דער פיזיקער דר. קלאַוּס שאַרנהאָרסט האט היפאזיטירט אז ס׳איז יתכן אז א פאָטאַן זאל קענען גיין א גאר קליינע משהו שנעלער ווי די באשטימטע שנעלקייט פון ליכטיגקייט, וואס איז 299,792,458 מעטער [186,000 מייל] א סעקונדע אין א גענצליך ליידיגע וועקיוּם [באקאנט אלס c]. דאס איז ווייל באמת איז א וועקיוּם
נישט גענצליך ליידיג. ווי באקאנט זענען דא דערין
וועקיוּם פלאָקטוּעישאנס וואו פּארטיקלען מיט זייערע אנטי פּאָרן קומען ארויס ספאנטאן פאר גאר א קורצע וויילע און טוהן זיך באלד אניהילירן. בשעת (די געוואלד קורצע) מעשה אבער טוהן זיי אויסטוישן צווישן זיך אדער אליינס צוריקנעמען א [ווירטואלע] פאָטאַן. ווען מ׳נעמט דאס אריין אין חשבון דעמאלטס האט אונזער פאָטאַן וואס פארט דאס דורך די אויבנ-דערמאנטע שנעלקייט פון c.
יעצט, אין קוואנטום פיזיקס איז דא די
קאסימיר עפעקט. דאס איז א סארט פּרעשור וואס ווערט געשאפן ווען איך שטעל צוויי (פלאכע) פּלעיטס איינע נעבן דאס אנדערע. דאס (בקיצור נמרץ מאד) קומט צושטאנד וויבאלד די ווייטקייט צווישן די צוויי פּלעיטס איז גורם אז א [ווירטואלע] פאָטאַן וואס איר וועיוולענג [וואס א פאָטאַן, ווי יעדעס קוואנטום פּארטיקל, האט אויך וועיוו פּראפּערטיס כידוע] איז דאפלט אזוי לאנג ווי די ווייטקייט צווישן די פּלעיטס זאל דארט נישט קענען צושטאנד קומען. וממילא איז דא אן אימבּאלאנס צווישן די [ווירטואלע] פאָטאַנס וואס קענען צושטאנד קומען אינדרויסן פון צווישן די צוויי פּלעיטס און די [ווירטואלע] פאָטאַנס וואס קענען צושטאנד קומען צווישן די צוויי פּלעיטס וואס דאס איז גורם דעם פּרעשור און עפעקט. (דאס ווערט באטראכט ווי א סארט ״
נעגאטיווע ענערגיע״.)
קומט אויס אז ווען א (געהעריגע) פאָטאַן גייט למשל צווישן די צוויי פּלעיטס דארף עס צו גיין שנעלער ווי c, וויבאלד ווייניגער [ווירטואלע] פאָטאַנס קענען צושטאנד קומען דארט. דאס ווערט גערופן דעם
שאַרנהאָרסט עפעקט על שמו.
מ׳טענה׳ט אז דאס עפעקט איז צו קליין [1 פון 10³²] צו פראדיצירן א
פאראדאקס אין צייט [״טיים טרעוול״, קאָזעליטי וכו׳] וכדומה.
דאס צו אויסברייטערן נאך מער איז אז לגבי מהירות האור איז דא אינעם פעלד פון
אַפּטיקס דאס
ריפרעקטיוו אינדעקס. דאס רעכענט ווי שנעל די מהירות האור איז דורך א געוויסע ״זאך״ [מיִדיִאוּם]. דאס ארבעט דורך דעם וואס איך דיווייד c, וואס איז איר מהירות אין א וועקיוּם אן (בעצם) גארנישט/ליידיג (אחוץ די פריערדערמאנטע פלאָקטוּעישאנס) כנ״ל, ביי די
פעיז וועלאסיטי פונעם וועיוו. די
פעיז וועלאסיטי איז ווען איך באטראכט די שנעלקייט פון די אינדיווידואלע וועיווס בתוך דעם גרופע פון ריפּיִטיִנג וועיווס, דהיינו ווי לאנג עס נעמט פאר איין קרעסט/הויכקייט פון דעם וועיוו אנצוקומען צום נעקסטן מקום וואו עס איז אזוי הויך [אינעם מיִדיִוּם] (דאס קען זיין אנדערש פונעם
גרופע וועלאסיטי פונעם וועיוו, ווי שנעל די גאנצע גרופע [
ענוועלאפּ] ריקט זיך אויפאמאל/צוזאמען, וואס קען בדרך כלל גיין שטאטער). ווי גרעסער די אינדעקס נומער אלס שטאטער גייט די ליכטיגקייט. אין א וועקיוּם קומט די
ריפרעקטיוו אינדעקס אויס צו 1, וואס מיינט אז די מהירות האור איז פונקט 1 די שנעלקייט c. אין וואסער למשל קומט דאס אויס צו 1.333, וואס מיינט אז עס איז 1 און א דריטל מאל אזוי שטאט ווי סתם c. דעם
שאַרנהאָרסט עפעקט גיבט אן אינדעקס דערפאר
ווייניגער ווי 1.
