בלאט 2 פון 5

Re: אב לא יחוס על בנו? [פרשת ישועות משה ור' ישראל'טשע מ'וויז

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 9:06 am
דורך mevakesh
ישר כוח שש פארן לינק צו דער בריוו
וואס וואונדערט מיר די מערסטע איז ווי ער שרייבט אז ער קען נישט צירוקציען ווייל די חסידים וועלן ווערן צומישט!!
קען מיר איינער מסביר זיין ווי ער שעמט זיך נישט צו שרייבען אזא זאך????

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 10:51 am
דורך [NAMELESS]
שכוח שש. דיינע ווערטער קומען אריין מוראדיג קלאר און פארשטענדליך.

איך האב יעצט צום ערשטן מאל געזעהן די חילופי מכתבים צווישן די איידימער מיטן שווער, סאיז דא אפאר זאכן וואס איך וויל דארט פארשטיין.

א)דער ישועות משה שרייבט אז די איידימער האבן אים אויך דערציילט שלעכט׳ס אויף ישראל, איז דאס אמת? לכאורה יא, ווייל אז נישט וואלט ער עס לכאורה נישט געשריבן נאכדערצו ווען ער רעדט צו זיי אליין, דארף מען וויסן וואס זיי האבן געזאגט אויף אים? און פארוואס זיי האבן געטון אזאנס צו אים.

ב) וואס איז געווען די מעשה אין שווייץ.

ג) וואס האט דער ישועות משה פארלאנגט פון אים, סאיז משמע אז ער האט פארלאנגט פון אים געוויסע זאכן.

ד) אויב וואלט ער געפאלגט וואלט אים דער ישועות משה צוריקגענומען?

ה) וויאזוי קען א וויזניצער חסיד האלטן סיי פון דער ישועות משה און סיי פון ישראל?

ו) איז אמת אז די שונאים פונעם ישועות משה זענען געווען נאנט מיט ישראל. (נישט קיין עוולה מצד ישראל סתם נייגעריג) אויב יא, ווי ווייט איז דער אהבה געגאנגען?

ז) איז דאס אלעס געווען ישראל׳ס קאפ אדער זיינע מידות, אדער מענטשן האבן אים ג׳עצה׳ט?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 11:41 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס'איז משמע דארט אז ר' ישראל'טשע האט זיך נישט געפרעגט אויף יעדער שריט און טריט ביי זיין טאטע אזוי ווי א געטרייע וויזניצער חסיד. און וען ער האט יא געפרעגט, האט ער נישט אלעמאל געפאלגט. ס'איז אפט שווער פאר עלטער'ן צו צוקוען ווי זייער קינדע רוואקסען אונטער און ווערען אייגענער מענטשען, מיט אן אייגענע פארשטאנד. אבער ביי די חברה ווערט א נייע מציאות, ווייל יעדע באליידיגונג איז נישט פערזענליך, נאר כבוד בית וויזניץ, וואס דאס ווערט שוין אידישקייט, און פאר דעם מעג מען אלס, כולל מסירות נפש (יענעמ'ס פארשטייט זיך, נישט די אייגענע).

איך קלער אז נישט טפשות איז דא געשען, און נישט א שלעכטע ווייב. נישט גבאים און נישט העכערקייט. נאר פשוט שלעכטע מדות אזוי ווי ביי יעדער איינער. די אראגאנץ וואס שיינט ארויס פון די דרשה דארט געדרוקט, די sense of entitlement וואס פאסט פאר א קליין קינד, דאס איז שולדיג אין אלס.

אגב, מ'זעט אן אינטרעסאנטער זאך. ר' מאטעלע מעג נישט מוחה זיין אויפ'ן 'עבירה' פון אויפנעמען די ראש ממשלה פון א"י, ווייל קודם דארף מען קלינגען. אבער ר' משה'לע מעג און דארף מוחה זיין אויף כבוד בית וויזניץ נישט דארפענדיג קלינגען פריער?! מ'זעט די לשון הגמרא פאר די אויגען 'על כבודי לא מחיתם, על כבוד בשר ודם מחיתם'. נישט ווייל דער מחאה וועגען שמיר איז ריכטיג אין מיין אויגען, אבער עכ"פ זיין נוסח ווייזט די פראבלעם.

