בלאט 2 פון 3

Re: צוואת הרה"ג ר' דוד פריזנהויזן ז"ל

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 7:52 pm
דורך mevakesh
אין איטאליע דאכט זיך איז געווען שטארק איינגעפירט צו שטודירן

Re: צוואת הרה"ג ר' דוד פריזנהויזן ז"ל

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 7:53 pm
דורך טאמבל סאס
אים האב איך אראפגעברענגט איינס צוליב זיין ערליכקייט און השפעה אויף השכלה בכלל און כ'האב אינזינען געהאט זיין זוהן אויכעט וואס האט מיט זיינע ווערק שטארק קאנטריביוטעט צו נייערע היינטצייטיגע עקספרעשאנס אין אידישקייט כדוגמה Louis Jacobs

Re: צוואת הרה"ג ר' דוד פריזנהויזן ז"ל

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 7:56 pm
דורך ירא שמים
ווען איינער שרייבט וועגן איינעם וועגן שלעכטע מדות אז איינער איז א כעסן צי א בעל גאוה צי א אוהב ממון וכדו׳ איז א שוואכע ראי׳ פאר מיר ווייל די זאכן זענען זאכן וואס איז ניתן לישפט ולהחליט.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 7:57 pm
דורך [NAMELESS]
רימון האט געשריבן:די אשכול איז מיר זייער נישט צום הארצן וחוששני משום כל המספר אחר מיטתן של תלמידי כש''כ חירוף וגידוף אויף א רבן של ישראל.
ס'איז כדאי צו געדענקען אז אויף משה רבינו האט מען גערעדט ערגערס, און וואס איז שוין נאמן א מענטש וואס ווידמעט זיין '' ספר'' צו באשמוצן א צווייטן, און ס'איז כדאי נאכצוקוקן די בריוון פונעם חתם סופר צום ישמח משה הין און צוריק ווי מזעט דאס חשיבות פונעם ישמח משה בעיניו כאטש זיי האבן געהערט צו אנדערע חדרים.

כאטש דיין אנהייב איז גענוג ריכטיג, אז כ'האב דערפאר געלייקט דיין תגובה, וויל איך פארט מעיר זיין בקצרה.

די וואס האבן גערעדט אויף משה, האבן נישט מעיד געווען וואס זיי האבן געזען במו עיניהם, עס איז געווען 'שפעקולאציעס' אין בעסטן פאל, און שמוציגע בלבולים אין ערגערן פאל. דא רעדן מיר פון א איד, א ת"ח, וואס איז מעיד וואס ער האט מיטגעהאלטן ערשטהאנטיג ביים ישמח משה. מעגליך ער מאכט א בלבול, אבער מעגליך נישט. דומה צו די מערערים אויף משה רבינו, איז עס נישט.

אזוי אויך, האט ער נישט געווידמעט זיין ספר צו באשמוצן א צווייטן. ער ווידמעט אפאר בלעטער פון א ספר, ארויסצוברענגען די נקודה - לדעתו, א וויכטיגע נקודה - אז חסידות והעומדים בראשה זענען קארופירט. יתכן שטעה, אבער נישט אויף דעם האט ער געווידמעט זיין ספר.

איבער די בריוון פונעם חת"ס והישמח משה, איז ממש נישט ריכטיג אזוי אפצושאצן א מענטש. אוודאי ווען מ'זעט נישט יענעם מדי יום ביומו, איז שווער צו דערקענען יענעמ'ס שוועריגקייטן. און דער ר"ד פריזנהויזן איז אויך מעיד אז בעפאר ער האט אים גוט קענען געלערנט ממש פון דער נאנט, האט ער אויך געהאלטן פון אים גאר שטארק. הכלל, מ'קען נישט צופיל ארויסדרינגען פונעם חת"ס' אהבה צום ישמח משה [כאטש כפי זכרוני, איז געווען א תקופה וואס דער חת"ס האט זיך יא גערעגט אויף אים, לאפוקי אלס וואס מ'דערציילט היינט צווישן זיי צוויי. פרטים געדענק איך נישט לעת עתה].

