ירא שמים האט געשריבן:שמערל האט געשריבן:לעצם הדברים קומט די וויכוח איבער א פיזישע אפטיילונג נישט דא דא אריין, די עמאציאנאלע אפטיילונג צווישן די סעקסעס וואס איז דא די לעצטע פופציג יאר ביי די חרידים איז עפעס וואס איז נישטא אין די גאנצע וועלט און איז קיינמאל אין היסטאריע נישט פארגעקומען. לאמיר בלויז אנצייגן פאר א ביישפיל די מערסט אויסגעשפראכענע גמרא אויף די נושא, די מעשה מיט דער אמורא וואס האט אפגעשטעלט א פרוי פרעגן וועלכע וועג פירט קיין ציפורי, און זי האט אים געגעבן א פסק פארן מרבה זיין שיחה עם האישה, אז ער וואלט ווען געברויכט זאגן מיט א קורצערן לשון, לאמיר זיך פראבירן מצייר היינטיגע צייטן א רב צו א שיינער איד אדער אפילו א געווענליכער חסידישער אינגערמאן צו ער קען אפשטעלן א היימיש ווייבל אויף דרייצענטער עוועניו פרעגן ווי איז דער פיש געשעפט, קען אזאנס היינט געמאלט זיין אפילו מיטן קורצסטן לשון? און ווער רעדט נאך פונם פרוי, אנשטאט ענטפערן העט זי נעמען ווארפן פארבן און עפעס ארויסשטאמלן, ווער חלומ'ט פון האבן די חוצפה און מוסר זאגן פארן מאן פארן רעדן צופיל?
די ראי' איז גאנץ א שוואכע ראי' און פארקערט פון וואס די גמ' וויל אוריסברענגען אז אפי' ביי אזא טעכנישע זאך און אפי' אויף א איבריגע ווארט איז נוגע אל תרבה שיחה עם האשה ק"ו אויף ריגשיות'דיגע באציאונגען.
ליין איבער. קיינער רעדט נישטא פון רגשותדיגע באציאונגען. אלאדין זאגט נישט אז מענער און פרויען זאלן זיצן אינאיינעם און נאשן פונעם זעלבן שיסל פאפקארן. ער רעדט פון אן אומזעבארער מויער וואס לאזט נישט קיין מקום אז איין מין זאל געניסן פון וואס די צווייטע האט צו אפפערן, ווי מענער און פרויען זאלן לעבן אין צוויי באזונדערע פלאנעטן, און ניטאמאל זאל זיך געפינען א ראקעט שיף וואס זאל פירן פאסט פון איין פלאנעט צום אנדערן.