בלאט 2 פון 2

Re: איך בין א קוה פארכאפט אין די גוף פון א מענטש

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 10:20 am
דורך פליקער
ראוונע האט געשריבן:א גוטען טייערע חבירים
אזוי ווי יעצט איז א שעת הכושר האב איך געקלערט אז יעצט איז די צייט to come clean אין ווער דען וועט זיין די ערשטע צו עס מיטיילען אויב נישט ענק טייערע חבירים

די סיבה פארוואס איך האב באשלאסען יעצט ארויסצוקומען אין פובליק איז. ווייל איך ווייס אז ביי אונזער היימישע עולם איז דא זייער אסאך חברה אין מיין מצב. דאס הייסט אז באמת זענען זיי קוה׳ען נאר זענען געבוירען אין די גוף פון א מענטש אין זיי האבען נישט די קוראזש ארויסצוקומען אין פובליק אין טוען וואס מען דארף צו טוען ממילא האף איך אז מיין מעשה וועט זיי אביסעל ארויס העלפען

נישט געזארגט ביי מיר ביזטו א קיה.
גריידע האב איך טאקע שוין לאנג געזעין סימני קיה אין דיר, אבער נישט געוויסט אז דו האלסט אויך אזוי, נאר א וויץ, נעם עס נישט ערענסט, איך ווייס נישט ווי סענסעטיוו קיען זענען ווייל איך בין נישט קיין קיה.

גריידע האב איך א אנדערע מסורה ומעשה שלא היה כך היה
מעני יער'ס עגא, ווען הענרי פארד האט געמאכט זיין ערשטע רינדע מיט דעם פערדלאזע וואגן, בשעת די אלע פארזאמעלטע האבן געשאַלט פאר פרייד, האבן אלע פערד זיך ארים געדרייט גאר דערנידערד, און האבן זיך ציזאם גענימען פאר א דרינגענדע זיצונג, זיי האבן מיטאמאל פארלוירן זייער גאנצע תפקיד, נישטא מער קיין שטאך ארבייט, האבן זיי ארויפגעשיקט למרום א פערד עלסטע, זעין אם נגזרה גזירה, און וואס זיי קענען ווייטער טיען, ער איז ארויף און געטראפן דעם לבוש הבדים, און האט אים מגלה געוועין וואס ער האט געהערט מאחורי הפרגד, אז זיי האבן א גאר א נייע תפקיד, זיי ברויכן ארויפ גיין אויף פארענטשעס און זינגען חסדי השם, וכך הוי, אלע מיליאנע פערד זענען ווייטער געבליבן געטריי פאר די מענטשהייט עד היום הזה.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 10:38 am
דורך הקטן
[tag]שבת אחים[/tag] פארוואס גלייבסטו אלס?
פארוואס נישט ניצען די סייענטיפיק מעטאד - double blinded study
זאל מען נעמען 10000 MRIs און די וואס מאכן די סטאדיס זאלן נישט וויסען ווער איז טרענסדשענדר און ווער נישט און לאמער זעהן וויפיל זיי וועלן צו טרעפען מיט זייער טעריס

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 11:31 am
דורך שבת אחים
הקטן האט געשריבן:[tag]שבת אחים[/tag] פארוואס גלייבסטו אלס?
פארוואס נישט ניצען די סייענטיפיק מעטאד - double blinded study
זאל מען נעמען 10000 MRIs און די וואס מאכן די סטאדיס זאלן נישט וויסען ווער איז טרענסדשענדר און ווער נישט און לאמער זעהן וויפיל זיי וועלן צו טרעפען מיט זייער טעריס

קודם זאג מיר וואס איך גלייב?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 1:06 pm
דורך הקטן
דו גלייבסט אין אלעס וואס איז אנגענומען צו גלייבן אין דיין סביבה.
טראכט אביסל אינדרויסן פון box פאר א change

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 2:31 pm
דורך ראוונע
הדד בן בדד האט געשריבן:איי ראוונע, ביסטו גוט.

