בלאט 2 פון 4

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 12:40 pm
דורך berlbalaguleh
לית דין בר נש האט געשריבן:וואס פלאנט ער באמת צו טוהן? אפשניידן די ביימער און פארקויפן פאר גוים? ער האט דויך מורא פאר שניידן ביימער, אולי פארקויפן די גאנצע פראפעטי פאר א גוישע אינוועסטער? איז דא בכלל אזא זאך אין וויל?

יא. א גוי אן אינוועסטאר וועלכער איז נישט באהאוונט אדער האט נישט נאכגעפארשט די דעמאגראפיקס פון די געגנט...אדער וועלכער איז געפאללן אויף זיין קאפ. און דער מח איז געווארן א ביסל געדעמעדזשט... :lol: :roll:

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 1:52 pm
דורך געוואלדיג
אונטערשטע שורה וואו גייט זיין די קעגן דעמאנסטראציע?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 2:40 pm
דורך יונה כהן
berlbalaguleh האט געשריבן:
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:אמת, אבער מענטשן גייען זיך נאך אלץ צוריקהאלטן פון קויפן צוליב די שמועות איבער משפחות וואס האבן געליטן פארשידענע צרות צרורות ווען זיי האבן געוואוינט אויף אזא שטח. נישט אז די שמועות מוז עפעס האבן אן אחיזה אין מציאות, אבער די 'מה לי לצרה הזאת' מענטאליטעט שפילט זייער שטארק פאר א מענטש פאר ער גייט אריין אין א מקח אויף א דירה.

מער פון דעם, להלכה ווערט גע'פסק'נט אין טו"ז אז אויב וויל מען בוין א הויז איז נישטא קיין שום איסור אויסצורייסן א פירות בוים. עם כל זה זענען זיך מענטשן מונע און גלויבן אז כביכול וועט פייניגן און רצח'נען אים מיט די קינדער וכל הנלווים צוליב טוהן עפעס וואס דער נותן התורה האט קלאר מתיר געווען. ווען ס'קומט צו אויבער-גלויביגקייט איז ראציונאליטעט בכלל נישט קיין מאן דאמר.

כעלעמ'ער מגיד: טראץ די אלע פסקים פון ט"ז און אנדערע, שפעטער'דיגע פוסקים ווי דער חכם צבי און דער יעב"ץ, איז דאך א פאקט אז מענטשן האבן מורא זיך אריינצולאזן אין אזעלכע געשעפטן. (ממילא האט לוי יצחק ריבא א שטארקן פוינט.(
ביי אונז אין די משפחה איז דא אזא סיפור אז מיין זיידע, מיין טאטע'ס טאטע איז געווען איינער פון די עסקנים אין זיין שטאט אלס יונגערמאן. אוןן מ'האט אפגעקויפט א שטח צו בויען א תלמוד תורה וואס דארט איז געווען א בוים פון פירות. און לפי הוראת הרבנים פון יענע שטאט האט מען אויסגעריסן דעם בוים. און מיין זיידע איז אוועק יונגערהייט, קורץ נאך די מעשה. ביי אונז אין די משפחה איז מען עס תולה אין דעם וואס ער איז געווען איינער פון די אנפיהרערס, און אחראי פאר אויסרייסן דעם בוים...!


[הדגשה אין דעם ציטיר איז מיינער]

עס איז קלאר אז עס מענשען ווילען עס פארט נישט קויפען.

פון אייער מעשה צושטעל דא זעט מען פארוואס מענשען זענען פשוט צומישט אין דעם ענין.

דער יעב"ץ מאכט דאך קלאר אז עס איז פארהאן א חילוק צווישען דער וואס איז עוקר אדער איז גורם דורך א שליח, צו דער וואס וויל קויפען און זיך משתמש זיין אין א "מקום" פון ווי מ'האט אמאל אויסגעריסען א פראכט בוים אפילו במזיד שלא כהלכה. אבער איר זענט געקומען מיט א לשון פון "אזעלעכע געשעפטן" כאילו ס'איז דער 'זעלבער געשעפט'

ולפי אייער מעשה איז דאך אייער זיידע געווען פארמישט אין עוקר זיין דעם בוים. וויאזוי ווערט פון אייער מעשה א ראי' פאר "אזעלעכע געשעפטן"?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 2:59 pm
דורך יעקב מענטש
הרב כהן.

