בלאט 2 פון 4

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 11:40 am
דורך הקטן
יואליש האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:זייער אינטערסאנט.
איך בין נייגעריג אויב "אינדערהיים" איז דאס אויך געווען די ניגון - אדער איז דאס געקימען ווען די פליטים האבן אויסעוואנדערד


דאב איז זייער א גיטע שאלה. אויך, ווי נהורא ערווענט, ווי ווייט איז עס היינט פארשריט. ס'וואלט געווען שיין אויב איבער שבת זאלן מענטשן אנפרעגן ביי דאס ביסל איבערגעבליבענע פון פאר די קריג.

אויב שוין יא אינדערהיים, איז דאס נאר אין אויבערלאנד אדער אויך אין אינטערלאנד.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 11:40 am
דורך וכדומה..
פארוואס זאגסטו אז סאיז נאר א האלבע ניגון,
דעי תנועה איז די גאנצע ניגון ביי אונז אויך, מדרייט נאר אביסל אנדערש

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 11:42 am
דורך ליפא
ס'פעלט די תנועות פונעם ערשטן פסוק ''אשת חיל מי ימצא

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 11:48 am
דורך יואליש
וכדו', הייבט אן זינגען צו דיר פון אנפאנג. כ'בין כמעט ברור אז ס'איז נישט דאס זעלבע. אדרבה, אז אנדערע זענען מחולק לאמיר הערן.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 11:55 am
דורך שלמה המלך
ס'פעלט אויסדריקליך דעם אינטרוי, דעם ערשטען פאל בעסער געזאגט...
מהאלט אינאיין איבערזינגען ביינונז אויך דעם ערשטען פאל אבער דארט איז עס בכלל נישט דא.

היצטערט יואל'יש ביסטו מכובד אויפזיכען ביי די מאדיארס דעם ערשטען חלק אויך! המתחיל במצוה אומרין לו גמור!!
אפשר דעם חלק האט מען אויף געפיקט ביי די פאלאקען אדער גאר ביי רוסען! הו נויס?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 11:56 am
דורך רויטע וואנצעס
זייער אינטערעסאנט [tag]יואליש[/tag]. ייש"כ.

די בערך'דיגע אפטייטש פון ניגון לויט גוגל טראנסלעיט:
מ'בעט בערל זאל אריינקומען מאכן סדר מיט זיין גוטע אונגעריש ווייל ס'קלאר נישט א מושלם.

Lyrics
I 've more to go through the main street did not dare .
Because people say that search, engines love .
/ : You do not need me , you have been to me, sloe -eyed beauty Brown ,
Right shoulder on the left shoulder curls her hair . /

Tiny eyes , tiny eye for maize ,
Pretty stout , handsome stature is kind of my baby .
/ If the two arms to cuddle , kiss it gives Yippee ,
Right shoulder on the left shoulder curls her hair . /

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 11:58 am
דורך שלמה המלך
רויטע וואנצעס האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט [tag]יואליש[/tag]. ייש"כ.

די בערך'דיגע אפטייטש פון ניגון לויט גוגל טראנסלעיט:

Lyrics
I 've more to go through the main street did not dare .
Because people say that search engines love .
/ : You do not need me , you have been to me, sloe -eyed beauty Brown ,
Right shoulder on the left shoulder curls her hair . /

Tiny eyes , tiny eye for maize ,
Pretty stout , handsome stature is kind of my baby .
/ If the two arms to cuddle , kiss it gives Yippee ,
Right shoulder on the left shoulder curls her hair . /

היצטערט קיק איבער דעם קליפ פונעם היימישען חתן כלה וואס יואליש האט געברענג, וועסטו זעהן דעם גאנצען אפטייטש אויף זיי!!! 8-)

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 12:01 pm
דורך יואליש
יישר כח וואנצעס. כ'האב נישט געפאוסט די טראנסילאציע ווייל ס'קוקט אויס צוקאליטשט. אבער די תוכן קען מען זעהן.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 12:01 pm
דורך רויטע וואנצעס
ממש געשריבען פאר א מצוה טאנץ. זי איז אוועקגעדרייט פון חתן מיט בושה. מ'קען זיך גאר נישט קוקן אין די אויגן.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 12:10 pm
דורך רויטע וואנצעס
בערך ווי אזוי איך פארשטיי די ווערטער:

איך האב פארוואס אדורך צו גיין די הויפט גאס, אבער כ'דערווייג מיך נישט,
ווייל מענטשן זאגן אז דארט צו גיין צינד אן אהבה, (ווייל דער מיידל דרייט זיך דארט)
דו דארפסט מיר נישט האבן, דו האסט מיר געגעבן שוואכע בליקן, שיינקייט,
מיט דיינע רעכטע אקסל אוועקגעדרייט, בשעת דיין לינקע אקסל גלעט דיין האר.

קליינע אויגן, (שוואכע בליקן)
א שיינע קלייד, חן'דיגע געשטעל, דו ביסט מיין סארט בעבי,
אויב נאר אונז קען מיר זיך האלזן און קושן,
מיט דיינע רעכטע אקסל אוועקגעדרייט, בשעת דיין לינקע אקסל גלעט דיין האר.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 12:18 pm
דורך שלמה המלך
רויטע וואנצעס האט געשריבן:ממש געשריבען פאר א מצוה טאנץ. זי איז אוועקגעדרייט פון חתן מיט בושה. מ'קען זיך גאר נישט קוקן אין די אויגן.