בין כך ובין כך, בין איך מסכים צו דיין אנהייב. למיחש מיהא בעי, מ'ווייסט נישט דעם אמת, און מ'ווייסט נישט וואס איז דארטן פארגעגאנגען. נראה שטוב ביותר שישתקע הדבר, ווייל אז מ'זוכט שמוץ, וועט מען טרעפן כמעט אויף יעדן גדול בישראל [גענוג צו זען וויאזוי דער נודע ביהודה שרייבט אויף זיין אייגענע מחותן, רבי איציק'ל פראנקפורטער, וואס בעדת חסידים איז ער מקודש אלס מלאך אלקים (טראץ דעם וואס ער איז געווען א מתנגד), און דער נוב"י דריקט זיך אויס אויף אים גאר געמיין און שארף].

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 7:58 pm
דורך [NAMELESS]
אדנירם האט געשריבן:אוי האסטו דא געמאכט א קוגל.

רבי ברוך שקלאווער און רבי יקותיאל גארדאן זענען טאקע גוט, איינער אלס תלמיד הגר"א און איינער אלס תלמיד הרמח"ל [ביידע בעלי מקובלים], וואס זענען געווען אנשי מדע.

דער דריטער איז ממש נישט אין פלאץ. בתקופת הראשונים זענען געווען אן א שיעור אזעלכע גדולי עולם, וואס זענען געווען גרויס אין אסטראנאמיע וכו'.

דער פערטער, דער רנ"ק, און דער פינפטער, שי"ר, זענען למעשה יא היבש פראבלעמאטיש. זיי זענען נישט געווען אזוי תמימות'דיג ווי די אנדערע. זיי האבן זיכער געהאט פייגלעך אין קאפ, די שאלה איז נאר צו די פייגלעך זענען געווען כשר צו נישט... ולע"ע אקצר.

רנ"ק איז דאכצעך פארעכנט פאר א משכיל לכל דבר וואס האט מיטן עולם הרבנות גארנישט געהאט, שי"ר איז שוין עפעס אנדערש, און מ'קען שוין צולייגן דעם מהרי"ץ חיות.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 8:01 pm
דורך נהורא נפישא
You probably mean Reb Abisel Frankfurter

Re: צוואת הרה"ג ר' דוד פריזנהויזן ז"ל

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 8:01 pm
דורך טאמבל סאס
רימון האט געשריבן:די אשכול איז מיר זייער נישט צום הארצן וחוששני משום כל המספר אחר מיטתן של תלמידי כש''כ חירוף וגידוף אויף א רבן של ישראל.
ס'איז כדאי צו געדענקען אז אויף משה רבינו האט מען גערעדט ערגערס, און וואס איז שוין נאמן א מענטש וואס ווידמעט זיין '' ספר'' צו באשמוצן א צווייטן, און ס'איז כדאי נאכצוקוקן די בריוון פונעם חתם סופר צום ישמח משה הין און צוריק ווי מזעט דאס חשיבות פונעם ישמח משה בעיניו כאטש זיי האבן געהערט צו אנדערע חדרים.


ווי פאסיג זענען אצינדער די ווערטער פון רב וואויל-טוע"ר:

"We should be considerate to the living; to the dead we owe only the truth."

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 8:03 pm
דורך [NAMELESS]
ריכטיג האט געשריבן:רנ"ק איז דאכצעך פארעכנט פאר א משכיל לכל דבר וואס האט מיטן עולם הרבנות גארנישט געהאט, שי"ר איז שוין עפעס אנדערש, און מ'קען שוין צולייגן דעם מהרי"ץ חיות.