#פעטיציעאלערט

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 12:42 pm
דורך [NAMELESS]
עזריאל האט געשריבן:שכוח שש. דיינע ווערטער קומען אריין מוראדיג קלאר און פארשטענדליך.
איך האב יעצט צום ערשטן מאל געזעהן די חילופי מכתבים צווישן די איידימער מיטן שווער, סאיז דא אפאר זאכן וואס איך וויל דארט פארשטיין.

א)דער ישועות משה שרייבט אז די איידימער האבן אים אויך דערציילט שלעכט׳ס אויף ישראל, איז דאס אמת? לכאורה יא, ווייל אז נישט וואלט ער עס לכאורה נישט געשריבן נאכדערצו ווען ער רעדט צו זיי אליין, דארף מען וויסן וואס זיי האבן געזאגט אויף אים? און פארוואס זיי האבן געטון אזאנס צו אים.
ב) וואס איז געווען די מעשה אין שווייץ.
ג) וואס האט דער ישועות משה פארלאנגט פון אים, סאיז משמע אז ער האט פארלאנגט פון אים געוויסע זאכן.
ד) אויב וואלט ער געפאלגט וואלט אים דער ישועות משה צוריקגענומען?
ה) וויאזוי קען א וויזניצער חסיד האלטן סיי פון דער ישועות משה און סיי פון ישראל?
ו) איז אמת אז די שונאים פונעם ישועות משה זענען געווען נאנט מיט ישראל. (נישט קיין עוולה מצד ישראל סתם נייגעריג) אויב יא, ווי ווייט איז דער אהבה געגאנגען?
ז) איז דאס אלעס געווען ישראל׳ס קאפ אדער זיינע מידות, אדער מענטשן האבן אים ג׳עצה׳ט?

תשובה:

על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.

א) פשוט פשט, איז אז דער האט אמאל געזאגט א ווארט דא, און דער א ווארט דארט, פונקט אזויווי די דרך פון מענטשן איז אז מ'זאגט אמאל א קרום ווארט אויף דעם שוואגער אדער יענער שוואגער. קענסט זיכער זיין, אז זיי האבן צומאל געלאזט פאלן ווערטער אויף ר' מענדעלע, נאר יעצט האט דאס רבי משה'לע געוואלט נוצן אלס וואפן אנטקעגן זיי זעלבסט.

און נאכמער, היות ער האט געהאט א געבויטע געביידע אנטקעגן רבי ישראל'טשע, האט ער גענומען יעדע האלבע ווארט בגנות רבי ישראל'טשע און עס אויפגעבלאזן כמקדמת דנא, זיך זעלבסט בארעכטיגענדיג מיט זיין החרמה קאמפיין אנטקעגן עצמו ובשרו.

אין פאקט, האבן די שוואגער'ס לבית בעלזא וסאטמאר שטארק מקרב געווען רבי ישראל'טשע, און דער סקווירער וואס איז 'צו' דיפלאמאטיש - איז געווען ערגעץ באמצע, אבער דאס איז זיכער אז זיי זענען נישט געווען מוציאי דיבתו.


ב) די מעשה אין שווייץ איז געווען, אז רבי ישראל'טשע האט זיך דערוואוסט אז די טאטע איז דארט, און ער האט מחליט געווען ארויפצוקומען צו אים בשתיקה זיך אויסוויינען. למעשה, אנקומענדיג דארט האט אים א גבאי אראפגעווארפן אלע טרעפ פארן חוצפה פון וועלן קומען צום טאטן. רבי ישראל'טשע איז נעבעך צוקלאפט געווארן און געדארפט אפגעפירט ווערן אין שפיטאל.

פונעם בריוו זעט זיך ווייטער ארויס, ווי מ'האט אים געפיטערט שקרים וכזבים אז מ'האט סתם געפירט אין שפיטאל כדי צו מאכן א ווינט אין גאס און פארשעמען וויזניץ און די טאטע בלא-בלא-בלא. לא די אז דאס האט נישט צושאקלט דעם טאטן צו זען וואס זיין זון וויל, און וואס מ'טוט צו אים, האט ער גאר דאס זעלבסט גענוצט אנקעגן דעם זון!

