בלאט 2 פון 2

Re: תושבי מאנסי: זענט איר יעצט אין א בעסערע מצב ווי 2 יאר צו

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 8:00 pm
דורך גר ותושב
עזריאל האט געשריבן:א געדאנק צו שלעפן דעם עולם

עס ברעינגט זייער גוט ארויס דאס אז זיי האבן נישט גארנישט צו פארלייגן א גוטע פיוטשער פאר די קאמיוניטי די איינציגסטע זאך צו שלעפן וויילער איז נאר צו דערשרעקן די עולם און מיט זאגן זיי האבן געשפארט $5 עלעקטריק און מיט אזעלכע נארישע זאכן.

Re: תושבי מאנסי: זענט איר יעצט אין א בעסערע מצב ווי 2 יאר צו

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 8:17 pm
דורך גר ותושב
שוין באקומען נאך א פאון קאל און ערשט מארגן וועלט מען נאך א מזל איך בין נישט אינדעהיים א גאנצן טאג ווער ווייסט וויפיל קאלס גייען מארגן קומען איך מיין אז איינער זאל זיי אויפקלערן אז איין פאון קאל מיט א קלארע הבטחה צו אמתדיג זיכען דער טובות הכלל וועט אסאך מער אויפטוהן ווי צוואנציג פאוני קאלס און פייניגן די מענטשהייט.

Re: תושבי מאנסי: זענט איר יעצט אין א בעסערע מצב ווי 2 יאר צו

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 12:16 am
דורך גר ותושב
באקומען אויף פאסט

_20151103_000744.JPG

פאלגט די רבנים? אפשר אלס לא תתור מן הדבר וכו ואפילו אומר על שמאל וכו אבער ער איז דאך לכאורה אונטער געקויפט ער באקומט דאך א שוהל וואס דארף נישט צושטעלן פארקינג און ער דארף נישט צאלן קיין רענט וכו נע דאס איז נישט גענוג א גיטע סיבה איך זאל גיין וואוטען.

העלפט זיך אליינס? איך ווייס איך גיי גארנישט געהאלפן ווערן נישט קיין חילוק צו איך וואוט אדער נישט און נישט קיין חילוק פארוועים איך וואוט איך קען מיר שוין נישט העלפן יא מען האט אונז איינגעמייערט דא.

העלפט די עסקנים!!! דאס איז די וווארט! העלפטס זיי בוען מער בנינים! העלפט זיי מאכן מער געלט! העלפטס זיי ארויס צו העכערן פרייזן זיי זאלן קענען מאכן נאך געלט!

איז אויב דאס איז עינקער ציל דעמאלט וואוטס טאקע פאר סנט לאורענס.

Re: תושבי מאנסי: זענט איר יעצט אין א בעסערע מצב ווי 2 יאר צו

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 7:47 am
דורך גר ותושב
monseybulletin האט געשריבן:גר מן הסתם מיינסטו דאס

יא

Re: תושבי מאנסי: זענט איר יעצט אין א בעסערע מצב ווי 2 יאר צו

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 7:28 pm
דורך גר ותושב
ב"ה עס האלט ביז דערווייל נאר בי פיר מעסעדזעס דריי פון דעים שטרעינגע און נאר איינס וואס איז מבטיח צו קער נעמען פון טרעפיק אבער וואס טוט זיך מיט הויעכע רענט און בויען דירות ווי מענטשען און צו שטעלן געהעריג פארקינג???

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 7:59 pm
דורך גאנצל
מאך שוין צו דיין פרעסער די מעסעזש איז שוין פעסט אנגעקומען צו די באהערדע יעצט איז קריטיש וויכטיג אז די שלעכטע זאלן נישט אריינקומען יעדער זאל ארויסגיין וואויטן

Re: תושבי מאנסי: זענט איר יעצט אין א בעסערע מצב ווי 2 יאר צו

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 8:02 pm
דורך גר ותושב
_20151102_200535.JPG


מכלל הן אתה שומע לאו אז זיי זאגן אז פרעזערוו ראמאפא האלט ווארט קומט אויס אז זיי האלטן נישט ווארט איז איך בין נאכנישט אזוי זיכער זיי גייען זיך טאקע נעמען און די הענט אריין אבער ברוך השם מען זעיט שוין תוצאות פון די ארבעט יעצט לאמיר הערן א מעסעדז וועיגן די דירות פרייזן און בויען.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 1:06 am
דורך הק זעמל
מזל טוב מיט גרויס פרייד און צום צופרדענהייט פון יעדער נערמאלע מאנסי תושב קומט אריין די גוטע בשורה אז די אוהב ישראל קריסטאפער סט לארענס איז ווידער ערוועלט גווארען פאר טאון סופערווייזער. אוי חסדי ה כולו......

