בלאט 2 פון 2

נשלח: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 7:08 pm
דורך diff
א חיוב איז מחייב אים צו הערן. מעגסטו אים אויך מחייב זיין
ר' מנחם דוב האט געוואלט ווייטון דעם גבאי

Re: געדאווענט נוסח ספרד ביים עמוד?!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 7:15 pm
דורך דעת תורה
ירא שמים האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:ס׳געווען אמאל אן ענדליכע מעשה מיט א רבי וואס זיין מנהג איז געווען אנצוהייבן ביי עד הנה אנשטאט שוכן עד און האט אזוי געטוען אמאל ווען ער איז געקומען צו א גרויסע רבישע חצר אנגעהויבן עד הנה וההמשך ידוע…
בערל אפשר ענדיגסטו די מעשה?

איז וואס האלט די עולם ווער איז געווען גערעכט? די חסידים וואס האבן געציפט אדער די רבי וואס האט אנגעהויבן ביי עד הנה?, איך האלט די חסידים ווייל כגלייב אז ער האט גאנץ גוט געוויסט אז מהייבט אהן ביי שוכן עד.

גערעכט עז אין תורה'דיג, הלכה'דיג, מענטשליך, אדער גערעכט עז אין חסיד'ישע נאנסענס? פארשטייט זיך ע"פ חסידות זענען די חסידים גערעכט, און פראקטיש גערעדט פארשטיי איך נישט פארוואס דער גאסט האט עס געטאן. (מעגליך ער האט זיך אויסגענומען בעפאר? און די חסידים האבן געהאלטן מלך שמחל על כבודו אין כבודו מחול).

Re: געדאווענט נוסח ספרד ביים עמוד?!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 7:21 pm
דורך ירא שמים
וואס איז דאס חסידישע נאנסענס?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 8:41 pm
דורך [NAMELESS]
/

Re: געדאווענט נוסח ספרד ביים עמוד?!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 6:28 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
רעב דעת תורה, איך ווייס נישט צו דו ווייסט, אבער רעביש'ע קינדער האבען אן אייגענארטיגע נאטור. ס'איז דער מענערליכע געראנגעל אויף סטערויד'ס. יעדער ריר איז געמאסטען אויפצוווייזען מי בראש, און פאר זיך אייננעמען א חלק פון די וועלט. גארנישט איז נישט נאטורליך צו א זעלבסט אויסדרוק. 'איך 'על קומען פון אונגאר'ן קיין גאליציען, זייענדיג א קיטשיפאפא יונגערמאן, און גייען צו א רעבע וואס קען זיין מיין טאטע, און מ'עט מיר געבען דער עמוד דארט, און איך 'על עס נאך נעמען כאילו ס'באלאנגט צו מיר, און איך 'על זיי נאך ווייזען אז ס'איז מיינס, פון די ערשטע ריר!'
דער חשבון פון די פיס צאפער'ס איז סתם ווייל זיי זענען פראי אדם ותו לא.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 10:53 am
דורך געוואלדיג
[tag]ירא שמים[/tag], יענער רבי הא אמאל געזאגט אז ער האט נאך קיינמאל נישט געהערט מען זאל זינגען ביי ברכת החודש און איינע פון זיינע שטוב מענטשן האט איהם געפרעגט, דער רבי האט בכלל אמאל געהערט א צווייטן בענטשן חודש?, לענינינו איז זייער מעגליך אז ער האט נישט געוואוסט אז אין די אנדערע חסידות הייבט מען נישט אהן ביי עד הנה, פון וואו זאל ער וויסן.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 11:42 am
דורך berlbalaguleh
ירא שמים האט געשריבן:ס׳געווען אמאל אן ענדליכע מעשה מיט א רבי וואס זיין מנהג איז געווען אנצוהייבן ביי עד הנה אנשטאט שוכן עד און האט אזוי געטוען אמאל ווען ער איז געקומען צו א גרויסע רבישע חצר אנגעהויבן עד הנה וההמשך ידוע…
בערל אפשר ענדיגסטו די מעשה?