אגב, דער גבאי וואס האט אים דעמאלס אראפגעווארפן די טרעפ, איז נישט געווען זיינס א שונא, ער האט סך הכל געטון זיין 'דזשאב' וואס מ'האט פארלאנגט פון אים. ווען רבי ישראל'טשע איז צוריקגעקומען קיין וויזניץ און איבערגענומען די זאך, איז דער גבאי אריבערגעגאנגען אים מפייס זיין, און שטייצעך רבי ישראל'טשע האט אים גלייך מוחל געווען, און גאר געלאזט אלס גבאי'ן...! דער גבאי לעבט שוין נישט, אבער דאס איז געווען א טיפישער רבי ישראל'טשע התנהגות.


ג-ד) די אפיציעלע ווערסיע איז, אז דער טאטע האט פארלאנגט פון אים ער זאל אויפהערן פארבארגן געלטער. מסתמא האט ער אויך פארלאנגט פון אים, צו פאלגן טאטע מאמע. אין פאקט, נניח דאס וואלט געווען דער אמת'ער טעם, וואלט רבי ישראל'טשע אלס נאכגעגעבן נאך א יאר גלות. דער מענטש איז אריבער ביטערע יארן וואס מיר קענען זיך ניטאמאל פארשטעלן. ס'איז זיכער אז דאס אלעס איז געווען א שפיל לעיני השוק, אבער דא איז געווען עפעס מער פונדאמענטאליש.

און בעצם, היות מ'האט אים געפירט ביי די נאז און געפיטערט ליגנט, און געהייצט אויף נארישקייטן ווי גיין צום ברודער אין מאנסי, האט דער טאטע מעגליך אלס געהאלטן אז דער זון זיינע איז ניטאמאל אינטרעסירט צו זיין פאלגזאם און א 'וואוילע יונגעלע'.

ווייניג וואס האט ער געוואוסט וויאזוי דער זון רעאגירט אין ווארהייט, צום טאטן. בלייבנדיג א הייסע חסיד זיינע, אפילו ער האט אים זעלבסט גע'רודפ'ט עד חרמה.


ה) פרעג ענדערש: וויאזוי קען רבי ישראל'טשע זעלבסט זיין א חסיד פונעם טאטן? נישט נאר יעצט, נאר ווען דער טאטע האט אים געצאפט די בלוט, איז ער געבליבן א הייסע חסיד פונעם טאטן, כידוע לכל יודעיו. נאר דער אמת איז, אז אלע וואס האבן געהאלטן פונעם זון האבן פארשטאנען פון וואספארא חומר דער פאטער איז געמאכט, און זיי האבן געוואוסט אז ס'איז נישט געווען פון שלעכטס נאר פון עפעס א מענטאלישע 'בלאקעדזש' אין מח.

מצד שני, א וויזניצע חסיד האט נישט געמוזט זיין קיין שונא פון רבי ישראל'טשע, חוץ די יונגע וואס זענען געפיטערט געווארן מיט שנאה און האבן אים נישט געקענט פון בעפאר. אבער פאר דעם דארף רבי ישראל'טשע אפגעבן א באזונדערע דאנק פארן יונגערן ברודער, וואס אדאנק זיינע הייליגע שטיק האבן אלע חסידים פונעם טאטן מקבל געווען רבי ישראל'טשע מיט א ווארימקייט, זייענדיג נמאס פונעם ברודער, וד"ל [פאר זאלוינים דערמאנט דאס פון תש"ס].

רבי ישראל'טשע זעלבסט, האט געוויס געהאלטן אז ער דארף אפקומען מן השמים. ער איז מסתמא צו א גרויסע חסיד פונעם טאטן צו טראכטן עפעס קרום אויף אים...


ו) יא, אסאך שונאים פונעם ישועות משה זענען געווען א.ג. 'גוט' מיט רבי ישראל'טשע. דאס צו פארשטיין קומט אריין דער אנדערער פאקטאר אינעם געפעכט, אז רבי ישראל'טשע איז אלס געווען דער פרומער, און טאקע דאס האט באשטייערט צום שנאת האם על בנה, וויבאלד זי איז געווען מער מאדערן געשטימט.

אין פאקט, איז זי היבש שולדיג געווען אינעם ערשטן 'מרידה' וואס האט נאך אויסגעבראכן בחיי אבי הישועות משה - דער אמרי חיים, וואס דאן האבן די פרומערע חסידים 'מורד' געווען, בעיקר אנטקעגן דעם דעמאלסדיגן ראש ישיבה - רבי משה'לע. ער איז געווען צו מאדערן פאר זיי, און דאס איז - עכ"פ בחלקו - געווען צוליב זיין ווייב. מאנכע טענה'ן, אז דאס איז געווען דער קערנדל צום שפעטערדיגן מחלוקה מיט רבי ישראל'טשע, וואס איז אויך געווען צו פרום פאר איר.

