בלאט 2 פון 3
Re: פראדוקטיוו קלאסן
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 12:17 am
דורך אהרן
הוגה האט געשריבן:[justify]דער אמת איז אז די אלע קורסן פארקויפן אמתע זאכן.
.[/justify]
אמתע זאכן מיט א 2000000 פראצענט מארקאפ..
עס איז א עקל צו זעהן אן אפארטוניסט ארויפטאנצען אויף א צווייטענס שוואכקייט, ער האנדעלט זיך איין צוויי זיבן דאלערדיגע ביכער, ליינט עס פאר אויף אידיש, און נעמט דערפאר צוויי אלפים.
יעצט אז די ביך איז שוין איבערגעזעצט אויף יודיש וואס וועט ער טוען פאר פרנסה?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 9:36 am
דורך הקטן
נישט דו מארקאפ איז דו פראבלעם
פון די קלאסען איז דא וואס זענען ווערט און דא וואס נישט.
ס'ווענד זיך ווער דער איבערגעבער איז, האט ער אליין שכל? ווייסט ער וואס ער טוט אדער וויל ער פשוט מאכן געלט ותו לא מידי
בנוגע וואס דו זאגסט אז מען קען קויפן א 7 דאלערדיגער בוך
ס'איז נישט קיין פארגלייך א בוך צו א גיטער קלאס
די דעל קארנעגי אינסעטאט געט אויך אזאלכע קלאסען חאטש דער בוך איז אינדרויסן
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 3:32 pm
דורך יהושיע
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:איך בין נישט אויסגעקאכט אין די סוגיה לטב או למטב. אבער איך קען צוויי קליינע מעשה'לעך ווי זיי האבן דעליווערט קאנפידענס, אבער מיט אנדערע רעזולטאטן.
איינס, איך קען צוויי ברודער געבוירענע מעקעלעך און לויטן פארשריפט געדארפט שטארבן מעקעלעך, נאך א קורס ביי פראדאקטיוו האבן זיי היינט א פעסטע ביזנעס וואס בומט לפי החשבון גאנץ שטארק און זענען שיינע בעלי פרנסה.
די צווייטער מעשה, א אומגעזינטע פארשוין נאך ער איז אריבער די קורס פון פראדאקטיוו האט ער אדאנק זייער פעסטע קאנפידענץ וואס זיי קאמפיינען, האט ער אויפגעהערט נעמען מעדיקעישן, ווייל ס'פעלט שוין נישט אויס. איבער לאזענדיג פאר זיינע שושבינין זיך ספראווען מיט דער סעלף קאנפידענט קוקו... די פינקליכע ציפער כמה בתולות נבעלו ונעשלאגי זינט דאן איז אומבאקאנט, ולכבוד זה האט ער פארלוירן זיין דזשאב. והרעסט איז היסטערי...
די צווייטע איז מעשה בכל יום. די ערשטע מעשה איז א חידוש פון א מעשה איך וואלט געהאט חשק זיך צו באקענען מיט פאקטן. אדרבה, איך בין נישטא אראפ צורייסן פאר גארנישט און פאר נישט.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 3:37 pm
דורך יהושיע
ונבנתה העיר האט געשריבן:מיין קרוב הנ"ל האט זיך אויך אנגעטון מיט'ן אומגעבעטענעם קאנפידענץ אדאנק וועלכע מען פרובירט איהם אויסצומיידן ווען מעגליך.
אבער בנוסף לזה איז אלעס געווארן ביי איהם א חלק פון איין גרויסע לעב עקספערימענט, ער דרייעט זיך ארום מיט אן אומהיימליכע שמייכל פון אויער צו אויער, און מיט אן אומנאטורליך-ברייטע שלום עליכם וויל ער אז יענער זאל איהם פיצן די שיך.
יעצט ממה נפשך גייט איהם גוט: איז יענער א גוטער/שוואכער און פאלגט איהם איז דאך אודאי א ראי' צו זיין פאפיולעראטעט, און אויב זאגט איהם יענער דעם אמת אין פנים אריין: ר' איד טראגט אפ פון דא און גייט פגע'ט א צווייטן, דאן איז אויך קיין פראבלעם, דער איז פון די לעב-ראטן וואס דער """""מדריך""""" האט פארגעזאגט אז זייער פסיכאו ריספאנד נישט צו מענטשליכע קאמיוניקאציע.
דער מדריך אליינס דרייט זיך אזוי ארום. אן אומהיימליכער שמייכעל און שטעלט אפ יעדן צווייטן פגע'ן אויף א שרעקליכער אופן. אן איגא וואס איז ממש טעריבל. און ווי אויך קאנטראל קוואליפיקאציע פון שוואכערע פון אים וואס דאס ווערט גענוצט עז עי טאל פאר די קומענדיגע קלאסן.