*
אז מ׳רעדט שוין פון דעם
ריפרעקטיוו אינדעקס און
פעיז וועלאסיטי איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צו
סנעל׳ס געזעץ אין
אַפּטיקס. דאס לויטעט אז אויב צוויי אנדערע מיִדיִאַ [צוויי אנדערע ״מיִדיִוּמס״] אוואו די וועיוו גייט דורך קומען זיך צאם און מען באטראכט דאס ווי א גראדע פלאכע ליניע, דעמאלטס קוק איך אויף די פּערפּענדיקיולער ליין וואס לויפט פון אויבן-אראפ דורך דעם פלאכע ליניע אין א פונקט 90° ענגעל; גערופן דעם ״
נארמאל״ אין דזשיאמעטרי. ולגבי דעם ״
נארמאל״ איז די
סיין פונעם ענגעל אינעם צווייטן מיִדיִאוּם וואס עס מאכט מיט דעם ״
נארמאל״ דיוויידעד ביי די סיין פונעם ענגעל וואס עס מאכט אינעם ערשטן מיִדיִאוּם [די
ענגעלס פון אינסידענס], וועט זיין די זעלבע ווי די
פעיז וועלאסיטי דערפון אינעם צווייטן מיִדיִאוּם דיוויידעד ביי די
פעיז וועלאסיטי דערפון אינעם ערשטן מיִדיִאוּם. דאס וועט זיין די זעלבע ווי דאס וואס מען באקומט ווען מען דיווייד די
ריפרעקטיוו אינדעקס פון די וועיוו אינעם ערשטן מיִדיִוּם ביי די
ריפרעקטיוו אינדעקס פונעם וועיוו אינעם צווייטן מיִדיִאוּם.
דאס גייט צוזאמען מיט
פערמאט׳ס פּרינציפּ אין
אַפּטיקס וואס לויטעט אז א רעי פון ליכט/וועיוו וועט דורך גיין די מיִדיִאַ דורך דאס דרך וואס קאסט פאר איר דאס ווייניגסטע צייט בסך הכל [דורך ביידע מיִדיִאַ יעדעס איינס מיט איר
ריפרעקטיוו אינדעקס].
אן אינטרעסאנטע זאך וואס איז מקושר צו דעם געזעץ איז דאס פענאמענאן פון
סנעל׳ס פענסטער. דאס איז אז ווען מען איז אונטער די וואסער אין מ׳קוקט ארויף צום סוּרפעס גייט מען נאר זעהן א סירקעל וואו די ליכטיגקייט/פאָטאַנס אנטלויפן ארויס צום אנדערן מיִדיִאוּם פון לופט. ארום/ווייטער ווי דעם גייט מען נאר זעהן דאס אפשפיגלונג פונעם וואסער פון וואס איז אונטער די וואסער אדער אינגאנצן טונקל. כזה:
4C266384-4546-40EC-BBA3-B7042B73B4EF.jpeg
דאס איז וויבאלד די פאָטאַנס וואס קומען פון ווייטער מעט אן אנדערן ענגעל האבן נישט גענוג שטארקייט ארויסצוגיין [ווען זיי קומען אן צום סוּרפעס; די
קריטישע ענגעל] צום אינדעקס פונעם לופט מיִדיִאוּם און ווערן צוריק געשפיגלט/ריפרעקטעד.