בלאט 2 פון 2
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 12:25 am
דורך moshav zekeinim
דאבל אלבום איז ארויסגעקומען פאר משיח און עס פארמאגט קרוב צו האלב ניגונים פון יוסי. איך זאג נאך וואס איך האב געזען אין אן אינטערוויו מיט יוסי גרין. ליתר שאת, קענסטו פרעגן יוסי גרין אליין'ס.
איך האב אויך געהערט אז משיח האט זיך פארקויפט 90 טויזנט, אבער דאס איז געווען נישט לאנג נאכן ארויס קומען. (איך האב עס געהערט פון איינעם וואס האט שוין באלד א יאר נאכן ערשיינונג פונעם משיח אלבום געוויסט צו זאגן אז עס איז געגאנגען 90 טויזנט) עס זענען אריבער זייט דעמאלס א סך יארן. און ווען שלאגר נט. האט דערמאנט מיט א פיר יאר צוריק דעם ציפער פון איבער 150 טויזנט ביי משיח האט יענער מעגליך געהאט א אפדעיט חשבון. די בעסטע וועלן וויסן די ווערדיגערס אליין, און נישט זיינע אלטע פראדוסערס וועלעכע האבן לאו דוקא אן אפדעיט.
Re: "גוטע הארץ" פון בארימטע פאעזיטאר ר' יונתן שווארץ
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 12:41 am
דורך רימון
מושב דיינע נומערן לייגן זיך נישט אויפ'ן שכל, גלייבן אנגעבליכע נומערן איז ווי אפקויפן וואס שטייט אין קהלות אפטיילונג פון דער איד.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 2:02 am
דורך ודי למבין
ביסט גערעכט אז דאבל איז געווען פאר משיח און יאסי האט גע האט דארט 5-6 ניגונים (ווייט פון האלב) אבער אויף ירושלים האט ער נישט געהאט.
אלץ איינער וואס איז אין מוזיק בין איך זיכער אז דו פארשטייסט אליינס אז שלגרס שאצונגען זענען ניטאמאל גוט למור עפי צלילותו
Re: "גוטע הארץ" פון בארימטע פאעזיטאר ר' יונתן שווארץ
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 2:58 am
דורך לא ימלט
שעפטל האט געשריבן:אינעם ביכל פונעם סידי רעדט ער איבער קאפי'ען
Yonesen Schwartz.jpg
געהערט פין א חשובע דיין אז עס איז נישט אסור צו קאפיען, דאס איז אבער זיכער אז פארווערדען פאר אנדערע איז ווייט פין מענטשליכקייט,
Sent from my SM-G900T using Tapatalk
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 5:38 am
דורך moshav zekeinim
רימון, איך האב דאך די נומערן נישט אויסגעזויגן פון די פינגער, איך האב עס געזעהן אויף כיכר השבת, שלאגר נט. און מאוסטלי מויזיק, און פארוואס זאל איך אננעמען אז עס איז נישט אמת? איז דא א סיבה אז איינער זאל מפרסם זיין ציפערן אין די וועלט אריין? זענען די ציפערן טאקע אזוי רחוק מן המציאות?
צו וויסן למעשה, דארף מען פרעגן די וואס ווייסן באמת. מענדי ווערדיגער, יוסי גיל און אפשר מנחם טוקר.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 6:26 am
דורך moshav zekeinim
ודי למבין האט געשריבן:ביסט גערעכט אז דאבל איז געווען פאר משיח און יאסי האט גע האט דארט 5-6 ניגונים (ווייט פון האלב) אבער אויף ירושלים האט ער נישט געהאט.
אלץ איינער וואס איז אין מוזיק בין איך זיכער אז דו פארשטייסט אליינס אז שלגרס שאצונגען זענען ניטאמאל גוט למור עפי צלילותו
והערב, העבר אין, מי שעשה ניסים, עוד ישבו, הוא יפתח, מירקלס (טיילווייז פון אים). דער גאנצער דאבל אלבום אנטהאלט נישט מער ווי 16 ניגונים, ממילא איז עס נישט אזוי ווייט פון האלב.
און אויף ירושלים איז נאט פאר סעיל זענען נישט רוב ניגונים יוסי'ס? אין אייוועלט האט איינער געליסטעט יוסי'ס ניגונים און אריין גערעכנט אכט ניגונים פון ירושלים לא למכירה.
וועגן די פארלעסליכקייט פון שלאגערס ציפערן. די ציפערן זענען נישט אזוי רחוק מן שכל, און איך זעה נישט קיין סיבה פארוואס איינער זאל וועלן סתם שיסן נומערן, אז איך זאל דאב נישט אננעמען.
טאמער דו זאגסט מיר אז די האסט גערעדט צו יוסי גיל אדער יידל און זיי זאגן אז עס איז א מוגזם'דיגער נומער דאן נעם איך אן וואס דו זאגסט.
נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2016 11:34 pm
דורך חכמה
moshav zekeinim האט געשריבן:ודי למבין האט געשריבן:מירקלס (טיילווייז פון אים)
און די אנדערע טייל?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 04, 2016 10:04 am
דורך שמעון וואלף
איך בין נישט דער גרויסער מבין אויף פאזיע און גראמען אבער הערענדיג דעם סי די האט מיך געמאכט קרימען מיט די נאז עטליכע מאל. ער האט א שיינע פאר קנאקעדיגע גראמען אבער קוקט אויס אז אפאר מאל האט ער זיך נישט צופיל אנגעשטרענג.
איך וועל דא מעתיק זיין עטליכע פראזן כאטש איך געדענק נישט די פינקטליכע לשון. למשל, "יעדער איז פאריאגט יעדער איז פארפלאגט", קאם אן, דאס איז גוט פאר א חדר יונגעל. און אין די זעלבע ניגון זינגט ער שפעטער איבער דעם גראם פארקערט, "אזוי פיל יארן פארפלאגט, אזוי פיל יארן פאריאגט" הפנים, ער האלט אז דאס איז גאר א גוטס. צו למשל, "אויפנעמען ווי עס פאסט, דער דערהויבענער חשובער גאסט", וואס ער האט געדארפט א ווארט אנצופילען די תנועה, איז אשטאטס צו לייגן עפעס תוכן'דיג זאגט ער "דערהויבענער חשובער" וואס האט די זעלבע באדייט. נאך א משל, "איך זעץ מיך אוועק און איך פאר, כאטש איך פארשטיי נישט וואס גייט פאר" אזא גראם גריצעלט אין די אוירן. אויך איז דא אסאך גראמען ווי גיין, שטיין, אליין וכדומה, וואס נערווירט פאר איינער וואס פארשטייט אביסול. איך זאג נישט אז יעדע גראם דארף זיין א חידוש, אבער כ'האב עקספעקטעט עפעס בעסערס.