איך האב גערעדט מיט א חבר מיינער וואס האט געקויפט א הויז מיט א פרוכט בוים דערויף, און ער האט אנגעהויבן צו מאכן ריסוירטש וואס און וויאזוי ער זאל בויען, דא האסטו די תמצית היוצא

1) כמעט קיין איין סאטמערע דיין האט נישט געוואלט ענפערן בכלל, (מיט א אויסנאם פון אפאר געציילטע), אלע האבן מסביר געווען אז די זאכן פסקנ'ן זיי נישט ווייל זיי האבן פשוט מורא, אפי' זאכן וואס ווערן מבורר אין שו"ת באר משה אלץ הונדערט פראצענט מותר (דארט איז דא אפאר לענגערע תשובות איבער די ענינים),
בדרך כלל האבן די וויזניצע דיינים שטארק מקיל געווען מיטן פארקויפן עס פאר א גוי,

2) ער האט געהערט איין מעשה, וויאזוי איינער (דאכצעך אין לאנדאן ) וואס האט געהאט צרות צרורות גלייך נאכן אהינמופן, און מ'איז שפעטער געוואויר געווארן אז דארט האט מען אויסגעריסן א פרוכט בוים (נישט ער נאר דער פריערדיגער בעל הבית), וויאזוי שטימט דאס מיט דעם שאילת יעב"ץ ? איך ווייס נישט און קיינער ווייסט נישט, אבער די מורא גייט נישט אוועק.




לגופו של ענין,

ווען ריבא זאל ווען פראפעסיאנאל אוועקפירן די פרוכט ביימער (אויב ס'איז מעגליך), -מיט א אפראוועל פון א דיין- וואלט ער געהאט גענוג אין נאך קונים. און ס'גלייבט זיך שווער אז ער האט נישט געוואוסט דערפון פארדעם, די לאט באלאנגט שוין פאר א איד פאר יארן, און ס'איז זייער שווער צו באהאלטן אזא זאך, ווען דאס איז אויף די מארקעט.

מיר קוקט עס אויס מער ווי א עקסיוס צו מאכן אפאר טאלער (נישט אז ער מעג נישט..... אבער לאמיר זיך נישט פאפן וואס זיינע אמתע כוונות זענען)

Re: צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 3:15 pm
דורך אהרן
אין לפידות קאנטרי (סאטמער הרז"ל) האט מען אויסגעריסן א פירות בוים, דורך פארקויפן פאר א גוי, צו בויען די נייע שול דארט.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 3:48 pm
דורך [NAMELESS]
און איך ווייס ליידער פון לפחות דריי מעשיות וואו יונגעלייטלעך זענען נעבעך אוועק נאכן קויפן א הויז, זייענדיג ממש יונג. מ'זעט טאקע אז ס'איז א פחד, און דער מלאך המות רעכנט זיך נישט מיט עלטער.

אגב, זיי אלע האבן געקויפט הייזער וואס האט נישט געהאט קיין פירות בוים דערויף...

Re: צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 4:11 pm
דורך אהרן
אדנירם האט געשריבן:און איך ווייס ליידער פון לפחות דריי מעשיות וואו יונגעלייטלעך זענען נעבעך אוועק נאכן קויפן א הויז, זייענדיג ממש יונג. מ'זעט טאקע אז ס'איז א פחד, און דער מלאך המות רעכנט זיך נישט מיט עלטער.

אגב, זיי אלע האבן געקויפט הייזער וואס האט נישט געהאט קיין פירות בוים דערויף...




א פחד

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 8:56 pm
דורך berlbalaguleh
אהרן האט געשריבן:אין לפידות קאנטרי (סאטמער הרז"ל) האט מען אויסגעריסן א פירות בוים, דורך פארקויפן פאר א גוי, צו בויען די נייע שול דארט.

אהרן: סאטמאר, רז"ל מעג אלעס. ווייל זיי זענען נישט קיין ציונים, און יענער (ארונים, אדער וויזניץ,בעלזא,קלויזנבורג. וליובאוויטש מאן דכר שמיה) איז אייביג א שייגעץ. זייער רבי, דער גרויסער גאון ופוסק הדור האט מברר געווען פון..."מעלות" אז סשטייט דארט בפירוש אז מ'מעג...!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 10:47 pm
דורך שמעון וואלף
געוואלדיג האט געשריבן:אונטערשטע שורה וואו גייט זיין די קעגן דעמאנסטראציע?


