קודם כל ברוך הבא א נייע ניק, דו ברעינגסט ארויס א גיטע נקודה, איך גלייב אבער נישט אז עס ספעציעל ביי מיר, אבער איך שפיר צימאל א תגובה וואס וואלט לפי דעתי געברויכט ווערן באלייקט אבער ליכא לייקו ולא מידי, און דערנאך איז דא תגובות וואס איך האב בכלל נישט פראדיקטעד אז עס איז אינטערעסאנט, און עס שטעלט זיך ארויס געוואלדיג, דאס איז לכאורה אלס אין אדם רואה נגעי עצמו אדער אלס אין חבוש מתיר עצמו, נא איידיע, אבער דאס איז זיכער פראדיקטעבל אז איך אפרישיעט יעדע לייק.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
מראשית שנה ועד אחרית שנה, קען יעדער פרעדיקטן ווי אזוי זאכן גייען גייען, פון ראש השנה, ווען מען וועט וויינען און ווען לאכן, ערב יוכ"פ אנגעצויגן, מוצאי טאנצן פרייליך, סוכות די נענועים הושע"ר די דרשה מיטן באקאנטן משל, שמחת תורה די הקפות, די באגלייטן, וואס גייט דער רבי זאגן, וועלכע שפראך די צייטונגען גייען באשרייבן (נישטא קיין ווערטער, פעדער איז צו ארעם, כולם נקבצו באו לך, בלא בלא...), ווייטער כ"א כסלו וואס דער פראגראם גייט זיין, אז דער רבי גייט רעדן, וואס ער גייט זאגן, עס גייט זיין דער הויכפונקט, דער עלעקטרישער שטראם גייט אריבערלויפן פונקט ווען דער רבי שליט"א קומט אריין און ספאנטאן גיט יעדער א טאנץ אויף פון ארט און הייבט אן זינגען, חנוכה מיטן חשוף, מען גייט פארענטפערן צום וויפילטן מאל דעם ב"י קשיא וואס מים רבים לא יוכלו לכבות את הקושיא הנורא הזה, הקיצור ך'האב נישט דא די צייט אויסצורעכענען דעם גאנצן יאר, אבער טראכטס אריין, נישטא קיין התחדשות אין גארנישט, אלעס גייט מיטן זעלבן זיז כל שהוא פון אלע דורות, יעדע חתונה בריוול די זעלבע סארט מליצות פונעם פאסט, יעדע חנוכה די זעלבע דזשאוקס פון די דאונאטס וואס ברענען 8 טעג, פסח די שטריימלעך סעילס, ביי יעדע רבי'שע חתונה שטופט מען אראפ די זיידעס פון עולם העליון און דער בדחן באטאנט דאס ביי די דברי כיבושין, ממש מיר האבן אלע רוח הקודש ווי אזוי דאס גאנצע יאר גייט זיך אויסשפילן.
מען פארציילט אויפן חוזה מלובלין זי"ע אז יעדע יאר חודש ניסן, די ערשטע 12 טעג פלעגט ער זאגן עתידות וואס וועט פאסירן אין די קומענדיגע 12 חדשים, איין יאר האט ער נאר געזאגט ביז אב, און נאך זיין פטירה אום ת"ב האט מען פארשטאנען למפרע אז ער האט נאר געקענט זעהן ביז אב. איך גלייב אז היינטיגע צייטן וואלט ער רואיג געקענט זאגן ביז אדר, אפילו אני הקטן קען זאגן עתידות, ווי אויך אלע ניקס, און אויך אלע אידן בדורינו אלה.
און ליכט פון מיין ארטיקל פראדעקטאבל ווי איך האב דארט מסביר געווען אז אלעס איז היינט אזוי שטארק פראדיקטאבל, אבער ווען איך האב עפעס טיפער אריין געקלערט אינעם ענין, האט מיר ערשיינט א אנדערע בליק אויפן גאנצען ענין, נעמלעך אז איך האב נישט קיין שום אהנונג וואס עס טוט זיך מיט מיר, איך ווייס באמת נישט קיין מאל וואס מיין מיינונג איז איבער סיי וועלכע ענין, יא איך ווייס וואס איך טי גענוי מיט מייסטערהאפטע פונקטלעכקייט, אויפ יעדע שאלה איז דא איין תשובה, טראץ אלע שווערע מחלוקת וואס הלכה האט, האבן מיר דאך א מסורה און קיין שום מחלוקה וועט נישט זאגן וועלכע קאליר מיין רעקל מעג זיין, אדער אויב איך מעג גיין א גרינע אינטער הויז, אלע פארשטייען וועלכע פלייש איך מעג עסן און ווי איך מעג דאווענען.