וואס זאגט דער וועלט, ענאדער סאקער איז באורן עווערי מינוט.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 3:43 pm
דורך יהושיע
ירא שמים האט געשריבן:זיי וואלטן ווען געדארפט מאכן פראבלעם סאלווינג טעסטס ווען מדארף נוצען זעלבס זיכערקייט און ווען נישט.
סנישט גענוג צו געבן געצייג מדארף אויך אויסלערנען וואו אזוי עס צו נוצען.
יויש, דער ווייסט דאך נישט ווי איין ווי אויס. האסטו שוין געזעהן א רעכט דענקער מענטש סיי וואספארא פיסכיאטער זאל טוהן אזא זאך. נעמען א מענטש און אים מאכן פאר אזא בהמה אין 10 טאג.
צו טזשענדזשען איין מדה דארף מען עטליעסט 40 טעג ווי געברענגט פונעם היילגען נועם אלימלך מתוך מדת חסידות, און פונעם רמב"ם מתוך נירא ספעשעליסט להבדל.
און 10 טאג גיב מיר 2 אלפים און די ביסט מסודר. קאומאן וועיק אפ.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 3:47 pm
דורך יהושיע
אהרן האט געשריבן:הוגה האט געשריבן:[justify]דער אמת איז אז די אלע קורסן פארקויפן אמתע זאכן.
.[/justify]
אמתע זאכן מיט א 2000000 פראצענט מארקאפ..
עס איז א עקל צו זעהן אן אפארטוניסט ארויפטאנצען אויף א צווייטענס שוואכקייט, ער האנדעלט זיך איין צוויי זיבן דאלערדיגע ביכער, ליינט עס פאר אויף אידיש, און נעמט דערפאר צוויי אלפים.
יעצט אז די ביך איז שוין איבערגעזעצט אויף יודיש וואס וועט ער טוען פאר פרנסה?
אמתע זאכן, אלימלא אז דו ביסט גערעכט. דו ווייסט וואס עס מיינט זיך טזשענדזשען. אויפגעבלאזענע קאנפידענץ איז נישט קיין שום טובה פאר קיין שום מענטש, אויב איז עס גענוצט ווי פריער דערמאנטע שרייבער כל אחד בשמו יבורך האבן שוין פריער פארציילט.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 7:07 pm
דורך קאצקע ציקער
יהושיע האט געשריבן:יויש, דער ווייסט דאך נישט ווי איין ווי אויס. האסטו שוין געזעהן א רעכט דענקער מענטש סיי וואספארא פיסכיאטער זאל טוהן אזא זאך. נעמען א מענטש און אים מאכן פאר אזא בהמה אין 10 טאג.
צו טזשענדזשען איין מדה דארף מען עטליעסט 40 טעג ווי געברענגט פונעם היילגען נועם אלימלך מתוך מדת חסידות, און פונעם רמב"ם מתוך נירא ספעשעליסט להבדל.
און 10 טאג גיב מיר 2 אלפים און די ביסט מסודר. קאומאן וועיק אפ.
פראדאקטיוו נעמט טאקע א לאנגע צייט, נישט 10 טאג.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 7:19 pm
דורך יהושיע
ווי לאנג ?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 7:25 pm
דורך קאצקע ציקער
איך מיין צוויי חדשים
פראדוקטיוו קלאסן
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 06, 2015 2:45 pm
דורך ירא שמים
נאך איינער וואס טוישט לעבנס, איינער האט עפעס אינפאו אויף דעם מענטש?
ImageUploadedByTapatalk1446839214.283321.jpg
נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2015 11:12 am
דורך הקטן
האגר די רבי פין די אידישע דעל גארנעגי קלאסען האט דאס געמאכט און איין וואך
היינט טוען דאס אלע 3 (הארוויטץ, מעלבר און פראדאקטיוו) און א משך פין 2-3 חדשים.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2015 12:01 pm
דורך [NAMELESS]
ירא שמים האט געשריבן:נאך איינער וואס טוישט לעבנס, איינער האט עפעס אינפאו אויף דעם מענטש?
ImageUploadedByTapatalk1446839214.283321.jpg
הנגיד מארק (נפתלי) האראוויץ קלעימט אז ער איז זיין רבי פאר די לעצטע יאר ער העלפט עם דורךקומען זיינע סטרעסס,
און ביי זיין סעמינאר וואס קומט פאר היינט גייט ער אליך אויפטרעטן
Re: פראדוקטיוו קלאסן
נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2015 12:11 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
איז דא אשכול וועגן הורוויץ ?
כגיי ניסלך פאר איהם.