אין קאווע שטיבל.
קינדער אין די וויגן זענען נישט וועלקאם.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 11:24 pm
דורך אהרן
berlbalaguleh האט געשריבן:
אהרן האט געשריבן:אין לפידות קאנטרי (סאטמער הרז"ל) האט מען אויסגעריסן א פירות בוים, דורך פארקויפן פאר א גוי, צו בויען די נייע שול דארט.

אהרן: סאטמאר, רז"ל מעג אלעס. ווייל זיי זענען נישט קיין ציונים, און יענער (ארונים, אדער וויזניץ,בעלזא,קלויזנבורג. וליובאוויטש מאן דכר שמיה) איז אייביג א שייגעץ. זייער רבי, דער גרויסער גאון ופוסק הדור האט מברר געווען פון..."מעלות" אז סשטייט דארט בפירוש אז מ'מעג...!


בערל, ווי האסטו דא דא אריינגעבלאנשעט אין תורת אר"י-ז"ל?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 30, 2015 2:54 am
דורך [NAMELESS]
גאר וויכטיגע פרטים לאור די בעפארשטייענדע ברבבותנו פראטעסט.

1) די קינדער אין די וויגן זאלן אויסדרוקליך ווערן געפירט דורך פרויען דרייווערס, ע"פ הוראות ר' נתן יוסף זענען די מענער נישט ערלויבט צו שטופן די וויגן...

2) וויגן וואס געהערן צו די נוצרים אדער אנדערע פעלקער מיטן נאמען באגעבאו, זענען נישט ערלויבט צום פראטעסט, בבל יראה.

3) די וואס קומען מיט די וויגן פון בעדפארד עוו' זאלן אין אכט נעמען, נישט מיטלויפן אין די שטראם פונעם מאראטון געלויף. ווער עס קען זאל דרייוון די וויג אויף די פארקערטע ריכטונג.

4) מען בעט קיינער זאל נישט רעדן צו די פרעסע. מען האט באשטומט מומחים וואס זאלן זיך באפאסן וויאזוי איבער צו געבן די חומר העניין פון עסן פיעטשעס אן אפשיילן פון פארדעם.

5) צוליב די שווערע מאסן וואס איז ערווארטעט און וועט אנמאכן א שווערע געדרענג, בעט מען אז מען זאל זיך שוין אפשטעלן ביי די ארומיגע געגענטער, ווי ביי העיווארד און לי עוו', אדער קענט עוו' און קלעסן. די נענטערע אינסייד גאסן איז רעזערווירט פאר די עיני העדה.

[center]מיט פארשטענדעניש.
וועד תושבי וויליאמסבורג וואס קרעכטצן.[/center]

נשלח: פרייטאג אקטאבער 30, 2015 3:24 am
דורך berlbalaguleh
דער געוואגטער יונגל: איך האלט אז אויף תקנה נומער צוויי ביסטו נישט גערעכט. אין ווילאמ-פעסט איז די באגאבאא קערידזש פונקט אזא מצוה ווי פארברענען דעם טמא'נעם מדינת ישראל פאן. אדער לכה"פ זיין ביי דעם גרויסן מעמד קידוש שם שמים...אן דעם הייסט מען נישט קיין גבר בגוברין סאטמראין... :roll:

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 10:26 pm
דורך אהרן
א טשיקאווע געשיכטעלע: לוי יצחק ריבא האט טענות אויף די רבנים ׳היתכן מען האט אים נישט גערופען נאר געשיקט א מכתב אזהרה׳ (איינער פארשטייט די טענה?), אבער ער שפירט נישט פאר וויכטיג צו ענטפערן פאר די רבנים נאר ארויסליקען א בריוו אויף ק"ש, און דערנאך האט [tag]שצם_חנכל[/tag] טענות היתכן די רבנים ארבעטען נישט מבטל צו זיין א פראטעסט וואס א יחיד האט פאררופען.

