בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:25 pm
דורך moshav zekeinim
די שאלה איז וואס מען קען רופן א גענצליך נייע תנועה. דער מוח איז א גנב און אפילו מען מיינט אז דער תנועה איז גענצליך ניי קען זיך אמאל ארויס ווייזן אז עס נעמט זיך פון ערגעץ וואו.

דזשעז דארף צו זיין ניי, אבער נאר פאר די אייראפעיער, פאר די שווארצע לועזיאנער איז עס נישט אזוי ניי.

כדי צו פארשטיין בדיוק וואס א מוזיקאלישער תנועה איז, לאמיר ניצן די קולות פון תקיעת שופר פאר א ביישפיל.

תקיעה שברים תרועה, באשטייט פון צוויי עיקר חלקים, איינס, די צייט אפשניט, טאאאאאאא, טאא טאא טאא, טטטטטטטטט. צוויי, די טענער אונטערשייד (רעינדזש-מנעד). טא,אאאאאאאא (טא, איז נידריג, און אאאאאאא, איז הויעך), און דאס זעלבע ביי שברים, טא,אא- טא,אא - טא,אא (עס זענען פארהאן פארשידענע שיטות אין די קלאנגען אבער איך שטעל פאר די באקאנטער שיטה).

אט דער צוזאמענשטעל פון די צוויי, איז דער יסוד פון א תנועה, פארהאן מער "יעקישע" אזעלעכע תנועות וואס זענען ממש ווי געשניטן מיט א מעסטער, און פארהאן אזעלעכע תנועות וואס זענען נישט ממש פונקטליך נאר בערך'דיג.

ווען די עולם הנגינה איז געווארן מער פארגעשריטן זענען צוגעקומען צו א תנועה נאך צוויי סובסטאנסן, איינס, א פונקטליכער ריטעם אין וואס דער תנועה זאל אריין פאסן (וואס איז ביי קריאה וחזנות נישט שייך), צוויי, "דער פארב" פונעם תנועה, וואס א גוטער ביישפיל דערצו איז דער חילוק צווישן די נגינה פון קריאת התורה, איכה, נביא, מגילת אסתר, וואס כאטש אלע פארמאגן די זעלבע תנועות (טראפן) פארמאגן זיי אבער אן אנדער "פארב", וואס אין היינטיגע נגינה לשון ווערט עס אנגערופן א "מאדוס" אדער סקעיל, ווי מינאר און מאזשאר. וואס ווערט געשאפן דורך דקות'דיגע טוישונגען אין די טענער.

אז א תנועה זאל זיין ניי מיט אלע פיר סובסטאנסן, טענער קאנטראסטן, לענג פון די קולות, פארב, און ריטעם, איז כמעט אוממעגליך, אבער בדרך כלל קען מען זאגן, אז ווי פרעמדער און אומפארשטענדליכער דער תנועה הערט זיך צום אויער, אלץ מער חידוש איז עס, און פארהאן היינט מוזיק שרייבער וואס זייער גאנצער ציל איז טאקע צו שאפן גענצליך נייע תנועות אין אלע אספעקטן אשר לא שמע אוזן מעולם. אבער, עס האט נישט קיין טעם און קיין ריח. פארוואס?

"טעם" אנטוויקלט א מענטש דורך לאנגע אדער איינדרוקספילע איבערלעבענישן, וואס דורכאויס דער איבערלעבענישט האט זיך זיין גוף מער אנטוויקלט. מערסטנס טייל באקומט מען דאס דורך די שטוב וואו מען איז אויפגעוואקסן, ווייל דארטן אנטוויקלט זיך דער קערפער די מערסטע. די אלע עסן, ניגונים, און פראקטיק וואס מען האט איינגעזאפט אין זיך דורך אויס די תקופה, ווערן ווי די א"ב פון טעם אינעם מענטשנס לעבן. א מאמעס קוגל אדער שרימפ, א טאטעס כל מקדש אדער ירח, זענען דעם קינדס אבני היסוד פון טעם אין לעבן.

בעצם איז יתכן אז א מענטש זאל זיין צופרידן מיט די זעלבע צעהן ניגונים מיט וואס ער איז אויפגעוואקסן און בלויז דאס זינגען א גאנץ לעבן, פונקט ווי רובא דאינשי זענען צופרידן צו עסן די זעלבע טשיקן אדער ביף נאכאמאל און נאכאמאל, (מען זעהט דאך אז די ראש השנה ניגונים ונוסחאות ווערן דאך כמעט קיינעם נישט נמאס כאטש מען האט עס שוין געהערט הונדעטער מאל).