ירא שמים: מיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ/ביעט...כ'האב געמיינט אז דו ביסט טאקע געווען אין דעם ביהמ"ד וואו איך דאוון און מיטגעהאלטן אלע משוגעת'ן...ווייל מיין רבי, און די גרויסע חסידים ואנשי מעשה שרייען טאקע אויס הויעך אויפ'ן קול (אז די גאנצע ביהמ"ד זאלל הערן) ...עד הנה עזרוני רחמיך נאר מ'הייבט אן פון שוכן עד...נאכדעם, ביי עזרת אבותנו שרייען די חסידים ואנשי מעשה...ויונה לעמו ישראל, בעת שועם אליו... וויאזוי מ'זאגט קדושה און די הויכע שמו"ע וויל איך נישט זאגן מפני חשש גילוי... :lol:

Re: געדאווענט נוסח ספרד ביים עמוד?!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 11:44 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז אויך א חלק פון די פראבלעם. א גוי אן עושר, איידער ער נעמט זיין קינד אין די ביזנעס, שיקט ער איהם ארבעטען ביי א פרעמדע. ער ווייסט אז לעבען א גאנץ לעבען אן מוזען געבען א דין וחשבון צו א צווייטע'ן טויג נישט. ווען דער רבי'ס טאטע וואלט איהם געשיקט לערנען אין פרעשבורג צו ערגעץ אנדעריש ווי ער וואלט געווען א בחור ווי יעדער בחור, וואלט ער זיך אויסגעלערנט אסאך מער ווי א ניגון פאר יחדשהו

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 5:10 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
חיים יוסף איז א יונגערמאן א פיינע בעל כשרון. ער איז א נייגעריקע און ער האט א תפיסה אויף א זאך, ער ווייסט געווענדליך להבחין בין תכלת לקלא אילן, און ער האט וואס צו זאגען אויף רוב נושאים. ער איז אבער נישט קיין וועלט'ס בעל כשרון, נאר א פשוט'ער בעל כשרון. אבער וויבאלד ער האט אסאך געזען און דורכגעטוהן, האט ער א ברייטע השגה אויף לערנען און זאכען. ער ווייסט וואס ס'מיינט צו קענען א זאך קלאר און טיף, ער האט זיך געטראפען מיט מענטשען וואס קענען אפלערנען מורה נבוכים בעיון, און לערנען א גאנצע מסכת בעיון ביז צו לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא. אבער ער זעלבסט קען דאס נישט. ס'איז שווער, ס'נעמט א גרויסע אינוועסטמענט פון צייט און מיה, און ער האט עס נישט באוויזען. פארוואס זאל ער? ער באקומט דאך זיין אנערקענונג פון וואס ער טוט היינט. טיף אין הארץ ווייסט ער אז ער פאטשקעט זיין גאט באשאנקענע כשרונות, און לעתים נעמט ער זיך צום ארבעט. ער לערנט יעדען טאג א שיינע פאר שעה, אפילו זיבען אדער אכט שעה, אבער דער דרוק צו לערנען אויפ'ן סטאנדארד וואס ער קען האט ער נישט גענוג און ער לאזט עס אפט נאך. ער וויל אייביג אנהייבען און זיך צופרישען און לערנען און קענען ווי עס דארף צו זיין, אבער ער פאלט אייביג. ער איז נישט צופרידען מיט זיך. היינט האט ער שוין א פאסט'ן און ער איז א מגיד שיעור נאכמיטאג, אבער ער איז נישט צופרידען דערפון, ער ווייסט אז וואס ער זאגט דארט צו זיין בחורים איז למעשה נישט קיין עכטע תורה און נישט כפי וואס ער שטרעבט.
ווען מ'האט גע'עפענט ביהמ"ד חניכי הישיבות, האט ער זיך אריינגעלייגט אין די לענג און די ברייט. ער האט געטראפען א פאסיגע אויסדרוק פאר זיין כוחות און ער האט אוועק געשטעלט די מנהגים אויפ'ן פלאץ, קריטיקירט יעדער רב וואס מ'האט געוואלט ברענגען, און באופן כללי אריינגעלייגט זיין סטעמפ'ל אויפ'ן פלאץ. דא האט ער געפילט אז ער איז באקוועם. אין ישיבה צו אין כולל, האט ער אייביג געפילט אז ס'פעלט איהם עפעס. ער האט אלס געזען יונגעלייט וואס זענען נישט אזוי צום זאך ווי איהם, און זיי שטייגען איהם איבער אין לערנען און קענען. אוודאי קען ער זאגען מבינות און ביקורת אויף זיי, אבער למעשה זיי לערנען און ער נישט. אין דער ביהמ"ד איז ער א מענטש. אויף יעדער שאלה האט ער א מיינונג, און בפרט ווען רוב מענטשען קענען נישט די נושאים אויף וואס ער האט א מיינונג, ווייל זיי לערנען סוגיות אין ש"ס, נישט מנהגים און פסקי דינים, דעריבער איז ער דער מ"ד אין ביהמ"ד.
ווען איינער פייפט אן דער ביהמ"ד און איהר צוגאנג און מנהגים, הייסט'ס געשטאכען חיים יוסף אין הארץ אדורך און אדורך. ער איז שוין נישט קיין קאפעלוטש מאכער, מ'האט אוטערגעשטרעכעלט זיין אלע פעלער'ס אין לעבען. נישט נאר אין ישיבה ביסטו א קליינע מ"ד, נישט נאר ביי זיך ווייסטו אז דו פיהרסט נישט אויס דיין כשרונות ווי עס דארף צו זיין, נאר אין די אייניגסטע ווינקעל ווי דו ביסט יא א גאנצע מר ברב אשי, האט מען עס אויך צוגענומען מיט'ן דאווענען ספרד.

