בלאט 2 פון 2
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 7:01 pm
דורך קל וחומר
דו גייסט מיטן הנחה אז ס'יז פארהאן א גאט, דא איז מען דן אין דעם זעלבסט דורך שכל.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 6:22 am
דורך געוואלדיג
א שכל באזירטער גאט איז נישטא ביי אונז ,אונזער גאט איז באזירט אויף מעמד הר סיני און נאכדעם קען איך שוין מיט מיין שכל אויפמערקן וואו אלס טרעף איך איהם, ווי למשל אין די בריאה אבער דאס איז נישט קיין הוכחה אויף א באשעפער,
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 9:20 pm
דורך הקטן
קל וחומר האט געשריבן:דו גייסט מיטן הנחה אז ס'יז פארהאן א גאט, דא איז מען דן אין דעם זעלבסט דורך שכל.
דו שאלה איז געווען וואו אזוי קען מען הייסען ניצען שכל צו טרעפען גאט בו בזמן וואס מיר זאגן אז גאט איז העכער שכל און אינזער שכל איז מוגבול
אויף דעם האב איך געשריבן
דו אויפטו פין שכל איז נישט ווייל שכל קען מברר זיין, די אויפטו פין שכל איז אז דאס טוט באאיינדריקען אינזער נפש.
ואתה שלמה בנית דע את אלהי אביך ועבדהו בלב שלם ובנפש חפצה כי כל לבבות דורש יהוה וכל יצר מחשבות מבין אם תדרשנו ימצא לך ואם תעזבנו יזניחך לעד.
די פסוק ניצען די רשונים וואס זענען פרא-חקירה
דער פסוק רעדט פין אלהי
אביך דער גאט וואס די האסט ממילא אין דיין הארץ פין דיין עלטערן
Re: איז דער צמצום פון א בשר ודמ'ס מח תלוי אין גאטס עקזיסטענץ
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 9:24 pm
דורך קל וחומר
קוק איבער די ערשטע הודעה.
Sent from my LG-LS980 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 11:29 pm
דורך געוואלדיג
די קורצע ענטפער אויף שושן'ס שאלה איז: ניין. נישט דאס איז די הוכחה אויף גאט, נאר נאך וואס איך ווייס שוין פון גאט געבויעט אויף מעמד הר סיני נוץ איך בריאה צו מיר אינספירירן.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 11:43 pm
דורך יהושע חיים
אמונה האב איך פארשטאנען איז גלייבן נישט וויסן, און גלייבן איז אזאך וואס מען ווייסט נישט אויף 100 פראצענט, ווייל אויב יא איז עס וויסן
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 11:46 pm
דורך הקטן
דו מאכסט א טעות.
ויאמינו בהשם ובמשה עבדו מיינט נישט זיי האבן נישט געוויסט אויף זיכער.
"בליינט פעט" איז א קריסטליכער מישיג
אני מאמין באמונה שלמה
אני מאמין איך בין אלמאסט זיכער
באמונה שלמה איך בין כמעט 100 פראצענט אינגאנצען זיכער