אנדערש איז אבער ווען מען ערוועקט אינעם מענטש אן ערווארטונג פאר א חידוש, דאן איז ער פלוצלינג נישט צופרידן מיט די אלטע. ווען דער וועטערער סערווירט ביף אדער טשיקן, זאגט כמעט קיינער נישט, אך, נאכאמאל די זעלבע! ווען די מוזיק הייבט אן דער אלטער עוד ישמע מיט ישיש עליך זאגט קיינער נישט, אוי שוין ווייטער די אויסגעדראשענע ניגונים?! אבער טאמער איז עק ממשיך אשריכם וואס איז נתפרסם געווארן מיט נישט מער וטי צעהן יאר צוריק, דאן וועט זיך שוין הערן קריטיג. פארוואס? ווייל דא ערווארטעט מען שוין עפעס ניי. און וואו ערווארטעט מען מער ניי וואו אויף א סידי.

וועט א קאמפאוזער מאכן עפעס גאר ניי, וועלן מענטשן זאגן אז "עס איז נישט אין מויל צונעמען". דער קונץ פונעם קאמפאוזער דארף זיין צו מאכן עפעס "וואס קוקט אויס ניי" און אונטער דעם באהאלטן די אלטע באקאנטע תנועות וועלעכע זאלן זיך קוים באמערקבאר ארויס שטעקן דא און דארט.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 10:40 pm
דורך ונבנתה העיר

Re: טעמי המקרא און היראגליפישע שריפט

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 9:16 am
דורך רימון
משיח, משיח, משיח, אוי יו, יו יו יו יו יאם. - מרדכי בן דוד

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 9:51 am
דורך הקטן

נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 12:53 am
דורך moshav zekeinim
איך וויל דא געבן א לעבעדיגע דוגמא וואס א מוזיק "תנועה" איז. איך וועל קודם ווייזן א "תנועה גדולה" און דערנאך א "תנועה קטנה":

לאמיר נעמען פאר א דוגמא דעם באקאנטן ניגון הושיעה את עמך (פון הרב אברהם טווערסקי שליט"א).

יעדער שטיקל ניגון וואס הייבט זיך אן מיט א פרישער דגוש איז א אנהייב פון א תנועה (יעדער שירה איז א תנועה, און דער אויבערשטרעכל צייגט דעם דגוש):

הושי'עה את עמך....
וב'רך את נחלתך....
ור'אם וראם וראם
ור"אם ונשאם
וראם" ונשאם עד העולם

יעצט לאמיר אינעם זעלבן ניגון צייגן די תנועות קטנות, ד.ה. צושפרידלען די גרעסערע תנועות אין קלענערע תנועות וואס דערקענט זיך אויך אין א דגוש ביים אנהייב תנועה'לע, נאר א שוואכער דגוש:

הושיעה
את עמ
ך...
וברך
את נחל
תך
וראם
וראם וראם
וראם
ונשאם
וראם ונשאם
עד העו...
לם

דא זענען די תנועות בערך אזוי גרויס ווי די טעמי המקרא וואס זענען צוזאמענגעשטעלט פון א קלענערע צאל טענער אין פארשידענע לענג און הייעך.

לאמיר נאכאמאל נעמען דעם משל פון תקיעת שופר. א לאנגער קול, א קורצע קול (שברים) און א פוצינקע קול (תרועה) (איך נעץ נישט דא די מאדערנע מוזיק טאון צוטיילונגען פון האלב פערטל אכטל זעכצנסטל, טריפל, זעקס אכטלעך וכו' ווייל דאס איז בלויז דקות'דיק און האט נישט מיטן יסוד פון א תנועה). ווייטער איז פארהאן די הייעך פונעם קול (בערך'דיגער טאון. אויך דא באצי איך זיך דירעקט נישט צו די טעכנישע פונקטליכע טענער לייטער פון דא רע מי פא סאל לא סי אדער ווי מען ציילט עס אין די ענגליש און דייטש רעדנדע מדינות cdefgab ווייל דער פונקטליכער טאון האט נישט מיטן יסוד פון א תנועה, ווייל וטי געזאגט קען דער זעלבער תנועה ארויף גיין אויף דעם ניגון פון איכה און ניגון פון קריאת התורה טראץ וואס זיי זענען אנדערע ניגונים): די מיטלדיגער קולות, א שפרינג צו די העכערע קולות אדער צו סופער קוויטשעדיגער העכערער קול, און די נידריגער קולות און גאר נידריגער קולות. (אלעס צוזאמען איז פונעף דרגות).

די טויש ארום די הייעך פון די קולות קען געמאכט ווערן אויף פארשידענע וועגן, עס קען זיין זיג זאג, אדער שטאפל ווייז, אדער ביידע צוזאמען אויף פארשידענע אופנים, ווי צוויי שטאפלעך ארויף און איינס אראפ צוויי שטאפלעך העכער און איינס אראפ. א.ד.ג.

למשל, דער תנועה ביי "הו...שיעה" הייבט זיך אן מיט איין שברים אויף א נידריגער טאון, און צוויי תרועות אויף א מיטעלער טאון. "את עמ" איז א תרועה מיט צוויי שברים'ס, דער ערשטער מיט א שטערקערער דגוש און עטוואס העכערער שטאפל ווי דער צווייטער.