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 11:41 pm
דורך בעל הבית
לאור די גרוסע בברבתנו וויגן פראטעסט, איז כדי ממשיך צו זיין נאכדעם גיין קיין ספענסער סט. ווי דער משפחת יאקאבוויטש האבן א ריזיגע בנין אנגעפאקט מיט ארטיסן אין די הארץ פין ווילאמסבורג ווי הונדרעטע בחורים ווערן נכשל , אלעס מיט א נערישע היתר פין ר' אברהם לייטנער, פאר 20 יאר צוריק ווען קיין יוד האט נישט געוויסט פין אזא גאס , אשע"כ זאל מען יעצט באזינגען די ראש הקהל פוי

נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:07 am
דורך שצם_חנכל
אהרן האט געשריבן:א טשיקאווע געשיכטעלע: לוי יצחק ריבא האט טענות אויף די רבנים ׳היתכן מען האט אים נישט גערופען נאר געשיקט א מכתב אזהרה׳ (איינער פארשטייט די טענה?), אבער ער שפירט נישט פאר וויכטיג צו ענטפערן פאר די רבנים נאר ארויסליקען א בריוו אויף ק"ש, און דערנאך האט [tag]שצם_חנכל[/tag] טענות היתכן די רבנים ארבעטען נישט מבטל צו זיין א פראטעסט וואס א יחיד האט פאררופען.

איך בין נישט ריבא'ס טוען אבער אבוויעסלי זענען די רבנים פארנומען אויסצופראקען יחידים וואס ליסטען זייערע הייזער אויף trulia אנשטאט די דבר יום ביומו, זאלן זיי אזוי גוט זיין נישט צו קלויבען קיינע מערכות און קעיר נעמען פון "אלע" יחידישע פראבלעמען, אריינגערעכענט פון ליידיגגייער וואס שאנטאזשירן אנדערע.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 1:50 pm
דורך אפטעמיסט
צענדליגע טויזענטע ביים וויגן פראטעסט אין וויליאמסבורג. ווי עס שטעלט זיך ארויס איז ת"ק פרסה געווען אן אונטערשאצונג. די פאליציי ברענגט אריין א קראפט פון נאך הונדערטע טויזענטע פאליציאנטן פאר קראוד קאנטראל. סטעי טונד.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 1:56 pm
דורך Milk shake
שצם-קצם אנטשולדיגט איך קען נישט נאכזאגן דיין נאמען געהעריג..

דו שרייבסט אז "בני בלי שם" לייגן צעטלעך פאררופן א פראטעסט, דערנאך רייסטו יא אריין צוויי נעמען פון רבנים, דעריבער מאך עס קלאר,
א. איז דאס בני בלי שם, אדער רבנים? אדער
ב. איז דאס גאר רבנים, נאר א בעל הבית מיט זיינע געלט נגיעות (1.5 מיליאן פראפיט!) שטייט העכער פון רבנים? אדער
ג. אפילו לאמיר זאגן אז ס'איז בני בלי שם, ווען מ'זאל אין דיין נאז אריין אויפבויען א בנין מיט נאקעטע ארטיסטן, - קענען מאכן א מיליאן וחצי - וואלסטו געשוויגן, אדער געמאכט א ויצעקו?
ד. אויב וואלסטו געשירגן פאר ווייטאג, וואלסטו ארויסגעלייגט צעטלעך מיט דיין נאמען? אדער וואלסט אויך געווען דעמאלט א "בן בלי שם"?

נ.ב. איך נעם נישט קיין שטעלונג ווייל איך נעם נאר מיין אינפארמעישאן פון קאווע שטיבל, און כפי הדברים האלה פרעג איך מיינע פראגן,.....

Re: צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא

נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 2:48 pm
דורך [NAMELESS]
/

Re: צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא

נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 2:50 pm
דורך [NAMELESS]

Re: צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא

נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 2:51 pm
דורך קאסטנער
Wow אזויפיל קראנקע איז נאך דא אין ווילי?!!

Re: צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא

נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 2:55 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
וועלכע כולל געקומען צופארן ?

Re: צום בעפרשטייעדיגן פראטעסט קעגן לוי יצחק ריבא

נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 2:56 pm
דורך [NAMELESS]
פרויען מיט די וויגן.....

נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 3:21 pm
דורך קאווע טרינקער
די בילד ווי א שירי כנסת הגדולה זיצט פארצערט אויף די מצב הדור איז דער בילד פון יאר הונדרעט. מ'קען ליינען זיינע מחשבות.