ממש נישט ריכטיג.
דער רנ"ק האט - וואוינענדיג אין זאלקאווע, וואו דער מהר"ץ חיות האט משמש געווען ברבנות - זיך געפירט ווי א פרומע נשמה, זייענדיג אין ביהמ"ד א גאנצן טאג, מעוטר בטו"ת!
דער מהר"ץ חיות פלעגט זיך אסאך שרייבן מיט אים אין לערנען.
ער איז נאר נישט געווען אזא רבנ'ישע אויטאריטעט ווי שי"ר אדער דער מהר"ץ חיות.

אגב, דער חילוק פונעם מהר"ץ חיות און שי"ר, איז אויך גאר גאר ווייט. אין די צייט וואס אויפן מהר"ץ זענען דא גאר שוואכע טענות [און בעיקר חסיד'ישע לעגענדעס], איז דא א היבשער קופה של שרצים אויף שי"ר, טראץ'ן זיין א ת"ח מופלג, אן איידעם ביים קצות, און אליינס דער רב פון פראג.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 8:05 pm
דורך [NAMELESS]
נהורא נפישא האט געשריבן:You probably mean Reb Abisel Frankfurter

ניין.
אבער כ'האב מיך אויך טועה געווען.
כ'רעד פון רבי איציק'ל האמבורגער.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 8:13 pm
דורך [NAMELESS]
וואו קען מען זעהן ווי דער רנ"ק שרייבט זיך מיטן מהרי"ץ חיות?
אין די הקדמה צום פירוש הנזיר לספר הכוזרי ברענגען זיי אז הרב קוק האט געוואלט ארויסשניידן רנ"ק פונעם פילוסופיה יהודית קאריקיולעם פון מרכז הרב, ער האט איהם געהאלטן ערגער ווי מענדלזאהן.

בנוגע מהרי"ץ חיות, געדענק איך ביים לייענען זיין תולדות בוך (הוצאת מוסד הרה קוק) אז ס'איז עפעס מער ווי חסידישע לעגענדעס.

Re: צוואת הרה"ג ר' דוד פריזנהויזן ז"ל

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 8:14 pm
דורך ירא שמים
אדנירם האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:רנ"ק איז דאכצעך פארעכנט פאר א משכיל לכל דבר וואס האט מיטן עולם הרבנות גארנישט געהאט, שי"ר איז שוין עפעס אנדערש, און מ'קען שוין צולייגן דעם מהרי"ץ חיות.

ממש נישט ריכטיג.
דער רנ"ק האט - וואוינענדיג אין זאלקאווע, וואו דער מהר"ץ חיות האט משמש געווען ברבנות - זיך געפירט ווי א פרומע נשמה, זייענדיג אין ביהמ"ד א גאנצן טאג, מעוטר בטו"ת!
דער מהר"ץ חיות פלעגט זיך אסאך שרייבן מיט אים אין לערנען.
ער איז נאר נישט געווען אזא רבנ'ישע אויטאריטעט ווי שי"ר אדער דער מהר"ץ חיות.

אגב, דער חילוק פונעם מהר"ץ חיות און שי"ר, איז אויך גאר גאר ווייט. אין די צייט וואס אויפן מהר"ץ זענען דא גאר שוואכע טענות [און בעיקר חסיד'ישע לעגענדעס], איז דא א היבשער קופה של שרצים אויף שי"ר, טראץ'ן זיין א ת"ח מופלג, אן איידעם ביים קצות, און אליינס דער רב פון פראג.
מהו הקופה של שרצים?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 8:20 pm
דורך [NAMELESS]
נו, אז דער שמועס פארט שוין לאמיר שוין אויך דערמאנען שד"ל.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:03 pm
דורך נהורא נפישא
אדנירם האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:You probably mean Reb Abisel Frankfurter

ניין.
אבער כ'האב מיך אויך טועה געווען.
כ'רעד פון רבי איציק'ל האמבורגער.