אבער דאס ענטפערט נישט מיין אינטערעסע וועלכע זאך האב איך ליב אדער נישט, איך האב קיין אהנונג נישט אויב איך גלייך צי דאווענען, אדער לערנען, אדער אויב איך גלייך שבת קודש, אדער אויב איך גלייך פיש פלייש אדער קיגל וואס איך אגב עס ניטאמאל, איך ווייס נישט וועלכע קאליר איך האב אמבעסטען ליב, וועלכע סטיל פערניט'ור איך גיי פאר, צי מאדערן צי קלאסיש, למשל אויב איך וויל קויפן א סוט, מיז איך מאכן אזא ויפן כה וכה, קיקן וואס יעדער קויפט, דאן זאג איך אז טאקע דאס גלייך איך, און דאס קויפ איך, אלע מאל זיך איך די ווי לויפט יעדער עד, אדער די וואס קויפט יעדער פלאקאט, און דאן שטאדיר איך אז אויב דאס איז לעצטיג, דורך שטעלן מיינע אינגלעך אויפ א קרייץ פארהער מסיח לפי תומו, קיינער זאל נישט חלילה כאפן אז איך בין א שאינו יודע, דערנאך ווער איך געוואויר אז זיי זענען אלע אינו יודע שאינו יודע, זיי פארשטן מיך ווען איך באמערק נישט, וועגן דעם דרייען מיר זיך אלע מיט די באגעבו'ס.
אויב איך גיי אין א רעסטעראנט למשל, איך וויל עפעס קויפן צי עסן ווייס איך נישט וועלכע זיפ איך גלייך, איך זיץ ביי א חתונה מען בעט זיך צי מיר צי איך וויל וועז'טעבל זיפ אדער טשיקן זיפ, און איך קען נישט מחליט זיין, ווייל איך ווייס נישט וועלכע איך גלייך, דארט איז געווענטלעך גרינג ווייל איך געב זיך א עצה, איך נעם ביידע, איך לייג א אימשילדעגע טעלער ביי מיין רעכטע זייט, און דארט בעט איך די צווייטע זיפ, דערנאך בין איך מתקן ביידע, אבער די אמתע סיבה איז ווייל איך וויל נישט פארפאסן, אולי האב איך בעסער ליב יענע.
למשל ווען איך גיי אין א רעסטעראנט דארטן גיי איך דורך שבעה מדורי בגולם, איך ווייס נישט ווי זיך אהין צי טיען פאר צער, איך באקים א שיינע ריזיגע בויגן מיט א ריזיגע אויסווייל פון געלט שפריצענדע מעניו, און איך ציטער אז איך פאל אריין, געווענטלעך איז מיין פלאן אזא איני מיני סטייל גורל, און וועלכע עס איז 'איט' יענע שפייז ברויך זיין גיט פאר מיר, און איך טראסקע טאקע געווענטלעך אלע מאל אזוי קעניגלעך אריין מיט א שטיקל פלייש וואס איז נישט צים אראפ שלינגען, ווייל ווען דער וועיטאר האט געפרעיגט וועל דאן אדער מידיאם רער, האב איך פיפיגער-הייט נישט געהאט דעם ריכטיגען ענטפער אויפן לעפץ.
אבער מיין שמש שטעלט מיר צי דייקו אלע מאל גיטע וויין ווי שוין אמאל דערמאנט, איז ער א גיטע מבין, ער מיט איין קנייטש מיט זיין שטערן לערנט אפ גענוי וויפיל איך בין גרייט צי צאלן פאר א וויין, און ווייסט צי איך וועל זיין גיט פאר א מאטוק סאפט, אדער א אדיר ספעשל סיקרעט ריזערוו, און מיט א שנובל אויפן נוז זאגט ער עס איז א גאר טריקענע וויין אזש עס קען טריקן מאכן א גאנצע מ סאה מים שאיבין, אוו אגב האט עס נישט קיין ציקער נאר ספלענדע, און איז מבושל כל צרכה, און איך שרייב אויף נישט געזארט מאה וחמישים פארגעס נישט ברוך הטוב והמטיב.
איך האב קיין מאל נישט קיין מושג ווער עס זעיט אויס גיט און ווער עס איז מיעס, אלע מאל מיז איך הערן אנדערע מיינונגען, קוים וואס איך ווייס וועלכע איז פריש אדער נישט, אבער צי איינער גייט אנגעטיען פרים אדער באקיש דאס איז שוין מער ווי מיין פעי גרעיד, איך נעם שוין נישט קיין שטעלינג און אזעלכע שווערע פראגעס.
(פאר די וואס פארשטייען נאך נישט, איך איך רעד נאר, איך האב שוין איינמאל א מיינונג)
Stay away from negative people
they have a problem for every solution