דאס איז פשט אין דעם וואס די פרומערע זענען געווען נאנט מיט רבי ישראל'טשע בעת גלותו. ער פערזענליך איז קיינעם נישט נאכגעלאפן און קיינעם גע'חנפ'עט, אבער פארשטייט זיך אז ס'איז געווען א נאנטשאפט בשיטה. פארשטייט זיך, אז די 'אהבה' איז זיכער נישט געגאנגען אזוי ווייט ווי הערן אפילו א ווארט אנטקעגן דעם טאטן אדער זיינע שיטות, דאס איז געווען ביי אים ביהרג ואל יעבור [בקיצור, ניטאמאל קיין פארגלייך צום - להבדיל - קשר זאלוינים/בני יואל].


ז) איך פאשטיי נישט דיין שאלה. דו מיינסט דעם ישועות משה, אדער רבי ישראל'טשע, ווייל רבי ישראל'טשע קומט דא לכאורה נישט אריין.

Re: אב לא יחוס על בנו? [פרשת ישועות משה ור' ישראל'טשע מ'וויז

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 11:52 am
דורך א איד
הרב ר׳ שש שליט״א
יישר כח פאר די שיינע שטיקלעך היסטאריע צוטיילן אויף טעלערלעך כה לחי

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 12:54 pm
דורך שטיינער
זייער שיין אין באלערנד אראפגעלייגט.
יעצט קען מען נוצן די הגדרה אויף פילע אנדערע פארשוינען אויך. אין עס ווערט פארענטפערט זייער אסאך פראגעס

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 1:10 pm
דורך דולה ומשקה
שבת אחים האט געשריבן:
chusid האט געשריבן:ביי איינע פון די שלש סעודות מחאות קעגן ר' ישראל זאגט דער ישועות משה אז ער פלעגט ארומלויפן מיט אים צו פראפעסארן אים צו היילן. פון וואס רעדט ער?


פון היץ...


איינער פון די דרשות פון רבי משה וויזניצער אויפן חשבון פון זיי ברודער רבי מאטעלע.
viewtopic.php?f=8&t=9299

אדנירם, הערליך שיין צולייגט דעם ענין, אבער דאס ארויס רומען דעם זוהן סרולצע איז שטארק מיסלידינק (אויסער דו האסט א נגיעה אדער בייעסד), זיי אזוי גערופענע 'גוטסקייט' און געוואלדיגע מידות קומט גארנישט מחמת ער איז א אוהב את הבריות, אדרבה דאס קומט פון זיין גאר גרויסע שיעור אין 'קטנות המוחין', א ענין וואס ער צייכענט זיך אויס אויף גאר א גרויסע מאס. לפעמים ברענגט עס צו אז ער שיסט אזעלעכע מאדענע דרשות אין גאר שלעכטע תקנות וואס שפיגלט מער אפ שטארקע רשעות.

מ'זקען זאגען אויף א געוויסע אופן האט ער שוין פון לאנג פארגעסן זיינע 'פראפאגאנדע' אזוי גערופענע 'גלות יארן' אסאך וואס זיינע חסידים האבן זיך ליבן צו באניצען כדי איהם גרעסער מאכען אסאך מער ווי ער איז.

אגב, דאס וואס עס גייט אן ציווישען זיינע אייגענע קינדער, ווייסט ווי ווייניג ער האט זיך געלערנט אויף זיין אייגענע פלייש, בבחינת שוטה אינו מרגיש.

Re: אב לא יחוס על בנו? [פרשת ישועות משה ור' ישראל'טשע מ'וויז

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 5:58 pm
דורך ירא שמים
גוטסקייט האט נישט צוטוען מיט קלוגשאפט אז ער איז גוט איז עס ווייל ער איז א גוטער.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 6:02 pm
דורך moshav zekeinim
וואס פאר א רשעות'דיגע תקנות מאכט ער?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 11:30 pm
דורך יאיר
יישר כח אדנירם פאר די אינטערעסאנטע קאפיטלען היסטאריע.

Re: אב לא יחוס על בנו? [פרשת ישועות משה ור' ישראל'טשע מ'וויז

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 1:14 pm
דורך נאסע ליילעך
שיינע ארבעט מר שש. אגודל ארויף פאר דיר [emoji106].