Probably about the famous kliever divorce, what does the Nodah Beyahuda write about Reb Itzikel Hamburger?
Btw. Reb Boruch shekluver mentioned above who was a semi maskil had two grandsons who were of the biggest poskim. , the two brothers the Keren Oirah. And Mishknos yaakov

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 12:02 am
דורך שמעקעדיג
נהורא פליז פליז טרעף דיין אידיש קיעבארד ווייל עס איז שוין נערווירענד צו ליינען אזעלכע תוכנ'דיגע הודעות אין ענגליש

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 12:53 am
דורך [NAMELESS]
ריכטיג האט געשריבן:וואו קען מען זעהן ווי דער רנ"ק שרייבט זיך מיטן מהרי"ץ חיות?
אין די הקדמה צום פירוש הנזיר לספר הכוזרי ברענגען זיי אז הרב קוק האט געוואלט ארויסשניידן רנ"ק פונעם פילוסופיה יהודית קאריקיולעם פון מרכז הרב, ער האט איהם געהאלטן ערגער ווי מענדלזאהן.

בנוגע מהרי"ץ חיות, געדענק איך ביים לייענען זיין תולדות בוך (הוצאת מוסד הרה קוק) אז ס'איז עפעס מער ווי חסידישע לעגענדעס.

נפלאת ממני, אז דו האסט שוין יא געזען דעם תולדות בוך פון מהר"ץ חיות, וויאזוי איז מעגליך אז דו האסט נישט באמערקט אז דער רנ"ק האט זיך געשריבן מיט אים? עיי"ש ותמצא נחת [הוציאו לאור מאיר הרשקוביץ. כ'האב דעם בוך אינדערהיים].

אזוי אויך, ליין איבער אינעם ביכל די חשדות אויף מהר"ץ חיות, וועסטו זען ווי זענען געווען גאר שוואך, און אומבאגרינדעט. די שטערקסטע מערכות זענען נאך פון די חסיד'ישע לעגענדעס.

דאס איז קלאר, אז געשריבן האט ער ריכטיגע השכלה. מענדלסאהן האט סך הכל געהאט געוויסע שיטות, וואס ער האט זיך נישט דערוואגט צו שרייבן אין ערגעץ [זיין ביאור האט ער מנפה געווען אפאר מאל, כדי מ'זאל נישט האבן אויף וואס זיך ארויפצוכאפן]. ווידעראום רנ"ק האט געשריבן עמטליך שארף ראדיקאלע זאכן בעניני המסורה ועוד, ואכמ"ל. דערפאר איז ער געוויס געווען ערגער פון מענדלסאהן, אז ס'איז פארשטענדליך פארוואס הרב קוק האט אים נישט געוואלט האבן אלס חלק פון פילוסופיה היהדות. אזוי אויך פארגעס נישט, אז קיינער האט נישט מחרים געווען מענדלסאהן [זיין ביאור איז יא מוחרם געווארן דורך געוויסע], אבער כמדומה אז אנטקעגן רנ"ק איז יא געווען א חרם ממש.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 1:06 am
דורך [NAMELESS]
ירא שמים האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:רנ"ק איז דאכצעך פארעכנט פאר א משכיל לכל דבר וואס האט מיטן עולם הרבנות גארנישט געהאט, שי"ר איז שוין עפעס אנדערש, און מ'קען שוין צולייגן דעם מהרי"ץ חיות.

ממש נישט ריכטיג.
דער רנ"ק האט - וואוינענדיג אין זאלקאווע, וואו דער מהר"ץ חיות האט משמש געווען ברבנות - זיך געפירט ווי א פרומע נשמה, זייענדיג אין ביהמ"ד א גאנצן טאג, מעוטר בטו"ת!
דער מהר"ץ חיות פלעגט זיך אסאך שרייבן מיט אים אין לערנען.
ער איז נאר נישט געווען אזא רבנ'ישע אויטאריטעט ווי שי"ר אדער דער מהר"ץ חיות.

אגב, דער חילוק פונעם מהר"ץ חיות און שי"ר, איז אויך גאר גאר ווייט. אין די צייט וואס אויפן מהר"ץ זענען דא גאר שוואכע טענות [און בעיקר חסיד'ישע לעגענדעס], איז דא א היבשער קופה של שרצים אויף שי"ר, טראץ'ן זיין א ת"ח מופלג, אן איידעם ביים קצות, און אליינס דער רב פון פראג.
מהו הקופה של שרצים?