איך ווייס נישט איבער קיען, אבער איך קען אסאך פערד וואס זענען סטאק אין דעם גוף פון מענטשן...

די שורש פון די פראבלעם איז לכאורה די זעלבע :lol:

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 1:49 am
דורך שבת אחים
הקטן האט געשריבן:דו גלייבסט אין אלעס וואס איז אנגענומען צו גלייבן אין דיין סביבה.
טראכט אביסל אינדרויסן פון box פאר א change


יא! Guilty as charged איך גלייב טאקע אין מאדערן סייענס אלזא גלייב איך אין אטאמס און מאליקיולס און אין Math און אין Gravity און אין evolution און אין asteophisics, למשל איך גלייב אז די שטערנס וואס אונז זעמיר ביינאכט אין הימל איז ליכטיקייט פון די סטאַרס וואס האט גענומען מיליאנען און אסאך קעיסעס ביליאנען יאהרן אנצוקומען צו אונז אז מיר זאלן עס קענען זעהן, און אסאך פון די שטערנס עקסזעסטירן שוין בכלל נישט מיליאנען יאהרן און דאך זעהן מיר נאכאלץ זייער שאָטן - זייער לייט (גלייבסט דעס?). איך גלייב אויך אז OJ Simpson האט געהארגט זיין ווייב אפילו איך בין נישט דארט געוועהן האט ער אבער איבערגעלאזט גענוג שפירן און פינגער פרינטס דאס צו באשטעדיגן! (כהאף דו כאפסט די נמשל)

די סיבה פארוואס איך גלייב די אלע זאכן איז נישט ווייל איך האב עס געליינט אין א ביכל וואס איז געשריבן געווארן טויזענטער יאר צוריק נאר ווייל עס מאכט סענס אויף פאפיר, למעשה האט נאך קיינער מסתמא נישט געזעהן רוב אטאמס און די protons neutrons פון א אטאם אפילו סייענטיסטן מיט זייערע פארגעשריטענע microscopes ווייל מ׳קען עס נישט במציאות זעהן ווייל סאיז צו קליין אבער למעשה איז עס אמת ווייל סשטימט מאטעמטיקלי און אימפּירקלי און אויב נישט וואלט גארנישט געארבעט און אויב וואלט מענטשען נישט צוגעלייגט קאפ וואלטן אונז נישט יעצט קאמיוניקעטעט אויף א ווייערלוס אינטערנעט טשעטליין און אויב וואלט מען נישט פארשטאנען די בעסיקס פון קעמיסטרי (כעמיע) וואלט מען נישט געקענט מאכן אז דיין גאזאלין טאנק זאל מאכן אז דיין קאר זאל האבן די פּאוער ארויפצושמייסן די וואוצבארא בארג אויף ניינציג מייל א שעה און דייבעטיקס וואלטן נישט געהאט קיין אינסילין און סוואלט נישט געוועהן קיין אנטיביאטיאקס און קיין איינע פון די היינטיגע פארגעשריטנע מעדציענען וואלטן נישט געארבעט און מ׳וואלט נישט געדארפט מורא האבן פון קיין נוקלעאר איראן ווייל ס׳וואלט נישט געוועהן אזא מציאות ווי קיין אטאם באמבע וכו׳ די זעלבע וואלט געוועהן ווען מוואלט ווען נישט פארשטאנען קיין פיזיקס וואלט מען נישט געקענט אריבערשווימען אריבער די אטלאנטיק אושען אין 12 שעה מיט א פליגער נאר ס׳וואלט גענימען חדשים מיט יאהרן מיט פחד און שרעק פון ים רויבערס אן קיין ברעקלע קאמיוניקאציע צו די אנדערע זייט וועלט אליינס אינמיטן די ים!(ווילסט צוריקגיין צו די צייטן?).

