז איז מחוייב צו באצאלן, ווייל ער האט גורם געווען אז די עוף זאל פארברענט ווערן.
און דער אונגערישער האט געזאגט...ס'ארא גוט שטיקל געבראטן פלייש...
Re: קאנטראווערסיע און פארדאמונג: די געשיכטע פון נטורי קרתא!
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 10:47 pm
דורך ירא שמים
נאכאמזל סאזי נישטא קיין קבר פון היטלער, אפשר איז יא דא אין ארגענטינע? איינער ווייסט?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 10:49 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:קברי עכו''ם איז נאר נכון להחמיר אז ס'איז מטמא.
ווידער קברי צדיקים זענען, עכ''פ לויט די געפסקנ'טע הלכה, יא מטמא.
ביטע פאררעכטען.
ליטוואק פון בודאפעסט: ביטע זיי נישט אזוי פעדאנט-הלכה'דיג. מ'רעדט נישט נאכדעם וואס ער איז געפגר'ט. נאר בשעת ער האט געלעבט זיין טמא'נעם, חזיר'שן, שמוציגן אזוי-גערופענעם לעבן. ער האט אייביג געהאט א סטאק פון יונגע אראבישע שקצים לעבן זיך אין זיין העדקווארטערס. נו, איך דארף עס מער ארויסשרייבן...?!
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 10:52 pm
דורך berlbalaguleh
ירא שמים האט געשריבן:נאכאמזל סאזי נישטא קיין קבר פון היטלער, אפשר איז יא דא אין ארגענטינע? איינער ווייסט?
ירא שמים: גערעכט. זיי די שטינקעדיגע נטורי חרתא און א טייל פון זייערע סאקמער'ע ברידערס טענה'ן דאך אייביג אז די ציונים זענען נאך ערגער פון די נאציס. צו בן גוריון'ס קבר וואלטן זיי נישט געגאנגען. אבער צו היטלער, ימח שמו וזכרו יא...
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 10:55 pm
דורך ליפא
נעמסט עס צו ווייט. איך גלייב נישט אז זיי וואלטן געגאנגען צו היטלער. אפשר אפשר צו הימלער, אבער אויך נישט מסתבר.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 11:06 pm
דורך גר ותושב
פארוואס נישט, זיי טענה'ן אז די ציונים האבן אויפגערעגט די אראבער אבער זיי זענען פיינע מענטשן ,און אזוי אויך טענה'ן זיי אז די ציונים זענען שולדיג אינעם שואה ווייל זיי האבן אים אנגערייצט
Re: קאנטראווערסיע און פארדאמונג: די געשיכטע פון נטורי קרתא!
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 11:53 pm
דורך ירא שמים
תכלית איז ער טאקע געווען אין ארגענטינע? איז עס א זיכערע זאך?.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:41 am
דורך berlbalaguleh
ירא שמים האט געשריבן:תכלית איז ער טאקע געווען אין ארגענטינע? איז עס א זיכערע זאך?.
ירא שמים: ס'איז נישט מסתבר. ווייל ער (היטלער ימח שמו וזכרו( איז שוין ביים סוף פון די צווייטע וועןט מלחמה געווען האלב געפגר'ט. האבנדיג פיזישע און עמאציאנעלע מחלות און אויך א דראג עדיקשן. אזוי אז ער וואלט נישט געקענט אדורכמאכן א לאנגע רייזע מיט א שיף. נאר דאס אז די הערשערס פון ארגענטינע אין יענע צייט, עווא פעראן און איהר מאן, זענען געווען זייער שטארק סימפאטיש צו די נאציס, איז א באשטעטיגטער פאקט.
אויך אין די שכינות'דיגע דרום אמעריקאנער מדינות, ווי בראזיל, טשילע און פאראגוויי האבן זיי געטראפן א מקום מקלט. מיט די הילף פון די ..."טשוירטש"... אין וואטיקאן, וועלכע האט זיי געשיקט פון איין מאנאסטיר צום צווייטן, דורכאויס אייראפע. פארשטעלט אלס גלחים.
אין די קליינטשיגע, צוריקגעשטאנענע מדינה'לע וועלכע הייסט פאראגוויי איז געווען דער הערשער א דייטש-אפשטאמיגער גוי, אלפרעדא שטראעססנער. וועלכער האט זיי אקטיוו געשטיצט און געגעבן שוץ. ער האט אויך געהאלפן מענגעלע, ימ"ש זיך ארויסדרייען פון יוסטיץ. ווען די איזראעלישע גאווערנמענט האט איהם געזוכט דארטן...!
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 11:40 pm
דורך גראף
נשלח: מוצ"ש יאנואר 14, 2017 8:45 pm
דורך berlbalaguleh
גראף האט געשריבן:http://boards.4chan.org/pol/thread/106875869#p106877885
גראף: וואס ווילסטו זאגן מיט ברענגען דעם קראנקן לינק. פון די קראנקע משוגעים איז דא לרחצה. אבער איין צד השוה שבהן איז יא דא. זיי אלע זענען גראבע, געשוואלענע עמי הארצים. זיי קענען נישט קיין אות אחת פון גראמאטיק און ספעללינג. כאטש זיי האבן דאקטאר טיטלען און רופן זיך פראפעסארן...!
יא: איינער פון די קראנקע ברואים שרייבט דארט אז די נטורי קרתא וועללן זיך נישט ארויסדרייען פונ'ם טויט אורטייל וואס זיי ווילן ח"ו אדורכפיהרן אויף אלע אידן...!
Re: קאנטראווערסיע און פארדאמונג: די געשיכטע פון נטורי קרתא!
נשלח: מוצ"ש יאנואר 14, 2017 9:38 pm
דורך גראף
@berlbalaguleh
טאקע פארדעם האב איך עס געברענגט. דער איינגערעדטע חברה מיינען אז זיי גייען איבער רעדן אלע אנטיסעמיטען ווען למעשה איז עס אפשר א קליינע פראצענט וואס וועט טוישען מיינוגען צוליב די Torah True Jews.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 14, 2017 9:51 pm
דורך berlbalaguleh
גראף: ייש"כ. די זעלבע שריי איך לגבי נטרונא. זיי רעדן זיך איין, אדער ווילן זיי איינרעדן פאר אנדערע אז זייער נארישע פראפאגאנדע גערעדט דורך עטליכע פאררוקטע בעלי תשובה מיט א גוטן ענגליש (וואס די היימישע סאטמאר'ע קענען נישט.) וועט עפעס אויפטוהן. למעשה האט עס נאכנישט געראטעוועט קיין איין איד פון ווערן צושלאגן אדער געהרג'עט דורך די אנטיסעמיטישע רוצחים. אוקעי. זיי זענען נישט אזוי פאררוקט ווי די נטורי קרתא וואס גייען מיט די אראבערס. אבער זייערע באמיאונגען זענען אינגאצן ווערטלאז...!
לפענ"ד איז די גאנצע איידיע פון נטרונא נישט מער ווי א סקעם ארויסצושלעפן געלט פון די סאטמאר'ע גבירים. מ'רעדט זיי איין אז מ'טוט אויף פאר אידישקייט און מ'ראטעוועט אידן. ווער שמועסט נאך אז מ'פאררופט זיך אויפ'ן רעבי'ן זכיסע יאגן אליינע...