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 3:55 pm
דורך [NAMELESS]
ישר כח רב שש פאר די אינטערעסאנטע אנאליז,
בעיקר האב איך הנאה פון דיי ריכטיגע נקודה איבער דעם חילוק צווישן סתם א בעל רגש און א אויסגעארבעטע בעל רגש, מען דארף דאס האלטן פאר די אויגן,

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 9:00 pm
דורך [NAMELESS]
נאר וואס דען? ס'געווען 'העכערע זאכן'!
גיי ווייס...


דאס האב איך געטראפן אין א צווייטע פארום, וואס א וויזניצער חסיד טענה'ט:


לדעתי כל נסיון להבין את נסיבות ההרחקה, יידונו לכשלון מלכתחילה.

כי האדמו"ר זצוק"ל אמר לה"לב שמחה" שיש פה רבי'שע זאכען, וכן אמר להאדמו"ר משומרי אמונים, שכל זה בא לו מן השמים עקב שידוך שנעזבה.

מרן הגר"ש וואזנר ששוחח עם האדמו"ר זצוק"ל בשעתו בנושא זה, אמר אח"כ שאחר כל השיחה עם האדמו"ר, הוא עוד לא מבין את סיבת ההרחקה.

רבי יודעלע הורוביץ אמר, שזה חשבון ישן שנפרעו מויזניץ מן השמים, עקב חלישות הדעת שגרמו רוב החסידים שעזבו את הבן הגדול של ה"תורת חיים" והלכו לבנו הקטן ה"צמח צדיק".

אפי' האדמו"ר הגרמ"מ, העיד לי איש נאמן, שהגרמ"מ אמר לו לפני עשרים שנה, שגם הוא לא מבין את סיבת ההרחקה.

בקיצור, ברור לכל בר דעת, שזו היתה הימל'ישע זאכן, כמו שהחזרה היתה כל כולו ניסי למעלה מדרך הטבע.

אדמו"ר זצ"ל בעצמו התבטא בפני כמה וכמה אנשים, לאחר החזרתו, שבנו הר"י אינו אשם כלל בכל הסיפור!


--------------

די סיטואציע פארערגערט זיך נאר, ווען אפאר ליטוואקעס מישן זיך אריין, און מאכן אויך הימלישע חשבונות - אבער דאס מאל פון די ליטווישע זייט. ליינט און שטוינט:

אם כבר הגענו לרבישע זאכן, יש שאמרו בשם הרב שך שזו מידה כנגד מידה בגלל שארגון צעירי ויז'ניץ ניתק בחורים ממשפחות ליטאיות מהוריהם. אני עצמי לא מאמין שזה נכון וגם לא שהרב שך התבטא כך, אבל אם כבר...

א צווייטער לייגט גלייך צו:

אכן, פעילי הארגון הנ"ל עשו נפשות לחסידות בצורה שפלה של פיתוי ילדים קטנים באמצעות ארגון 'מתמידים' כביכול, והפניית עורף לחינוך שקיבלו בביתם. ואכן הרב שך זצוק"ל התבטא בחריפות על זה, ובאותו שבוע הורחק האדמו"ר שליט"א מבית אביו זצ"ל.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 9:28 pm
דורך [NAMELESS]
בקיצור ס'איז זיכער געווען הימלישע זאכן, די שאלה איז נאר וועלכע הימל...

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 9:47 pm
דורך berlbalaguleh
אדנירם: שוין. מיר האבן שוין ב"ה געפונען עפעס א מופת פון הרב ש"ך זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן. ווייל איך האב אייביג געזוכט מיט לעכט עפעס א מופת וואס מ'זאלל קענען נאכדערציילן אויפ'ן גדול ראשי הישיבות. די ליטווישע פראפאגאנדע מאשין האט טאקע פארציילט אותות אבער נישט קיין מופתים אויף זייער ראש ישיבה, הגאון הקדוש מרן הרב מן ש"ך זצוקללה"ה (זאציק-לאלהאהא.) אבער מיט קיין מופתים האבן זיי נישט געקענט אויפקומען. אפשר דער זכות וואס ער האט זיך אזוי געמיין אויסגעדרוקט אויף חסידים און חסידות בכלל, און אויף חסידות חב"ד בפרט זאלל איהם אוודאי ביישטיין...!