איך מיט דיר און יעדעם וואס איך קען ניצט סייענס און אטעמט סייענס יעדען טאג און יעדע מינוט פון דיין לעבן אין יעדע עספעקט און א יעדע נארמאלע מענטש פארשטייט אז מאדערן דעי סייענס האט גענוג און נאך קרעדיטיבליטי און סהאט געברענגט אסאך מעהר נוצן פאר הומאנטי און פאר די ציווילזאציע פאר די וועלט ווי סיי וועלכע רעליגיע ס׳האט אמאל נאר עקזעסטירט און סאיז נישט קיין סודות התורה, יעדער וואס וויל צולייגן קאפּ קען זיך אליינס אויסלערנען און איבערצייגן די ווארהייט דערפון! עפטער אלל דארף מען נישט זאגן קיין קאפיטאל תהילים אז די ווייפיי און בלויטוט זאלן ארבעטן (אסאך מאל גראדע יא! :) )

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 2:03 am
דורך קאצקע ציקער
אבער וויזוי ארבעט די מוח פון א מענטש ווייסטו?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 2:10 am
דורך דעת תורה
מענטשן האבן גענוצט דאקטוירים און מעדיצינען פאר לאנגע יארן, אנע האבן די מינדעסטע אנונג אין בעיסיק זאכן וואס יעדער חדר אינגל ווייסט היינט, און עס האט דאך - פארהעלטניסמעסיג - געארבעט! פוינט איז, ווייל זאכן ארבעטן איז נאכנישט מוכרח אז מ'איז באמת דערגאנגען די שורש הדברים. מ'טאפט כסומא בארובה (סייענטיפישע עקספרימענטן בלע"ז) און וואס געלונגט געלונגט.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 2:19 am
דורך שבת אחים
דעת תורה האט געשריבן:מענטשן האבן גענוצט דאקטוירים און מעדיצינען פאר לאנגע יארן, אנע האבן די מינדעסטע אנונג אין בעיסיק זאכן וואס יעדער חדר אינגל ווייסט היינט, און עס האט דאך - פארהעלטניסמעסיג - געארבעט! פוינט איז, ווייל זאכן ארבעטן איז נאכנישט מוכרח אז מ'איז באמת דערגאנגען די שורש הדברים. מ'טאפט כסומא בארובה (סייענטיפישע עקספרימענטן בלע"ז) און וואס געלונגט געלונגט.


וואס רעדסטו? אמאל איז א 45 יעריגער מענטש געוועהן קאנסידערט זייער אלט!
אמאליגע מעדצינען האבן געארבעט? וואס איז געוועהן די אלע מגיפות? צענדליגער מיליאנען מענטשען ביי די שווארצע מגיפה וואלטן געקענט געראטעוועט ווערן מיט אביסלע פּענעסילין!... בקיצור... כהאב נישט קיין כח צו קיין שטותים!

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 2:29 am
דורך דעת תורה
וואו, וואס, ווען הייסט 'אמאל'? און דער סטעיטמענט איז פשוט נישט אמת. ימי שנותינו בהם שבעים שנה קלינגט קענטליך?

אוודאי האט אמאל נישט געארבעט אזוי גוט מעדיצין ווי היינט. דאך האט עס אין אסאך פעלער פיין געארבעט, אנע פארשטיין פארוואס.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 2:44 am
דורך שבת אחים
דעת תורה האט געשריבן:וואו, וואס, ווען הייסט 'אמאל'? און דער סטעיטמענט איז פשוט נישט אמת. ימי שנותינו בהם שבעים שנה קלינגט קענטליך?

אוודאי האט אמאל נישט געארבעט אזוי גוט מעדיצין ווי היינט. דאך האט עס אין אסאך פעלער פיין געארבעט, אנע פארשטיין פארוואס.