ריכטיג האט געשריבן:נו, אז דער שמועס פארט שוין לאמיר שוין אויך דערמאנען שד"ל.

איבער אלע די זאכן קען מען מאריך זיין גאר שטארק, אבער ס'ממש נישט דא דער פלאץ דערפאר, און קיין צייט און נערוון האב איך נישט כעת.

אבער דער שי"ר האט שוין איינמאל געהאט א קופה של שרצים תלויה אחריו. קודם כל, דער ישועות יעקב פון לעמבערג האט אים מחרים געווען, ווער געוואויר פארוואס ער האט אזוי שטארק געוואלט אפיאגן פון שטאט טארנאפאל [איידער ער האט זיך באזעצט אין פראג], און זיין רדיפת הכבוד, זיין זיך צוקריגן מיט חכמי דורו, ביניהם טאקע די אויבנדערמאנטע דריי: מהר"ץ חיות, רנ"ק, און שד"ל.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 1:11 am
דורך [NAMELESS]
נהורא נפישא האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:You probably mean Reb Abisel Frankfurter

ניין.
אבער כ'האב מיך אויך טועה געווען.
כ'רעד פון רבי איציק'ל האמבורגער.

Probably about the famous kliever divorce, what does the Nodah Beyahuda write about Reb Itzikel Hamburger?
Btw. Reb Boruch shekluver mentioned above who was a semi maskil had two grandsons who were of the biggest poskim. , the two brothers the Keren Oirah. And Mishknos yaakov

כ'געדענק נישט פונקטליך כלפי וואס. אבער כ'האב געזען ווי דער נוב"י שרייבט גאר שארף אנטקעגן אים, אז ער זוכט נישט לש"ש נאר זיך צו רייצן מיט אים, און שוין א לענגערע צייט וואס ער זעט עס אויף זיין מחותן אז ער וויל פשוט קלאפן אנדערע און זיך גרויס מאכן וכו' וכו'.

בנוגע רבי ברוך שקלאווער. ס'איז א פאטאלע טעות אים צו באצייכענען אלס משכיל. ער איז געווען א פשוט'ער תלמיד הגר"א מיט אן אפענעם קאפ. קיין השכלה האט ער נישט געלערנט אדער שטודירט, חוץ אויב דו באצייכנסט דעם לבוש אלס משכיל פארן גיין קיין איטאליע זיך לערנען אסטראנאמיע.

אנדערש ווי היינט, וואס יעדער וואס לערנט נאר עפעס וועלטליך איז שוין אויטאמאטיש אפגעשטעמפלט אלס משכיל, איז בזמניהם נאכנישט געווען איינגעפעדימט אזא אכשר דרא'דיגע מהלך המחשבה.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 2:20 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:נהורא פליז פליז טרעף דיין אידיש קיעבארד ווייל עס איז שוין נערווירענד צו ליינען אזעלכע תוכנ'דיגע הודעות אין ענגליש

און ווער רעדט נאך פון די ספעללינג און גראממאר מיסטעיקס...! אבער מ'פרשטייט דאך די נקודות וואס ער וויל ארויסברענגען...!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 9:52 am
דורך פרייוויליג
אדנירם האט געשריבן:אוי האסטו דא געמאכט א קוגל.

רבי ברוך שקלאווער און רבי יקותיאל גארדאן זענען טאקע גוט, איינער אלס תלמיד הגר"א און איינער אלס תלמיד הרמח"ל [ביידע בעלי מקובלים], וואס זענען געווען אנשי מדע.

דער דריטער איז ממש נישט אין פלאץ. בתקופת הראשונים זענען געווען אן א שיעור אזעלכע גדולי עולם, וואס זענען געווען גרויס אין אסטראנאמיע וכו'.