Re: תושבי מאנסי: זענט איר יעצט אין א בעסערע מצב ווי 2 יאר צו

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 9:25 am
דורך גר ותושב
יא עס איז נאכאמאל ארויס געקומען אז ווער עס האט די מאה האט די דעה און די אזוי גערופענע עסקנים וואס זענען מקיים די מאמר העולם יש לו מנה רוצה מאתים האבן באזיגט און זייער גוטע פריינט סנט לאורענס האט געווינען די ווידער ערוויילונג תושבי מאנסי זענען געגאנגען ווי די משל פונעם ביבער וואס ווען ער זעיט א לאך שטעלט ער זיך אפ און וויינט אז ער גייט געפאנגען ווערן אבער אשטאט ארום גיין די לאך טאנצט ער אריין דערון די זעלבע דא תושבי מאנסי ווייסן די חורבן וואס די חברה האבן אפגעמאכט דא אבער קוקט אויס זיי האבן זיך דעשראקן פון די שרעקעדיגע אדס וואס די וואס מיינען נישט טובות מאנסי האבן ארויס געלייגט אז מען זאל זיך איינרעדן אז זיי מיינען יא דעם טובות הכלל אבער ב"ה מען האט כאטש ארויס געקוועטשט א הבטחה פון זיי אז זיי גייען קער נעמען פון די טרעפיק אפילו איך געב עס א שוואכע פערסענט אבער איך האף אז זיי גייען האלטן ווארט און אזוי ווי לב מלכים ושרים ביד השם האף איך אז ער זאל זיי חונן דעת זיין זיך יא צורעכענען מיטן כלל ופרט און טאמער נישט דארפן מיר זיך אלע צאמנעמען מאכן א יד אחת און בריענגען א דריטע קאנדידאט א בעל אחריות וואס גייט מען יא אן די טובות הכלל והפרט צום קומענעדינג וויילן און צוויי יאר ארום.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 10:29 am
דורך Milk shake
גר ותושב האט געשריבן:ב"ה עס האלט ביז דערווייל נאר בי פיר מעסעדזעס דריי פון דעים שטרעינגע און נאר איינס וואס איז מבטיח צו קער נעמען פון טרעפיק אבער וואס טוט זיך מיט הויעכע רענט און בויען דירות ווי מענטשען און צו שטעלן געהעריג פארקינג???


אנטשולדיגט אהובי וידידי, אבער דו האקסט סתם אין טשייניק מיט הויכע רענט, ווייל דו ווייסט גאנץ גוט אז רענט איז נישט א זאך וואס די רעגירונג ערוויילטע קענען רעגולירן, און נישט די געטרייע עסקני ואישי הציבור קענען אראפברענגען, איין עצה איז דא, אזוי ווי די סופליי און דימענד איז דאס וואס מאכט רענט און דירה פרייזן טייערער אדער ביליגער, ווען מ'קען נישט בויען און ס'מעג נאר זיין איין פאמיליע אויף א האלבן עיקער, דאן ווערן פרייזן הויך, ווייל די סופליי ווערט ענג, אויב מעג מען בויען מער הייזער ווערט די פרייזן ביליגער, והוא פשוט, און גענוי דאס איז וואס דער חסיד אוה"ע סט. לאורענס האט אונז דא געטון, אויב וואלט ער נישט געהאלפן מיט די זאונינג געזעצן און די אנדערע פארלייכטערונגען, וואלט היינט געקאסט א הויז אין מאנסי מער ווי ווילי און ב"פ.

עכ"פ לויט דיין קאמפיין פאר ביליגערע רענט און דירה פרייזן האט מען נאר געקעקנט ווידערוויילן דעם חסיד סט. לאורענס, און ווייזט אויס אז מאנסי אידן קוקן טאקע אויף דעם ארויס, און זיי האבן געהאט די שכל נישט נשפע ווערן פון די "בנין נערים סתירה", מיט די ספין און לעכערליכע קאמפיין, און מעכטיגערהייט צוריק אריינגעוואוט סט. לאורענץ, לטובת כל תושבי ראמאפא.

און יעצט מזל טוב מאנסי צו די מעכטיגע געווינס! אשריכם ואשרינו, הודו לה' כי טוב!

Re: תושבי מאנסי: זענט איר יעצט אין א בעסערע מצב ווי 2 יאר צו

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 8:59 pm
דורך גר ותושב
אגוטן הרב מילק שעיק הוא אשר דיברנו ביסט גערעכט אז פרייזן האבן צוטוהן מיט סעפליי ענד דימענד און וועיגן דעים זענען פרייזן געוואקסן און גאנץ ניו יארק סטעיט ווייל די סופליי איז קליין און די דימענד וואקסט אבער און אונזער געיגענט איז די ליגעל פרייז געוואקסן מיט %10 מער ווי אלע אנדערע געיגנטער (און איך וויל נישט רעדן פון די אונטערן טיש געלט וואס מען בעיט) פון ניו יארק פריעג זיך נאך ביי די וואס טוהן און סטאטיסטיקס וועסטו זעין אז די פרייז און מאנסי איז געשטיגען די העכסטע ווי איבעראל בשעת ווען דא איז די סופליי בכלל נישט ווייניג דא בויעט מען און די מאסן א גרעסערע פערסענט ווי אלע געיגנטער ארום אונז קיינער פאדערט נישט עס זאל ווייטער זיין איין הויז פער עיקער אבער מען פאדערט יא אז עס זאל זיין נישט מער ווי אכט דירות און א בילדינג אזוי ווי און ספרינג וואלי און עס זאל זיין צוגעשטעלט אכט פארקינס פער דירה פון אכט אז עס זאל זיין גענוג פלאץ צו פארקן און דאס איז איבער גענוג פאר די נאטירליכע מאנסי וואוקס און מען בועיט אסאך מער דערפון אן קיין אחריות און מיט דעים אלעם וואקסט די דעמענד און די פרייזן ווייל אפאר אזוי גערופענע עסקנים האבן אנגעהויבן צו עדווערטייזן דירות און וויליאמסבורג און נאך און דאס האט אנגעהויבן דרייען א ריעדל פון נייע תושבים און פרייז העכערונגען און אזוי ווייטער און די עסקנים קומען זיך בעיטן ביי אונז אונז זאלן זיי ארויס העלפן צו מאכן מער געלט אויף אונזער חשבון פארוואס דארף איך וועילן פאר זיי?