ניין ניין ס'קען נישט זיין!! קיק איבער די קליפ... זי זאל אים נישט קיקען אין די אויגען אריין פאר 10 סעקונדעס איז זי אויף דערערד!!
:D קיק איבער דעם קליפ די וועסט האבען א ריכטיגער עונג שבת!!!

@יואליש דיר מיז איך זאגען, יו מעיד מיי דעי!!!
ברענג נאך סחורה - דיין ווארע איז פיין... זיי די לידער פון ווי די פיקסט זיי אויף און סיי דער מצוה טאנץ! דאס איז ממש כמים קרים על נפש עיפה.....

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 12:30 pm
דורך יואליש
שלמה המלך האט געשריבן:ס'פעלט אויסדריקליך דעם אינטרוי, דעם ערשטען פאל בעסער געזאגט...
מהאלט אינאיין איבערזינגען ביינונז אויך דעם ערשטען פאל אבער דארט איז עס בכלל נישט דא.

היצטערט יואל'יש ביסטו מכובד אויפזיכען ביי די מאדיארס דעם ערשטען חלק אויך! המתחיל במצוה אומרין לו גמור!!
אפשר דעם חלק האט מען אויף געפיקט ביי די פאלאקען אדער גאר ביי רוסען! הו נויס?


געטראפן די ערשטע ניגון אויך!!!!

כ'האב אפדעיטעט מיין ערשטע פאוסט פונעם אשכול מיט "ביידע" אוגארישע ניגונים, די ליריקס, און די מקור פון מיין חבר'ס געפינס!

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 12:45 pm
דורך שלמה המלך
WOW די ביסט גיט!!!
I CANT BELIEVE ITֱ
טאקע אפגעטראפען דעם אוצר....

יואליש איין טובה מיסטי מיר נאך טוהן פאר שבת! איך ווייס עס איז נישט מן הענין, אבער במאמר המסגר - ווי האסטו געטראפען דעם מצוה טאנץ קליפ דעס איז דאך למעלה מדרך הטבע :) !?!?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 12:51 pm
דורך רויטע וואנצעס
שלמה, בד"וו ערגעץ אין מאחורי איז דא א גאנצע ליסט פון מצוה טאנץ קליפס.
----
דא: viewtopic.php?p=165496#p165496

די אשכול באלאנגט נישט אין מאחורי. די מיט די טולס ווערן געבעטן איר ארויסצונעמען.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 1:10 pm
דורך יואליש
שלמה, פליז, געניג. כ'האב נישט געמיינט צו צושמירן פערזענליכע אינדיווידואלן. פערזענליך טרעף איך גארנישט פאני. ס'איז דא מענטשן וואס זענען קיינמאל בעפאר זייער חתונה געווען ביי א מצוה טאנץ, צו צוליב פורמקייט אדער וויי זיי זענען די עלטסטע אין א משפחה, און זיי ווייסן נישט די נארמע פון די אנגעהאלטענע כמו-טאנץ. ס'איז נישט אז מ'לערענט טענץ בכלל און מיט א ווייב בפרט. און פיינעלי, ס'איז זייער חתונה און זיי מעגן טאנצן ווי אזוי זיי שמעקט. ס'איז נישט שיין וואס דו טוסט.

באהבה,

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 1:39 pm
דורך געפילטע פיש
הערליכע געפינס יואליש! וואו האסטו ארויסגעגראבן דעם ניגון?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 1:40 pm
דורך ישראל קאפקע
האבן זיי נישט געכאפט אז די צוויי לידער 'קומען' אייאיינעם!?
גויאישע קעפ, מאדיארן!
:P

אגב, דאס זינגט מען אויך אויף 'חסל סידור פסח'.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 1:53 pm
דורך יואליש
געפילטע פיש האט געשריבן:הערליכע געפינס יואליש! וואו האסטו ארויסגעגראבן דעם ניגון?


אין די אריגינעלע פאוסט האב איך
צוגעלייגט די מקור פונעם געפינס.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 2:21 pm
דורך יואליש
אויך ברויך מען אנמערקן אז אין די צווייטע ניגון זינגען מיר זייער צווייטע פאל אלס די ערשטע און זייער ערשטע אלס די צווייטע
קונה בשינוי.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 2:40 pm
דורך berlbalaguleh
ליפא האט געשריבן:ס'פעלט די תנועות פונעם ערשטן פסוק ''אשת חיל מי ימצא

ליפא: פארוואס האט די התאחדות אראפגענומען די השגחה פון דיינע תגובות. דו האסט דיך צוקריעגט מיט איצא שייגעץ...?!
האסט איהם אפשר נישט געצאלט גענוג א גרויסע סומע פאר באקשיש...?

Re: מאדיארישע מקור פון הייליגע אשת חיל מצוה טאנץ ניגון

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 2:53 pm
דורך פרייוויליג
איך האב שוין מורא צו זינגען כל מקדש און כה אכסוף די וואך. ווער ווייסט פון וואו זיי קומען...

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 26, 2015 6:26 pm
דורך יואליש
כ'האב אנגעפרעגט איבעראל און ס'קומט אויס אז דאס ניגון איז געניצט פאר אשת חיל מצוה טאנץ כמעט אוניווערסעלי.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 26, 2015 11:33 pm
דורך ירח בן יומו
אויף קול מבשר אין דעת הקהל אפטיילונג פארציילט איינער די וואך אז ער האט געהערט פון א עלטערע יוד פון קליינווארדיין אז מ'פלעגט ניצן צו חתונות גו'ישע קשפילער און מ'פלעגט זיי אויס לערנען אידשע ניגונים און לידער.
קען גאר זיין אז די גוים האבן עס געהיידשעקט.