דער פערטער, דער רנ"ק, און דער פינפטער, שי"ר, זענען למעשה יא היבש פראבלעמאטיש. זיי זענען נישט געווען אזוי תמימות'דיג ווי די אנדערע. זיי האבן זיכער געהאט פייגלעך אין קאפ, די שאלה איז נאר צו די פייגלעך זענען געווען כשר צו נישט... ולע"ע אקצר.

נישט נאר א קוגל, נאר אבי געהאקט, אויסגעמישט רעכטע און לינקע, פריערדיגע און שפעטערדיגע.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 11:08 am
דורך [NAMELESS]
אדנירם האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:וואו קען מען זעהן ווי דער רנ"ק שרייבט זיך מיטן מהרי"ץ חיות?
אין די הקדמה צום פירוש הנזיר לספר הכוזרי ברענגען זיי אז הרב קוק האט געוואלט ארויסשניידן רנ"ק פונעם פילוסופיה יהודית קאריקיולעם פון מרכז הרב, ער האט איהם געהאלטן ערגער ווי מענדלזאהן.

בנוגע מהרי"ץ חיות, געדענק איך ביים לייענען זיין תולדות בוך (הוצאת מוסד הרה קוק) אז ס'איז עפעס מער ווי חסידישע לעגענדעס.

נפלאת ממני, אז דו האסט שוין יא געזען דעם תולדות בוך פון מהר"ץ חיות, וויאזוי איז מעגליך אז דו האסט נישט באמערקט אז דער רנ"ק האט זיך געשריבן מיט אים? עיי"ש ותמצא נחת [הוציאו לאור מאיר הרשקוביץ. כ'האב דעם בוך אינדערהיים].

אזוי אויך, ליין איבער אינעם ביכל די חשדות אויף מהר"ץ חיות, וועסטו זען ווי זענען געווען גאר שוואך, און אומבאגרינדעט. די שטערקסטע מערכות זענען נאך פון די חסיד'ישע לעגענדעס.

דאס איז קלאר, אז געשריבן האט ער ריכטיגע השכלה. מענדלסאהן האט סך הכל געהאט געוויסע שיטות, וואס ער האט זיך נישט דערוואגט צו שרייבן אין ערגעץ [זיין ביאור האט ער מנפה געווען אפאר מאל, כדי מ'זאל נישט האבן אויף וואס זיך ארויפצוכאפן]. ווידעראום רנ"ק האט געשריבן עמטליך שארף ראדיקאלע זאכן בעניני המסורה ועוד, ואכמ"ל. דערפאר איז ער געוויס געווען ערגער פון מענדלסאהן, אז ס'איז פארשטענדליך פארוואס הרב קוק האט אים נישט געוואלט האבן אלס חלק פון פילוסופיה היהדות. אזוי אויך פארגעס נישט, אז קיינער האט נישט מחרים געווען מענדלסאהן [זיין ביאור איז יא מוחרם געווארן דורך געוויסע], אבער כמדומה אז אנטקעגן רנ"ק איז יא געווען א חרם ממש.

געלייענט דעם בוך האב איך שוין א היפשע פאר יאר צוריק ביי א צווייטן איך האב נאכגעשריבן מיין פאר'נער'טער זכרון.

מענדלסאהן'ס ביאור איז טאקע פיין כשר אבער זיין בוך "ירושלים" - געדענק איך צו לייענען - האט יא אנגעמאכט קאנטראווערסיע.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 11:12 am
דורך [NAMELESS]
אדנירם האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:You probably mean Reb Abisel Frankfurter

ניין.
אבער כ'האב מיך אויך טועה געווען.
כ'רעד פון רבי איציק'ל האמבורגער.

Probably about the famous kliever divorce, what does the Nodah Beyahuda write about Reb Itzikel Hamburger?
Btw. Reb Boruch shekluver mentioned above who was a semi maskil had two grandsons who were of the biggest poskim. , the two brothers the Keren Oirah. And Mishknos yaakov

כ'געדענק נישט פונקטליך כלפי וואס. אבער כ'האב געזען ווי דער נוב"י שרייבט גאר שארף אנטקעגן אים, אז ער זוכט נישט לש"ש נאר זיך צו רייצן מיט אים, און שוין א לענגערע צייט וואס ער זעט עס אויף זיין מחותן אז ער וויל פשוט קלאפן אנדערע און זיך גרויס מאכן וכו' וכו'.