מ׳האט נישט אמאל געלעבט קיין 70 יאר!, סאיז נאך דא היינט געוויסע לענדער אין אפריקא ווי מלעבט נאר עוורידזש 50 יאר, א הארץ טראנספלאנט האבן זיי אויך מסתמא געקענט מאכן ? ניין? דו רעדסט דא פון פרימיטוו מענטשען וואס האבן נישט געוואוסט ווי די זוהן גייט אוועק ביינאכט און נישט פארשטאנען גארנישט! דו קענסט צוריקגיין צו יענע צייטן אז דו ווילסט איך האב ליב א טעלעפאון מיט א סמאוק דיטעקטאר אין מיין הויז מיט עלקטעריק און פלאמבינג היטעט סיטעס אין מיין קאר און א דאקטער וואס ווייסט וואס א עקסרעי מיינט ווייל נישט לאנג צוריק האט מען נישט געוואוסט און געהאט די זאכן.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 2:49 am
דורך דעת תורה
עגעין. וואס הייסט אמאל? איך ברענג דיר א ראיה מוכרחת פון א אלטן ספר פון אמאל וואס זאגט קלאר אנדערש ווי דו. און דו זאגסט נאכאמאל איבער וואס דיר דוכט זיך.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 2:58 am
דורך שבת אחים
דעת תורה האט געשריבן:עגעין. וואס הייסט אמאל? איך ברענג דיר א ראיה מוכרחת פון א אלטן ספר פון אמאל וואס זאגט קלאר אנדערש ווי דו. און דו זאגסט נאכאמאל איבער וואס דיר דוכט זיך.

זעהט זיך אויס אז וויקעפידיע איז א אפיקורס :roll: ;)
https://en.wikipedia.org/wiki/Life_expe ... _over_time

Re: איך בין א קוה פארכאפט אין די גוף פון א מענטש

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 9:07 am
דורך דעת תורה
וויקיפידיע זאגט בכלל נישט וואס דו זאגסט, זיי גוט מעיין וועסטו זען. א 'לעבעדיגער' מענטש איז געווען פראזשעקטעד צו לעבן ארום 70 יאר. און א מענטש וואס איז ל"ע נפטר געווארן פון קינדהייט מחלות איז דאס געשען פארשטייט זיך ווען ער איז געווען א קינד.

סייענטיסטן און מאטעמאטישאנס האבן זיך זייערע טריקס זיכער צו מאכן אז כמעט קיינער זאל נישט פארשטיין וואס זיי רעדן. אבער דאס שרייב איך נאר להצדיק את הצדיק, אז גראדע זאגט וויקיפידיע נישט עפעס וואס איז מנוגד צו וואס עס איז רעקארדירט היסטאריש.

בכל אופן, דער גאנצער שמועס איז אבער נישט נוגע צו אונזער דיסקוסיע. אפילו אויב אלע מענטשן האבן געלעבט נאר 20 יאר, איז אבער דער מציאות אז ס'איז געווען קראנקע, און דאקטוירים וואס האבן זיי געהיילט, אנע וויסן בחייכון וביומיכון וואס עס גייט פאר ביהיינד די סין, נאר פשוט פון עקספרימענטן און זיך איבערצייגן אז רפואה א' איז גוט פאר מחלה ב'. און דאס זעלבע קען געזאגט ווערן אויפן פאקט אז סייענס ארבעט און פראדוצירט פאקטישע רעזולטאטן.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 12:57 pm
דורך וואלווי
.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 11:15 am
דורך [NAMELESS]
וואס איז די אפדעיטס פון אונזער קוה?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 11:17 am
דורך [NAMELESS]
כ'האף ער האט ווייפיי

Re: איך בין א קוה פארכאפט אין די גוף פון א מענטש

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 11:24 am
דורך mevakesh
געווענליך זעמיר אלע מענטשן פארכאפט אין די גוף פון א קוה....

נשלח: מיטוואך יאנואר 27, 2016 6:18 pm
דורך קוימען קערער
און דא קומט די פרישע בשורה אז א פרוי טענה'ט אז זי איז א קאץ וואס איז נעבעך פארכאפט אין א מענטשליכע גוף... געבטס א קוק: http://www.dailymail.co.uk/femail/artic ... mailonline

נשלח: מיטוואך יאנואר 27, 2016 9:45 pm
דורך פארבינדן
זיי באריכטן אז זי איז געווען אומסוקסעספול אין כאפן מייז...