מנחם דוב איז אויפגעוואקסען אינדערויסען פון די טריי-סטעיט געגענט. אין קליוולאנד צו טשיקאגא צו לאס אנדזשעלע"ס צו וואס. ער איז נישט קיין בעל תשובה, זיין טאטע איז אויך א ישיבה מאן געווען, אבער ער איז נישט אויפגעוואקסען באקוועם אין זיין שטוב, ווארום זיין חברים אין שולע זענען אלס געווען מאדערנער געשטימט און מער אמעריקאניש. זייענדיג א כהן, האט ער געהאט א רעגעדיגע נאטור, און אויף יעדער פרצה האט ער אנגעקוקט מיט א שווארץ און ווייסע בליק. ער איז נישט גענוג באקוועם אין די מושגים צו זען אז מ'גיבט אמאל נאך, אפילו מ'איז גערעכט. דאס האט פאר'אורזאכט שווערע שלום בית פראבלעמען. ער זעט יעדער זאך פאר א שווארץ און ווייס נושא, און ווען זיין ווייב טוט עפעס וואס געפעלט איהם נישט, טראכט ער און מיינט ער גלייך אז זי ברענגט איהם אונטער. ער האט נישט דער רואיגקייט צו קענען דערלעבען שטרויכלונגען אונטערוועגנ'ס, צו גלויבען אז מארגען וועט נאך זיין בעסער און ליכטיגער. ער האלט אין איין ראנגל'ען מיט זיך און דער לעבען, אלס איז א שטיק מלחמה ביי איהם. ער ווייסט ער מוז לעבען און זיך פיהרען וואויל צו זיין ווייב און טעכטער, און נאכגעבען זיין גוף וואס זי פאדער'ט, אבער ער קען עס נישט שטימען מיט'ן לעבענסשטייגער און שיטה פון א בן תורה א ישיבה'מאן און זיין גייסט איז אייביג אביסל צושטורעמ'ט דערוועגען. ווען ער קומט אין ביהמ"ד חניכי הישיבות, ווייסט ער אז דא איז ער באקוועם. דא הערשט נישט די סתירה פון לעבען און גלויבען, אלס קלאפט אינאיינעם. מ'לעבט מיט וואס מ'גלויבט, און מ'דארף גארנישט נאכגעבען ווייל למעשה דארף מען לעבען. ווען איינער קומט אונטערברענגען דער ישיביש'ע גייסט פון די ביהמ"ד דורכ'ן אנפייפען די מנהגים, מיינט עס צו איהם אז זיין סאמע יסודות פון זיין לעבען, דער שווארץ און ווייסע גלויבונג אז אזוי איז ריכטיג און אזוי נישט איז אין גאנצ'ן אין געפאר.