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 10:49 pm
דורך קפה נמס
ערעב בערל,
איך זוך די דיסלייק קנעפל, העלפט מיר ארויס...

Re: אב לא יחוס על בנו? [פרשת ישועות משה ור' ישראל'טשע מ'וויז

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 11:28 pm
דורך ירא שמים
שש. פון וואו ציטורסטו?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 3:47 am
דורך [NAMELESS]
אין בחדרי חרדים איז דא א זאפטיגע אשכול פון 27 עמודים איבער תקופת גלותו של רבי ישראל'טשע. בעיקר זענען דא סיפורים נפלאים פון זיינע געהויבענע מידות אין די שווערע צייטן.

עכ"פ אויף דעם עמוד זענען דא די אויבנדערמאנטע תגובות.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 10:35 am
דורך berlbalaguleh
קפה נמס האט געשריבן:ערעב בערל,
איך זוך די דיסלייק קנעפל, העלפט מיר ארויס...

קפה נמס: דרוק צוויי מאל לייק, וועט ארויסקומען א דיס-לייק... :lol: :roll:

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 1:40 am
דורך [NAMELESS]
איך האב צאמגענומען דעם לענגערן ארטיקל אין איין פי. די. עף.


להנאת הציבור:

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2017 6:33 pm
דורך ארי נוהם
chusid האט געשריבן:ר' שש, דארפסט מאכן אן עקסטערן ארטיקל מסביר צו זיין וויאזוי טויזענטער חסידים זענען געשטאנען אינדער זייט און צוגעקוקט צו דע טעראר און עס בארעכטיגט...פארוואס האבן דע ערוואקסענע מענטשן געהאלטן אז עס קומט פאר ר' שראלטשע דע רדיפות?

ווער זאגט אז מ'איז געשטאנען אין די זייט אין עס בארעכטיגד? אין פאקט האבען אסאך ווישניצע חסידים זיך אפגעטרייסעלט פון ווישניץ צוליב די פרשה, און אזוי אויך האבען אסאך חסידים פון ר' משה'לע אריבער מחנות און געווארן חסידים פון ר' מאטלע. א קליינע צאל זענען געווארען חסידים פון ר' שרולטשע זעלבסט, אבער זיי זענען אויסגעשטאנען טעראר פון די העדקארדערס.

דאס רוב חסידים זענען אייביג עומדים מן הצד, און פארן מיט מיטן ווינט. קוק אן סאטמער, ווי ר' אהרן האט זיך צופירט ביז תש"ס און סאטמער בכלליות האט נאכגעטאנצען אלע פרשיות ביז רז"ל איז אנגעקומען און דעמאלטס האט זיך ארויסגעשיילט ווער סהאט אמת'דיג גהאלטן ביז יעצט ווי ר"א און ווער ס'האט נאר נאכגעטאנצן די דאקטרינע פונם חסידות.

און יעדער ווייסט אויך, אז אויב רמ"ד וואלט געהאט די באבובע שול אויף 48 מיט די מוסדות, וואלטן רוב באבובע ווייטער געבליבען מיט אים. די פאקט איז אז רוב רובם פון חסידים שטייען אייביג פון די זייט און טאנצן מיט מיטן געווינער.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2017 8:00 pm
דורך berlbalaguleh
קפה נמס האט געשריבן:ערעב בערל,
איך זוך די דיסלייק קנעפל, העלפט מיר ארויס...

קפה נמס: איך ווייס נישט אויב דו לעבסט נאך אויף קאווע שטיבל. אבער אויב יא. וויל איך דיר זאגן אז איך זוך אויך דעם עקסטריעם דיסלייק באטטן אויף די אמרות פון הרב ש"ך ז"ל. ווייל פון ליובאוויטשער רבין האסטו נישט געהערט אזעלכע געמיינע דיבורים אויף קיין שום איד ווי ער האט געגאסן קיתונות של שופכין אויף אלע חסידים און אויף חסידות חב"ד און אויף רמ"מ שליט"א/זצ"ל/נ"ע...!

Re: אב לא יחוס על בנו? [פרשת ישועות משה ור' ישראל'טשע מ'וויז

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2017 11:53 pm
דורך קפה נמס
berlbalaguleh האט געשריבן: ווי ער האט געגאסן קיתונות של שופכין אויף אלע חסידים ..!


לינק ביטע ?