דוכט זיך אז דאס איז דער באוואוסטער נודע ביהודה פון אין שליח לדבר עבירה (אויך א מעשה מיט א גט, א סך זאפטיגער ווי דער קליווער גט).

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 11:48 am
דורך גאלד
אדנירם האט געשריבן:
mevakesh האט געשריבן:זייער אינטערסאנט איז דא ערגעץ נאך אינפארמאציע איבער דעם?

כ'דענק יארן צוריק, אז כ'האב געליינט א באשרייבונג פון די קהילה בשנות הישמח משה, וואו זיי דריקן אויס זייער אנטריסטונג מיטן ישמח משה'ס כעס אויסברוכן. עפעס אזוי. מעגליך אז כ'בין זיך טועה און די מדובר איז זיין זון רבי אלעזר ניסן, צו די אייניקל דער ייטב לב. כידוע איז דאס די עיקר סיבה פארוואס דער ייטב לב האט נישט געקענט בלייבן אוהעלער רב [מעגליך אז פאר די זעלבע סיבה האט רא"נ געדארפט גיין וואנדערן קיין דראהביטש, פארבלייבנדיג א פארהעלטנמעסיג אומבאקאנטער פערזאן].

רא"נ איז בימי הישמח משה אויפגענומען געווארן אלס רב אין סיגעט, א גרויסע אידישע שטאט אין מאראמאראש,
דער ישמח משה האט זיך דעמאלטס געשלעפט א מרחק רב פון איהעל ביז סיגעט צו בייוואוינען זיין הכתרה, ווי ער האט געהאט א היסטארישע קבלת פנים, כידוע,
למעשה האבן די קוסעבער חסידים איהם נישט געגליכן,
ער איז ווייט נישט געווען דער זעלבער כאראקטער ווי זיין טאטע, (ווי איך פארשטיי),
ער איז אגאנצען טאג געזעסין אין שול מיט די טלית ותפילין, און געהאט א קנאפע פארקער מיט די המון,
דער קלימאקס פון די מחלוקה האט אויסגעקלאפט - ווי זייער אפט בימים ההם - איבער די שחיטה פון די שוחטים וואס האבן זיך אריינגעפיפן אינעם רב,
רא"נ האט זיך ארומגעריסן מיט זיי, ס'דא א תשובה אין מראה יחזקאל ווי ער נעמט זיך אן פאר רא"נ בכל תוקף,
למעשה האט דער רביצין רויזא בלימא ז"ל וואס איז געווען א מלומדת, (אמאל איז דאס געווען מער ווי היינט, איך ווייס נישט פארוואס),
זי האט נישט געהאט קיין אפעטיט צו די גאנצע עסק, זי האט בכלל נישט געקענט דילדן די פארגרעבטע מאראמאראשע המון,
און געמיטשעט איר מאן צו אפ-פיצן און זיך גיין קיין גאליציע דרוביטש,
דאס איז אין די גלילות ווי איר פאטער ר' אהרן הורוויץ איז געווען רב אין חודרוב,
און דארט אינעם שטילן דערפל האט ער אויסגעלעבט ימיו עד פטירות, ערב יוה"ק תרט"ו,

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 2:12 pm
דורך נהורא נפישא
שמעקעדיג האט געשריבן:נהורא פליז פליז טרעף דיין אידיש קיעבארד ווייל עס איז שוין נערווירענד צו ליינען אזעלכע תוכנ'דיגע הודעות אין ענגליש

I had numerous complaints both openly and privately that somehow reading English is nerve wracking for them, so I will respect their request and not write in English as of now.
Btw thanks for finding my comments insightful