ער געט געפערליכע מאטעוועשין
נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2015 12:46 pm
דורך [NAMELESS]
Re: פראדוקטיוו קלאסן
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 09, 2015 7:59 am
דורך יהושיע
קאצקע ציקער האט געשריבן:יהושיע האט געשריבן:יויש, דער ווייסט דאך נישט ווי איין ווי אויס. האסטו שוין געזעהן א רעכט דענקער מענטש סיי וואספארא פיסכיאטער זאל טוהן אזא זאך. נעמען א מענטש און אים מאכן פאר אזא בהמה אין 10 טאג.
צו טזשענדזשען איין מדה דארף מען עטליעסט 40 טעג ווי געברענגט פונעם היילגען נועם אלימלך מתוך מדת חסידות, און פונעם רמב"ם מתוך נירא ספעשעליסט להבדל.
און 10 טאג גיב מיר 2 אלפים און די ביסט מסודר. קאומאן וועיק אפ.
פראדאקטיוו נעמט טאקע א לאנגע צייט, נישט 10 טאג.
זיי מסביר. אויפן צעטיל שטייט דאך נאר 10 שיעורים.
Sent from my SM-N900T using Tapatalk
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 1:56 am
דורך קאצקע ציקער
זייער סימפל. ער מאכט יעדע וואך צוויי שיעורים.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 5:20 am
דורך יהושיע
יא אבער 10 שhעורים
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 9:44 am
דורך חכם עתיק
הקטן האט געשריבן:האגר די רבי פין די אידישע דעל גארנעגי קלאסען האט דאס געמאכט און איין וואך
היינט טוען דאס אלע 3 (הארוויטץ, מעלבר און פראדאקטיוו) און א משך פין 2-3 חדשים.
האגער אלץ רבי, בעהט מער פון אלע מיטן מאכן עס אזוי שנעל.
די קלאסן לכשעצמו זענען גוט פאר טייל, און געפערליך פאר אנדערע.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 4:01 pm
דורך הקטן
איז איינער געווען ביי די נעכטיגע סעמענאר? עפעס א ריפארט
Re: פראדוקטיוו קלאסן
נשלח: מיטוואך יאנואר 27, 2016 9:50 am
דורך מארמאראשער
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:איך בין נישט אויסגעקאכט אין די סוגיה לטב או למטב. אבער איך קען צוויי קליינע מעשה'לעך ווי זיי האבן דעליווערט קאנפידענס, אבער מיט אנדערע רעזולטאטן.
איינס, איך קען צוויי ברודער געבוירענע מעקעלעך און לויטן פארשריפט געדארפט שטארבן מעקעלעך, נאך א קורס ביי פראדאקטיוו האבן זיי היינט א פעסטע ביזנעס וואס בומט לפי החשבון גאנץ שטארק און זענען שיינע בעלי פרנסה.
די צווייטער מעשה, א אומגעזינטע פארשוין נאך ער איז אריבער די קורס פון פראדאקטיוו האט ער אדאנק זייער פעסטע קאנפידענץ וואס זיי קאמפיינען, האט ער אויפגעהערט נעמען מעדיקעישן, ווייל ס'פעלט שוין נישט אויס. איבער לאזענדיג פאר זיינע שושבינין זיך ספראווען מיט דער סעלף קאנפידענט קוקו... די פינקליכע ציפער כמה בתולות נבעלו ונעשלאגי זינט דאן איז אומבאקאנט, ולכבוד זה האט ער פארלוירן זיין דזשאב. והרעסט איז היסטערי...
נישט און שבת גערעדט דייו צווייטע מעשה איז ווי איך ווייס די סקווירא יונגערמאן וואס..... בד"ה
Re: פראדוקטיוו קלאסן
נשלח: מיטוואך יאנואר 27, 2016 11:29 am
דורך גדעון
מ׳רעדט און מ׳רעדט, איך בעט אויב איינער דא האט מיטגעהאלטען די שיעורים זאל געבן א אמת׳ע ריוויאו וואס דארט שפילט זיך אפ און די רעזאלטאטן פונעם פראגראם.
AMA request; somebody who took part in the motivation lectures
נשלח: מיטוואך יאנואר 27, 2016 1:37 pm
דורך איש את רעהו
מיינס א נאנטער איז אריבער די קלאסען
מען האט געזען אין אים גאר גרויסע שנויים לטובה
עס האלט שוין אן אריבער 13 חדשים ב"ה
כה יעזור ד' להלאה
נשלח: מיטוואך יאנואר 27, 2016 1:39 pm
דורך איש את רעהו
יהושיע האט געשריבן:יא אבער 10 שhעורים
10 שיעורים, מע ארבעט א גיטע 40 50 טעג דערויף