בלאט 2 פון 4

נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 11:54 am
דורך [NAMELESS]
יואליש האט געשריבן:שפירסט אסך בעסער ווען זייער קינדער זענען שטענדיג דערמאנט אז זיי ברויכן רשות פון די בעלי חסד....וויפיל פלייש מעגן זיי עסן און וועלכע שניט פון די בהמה?


Steak is for f***ing taxpayers

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ye-XEcD8gRo[/youtube]

נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 12:50 pm
דורך שטילע אינגערמאן
[tag]כעלעם׳ר מגיד[/tag], די קליפ איז זייער פאני, כוואלט זיכער געלייקט דיין תגובה, אבער היות די האסט נאכנישט געטיילט אפי איין לייק קען איך די נישט לייקן, וועט מען מוזן יוצא זיין מיט א תגובה.

נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 3:19 pm
דורך יעקב מענטש
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:שפירסט אסך בעסער ווען זייער קינדער זענען שטענדיג דערמאנט אז זיי ברויכן רשות פון די בעלי חסד....וויפיל פלייש מעגן זיי עסן און וועלכע שניט פון די בהמה?


Steak is for f***ing taxpayers

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ye-XEcD8gRo[/youtube]

וכבר אמרו ז"ל

לאו עכברא גנב אלא חורא גנב,

וואלט ווען מאכן געלט נישט געווען אזוי קאסטבאר וואלטן מער מענטשען זיך אליינס באצאלט די גראסערי

נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 4:54 pm
דורך שלמה המלך
ווי קען מען נאך קויפען טיקעטס?

Re: נייע פלעי דעים חול המועד אונטערן רוקן

נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 5:20 pm
דורך סביב העולם
Image1459891199.413375.jpg

נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 5:40 pm
דורך שלמה המלך
צימעס אין א זייט! קען איינער ארויסהעלפן דא ווי מ'קען נאך קויפן טיקעטס?

נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 7:45 pm
דורך ווייל אזוי
שלמה המלך האט געשריבן:צימעס אין א זייט! קען איינער ארויסהעלפן דא ווי מ'קען נאך קויפן טיקעטס?



דערווייל קען מען מער נישט קויפן קיין טיקעט'ס , קען זיין אז ס'וועט זיין א פערטע פלעי.

DTF

Re: נייע פלעי דעים חול המועד אונטערן רוקן

נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 9:21 pm
דורך סביב העולם
ווייל אזוי האט געשריבן:
שלמה המלך האט געשריבן:צימעס אין א זייט! קען איינער ארויסהעלפן דא ווי מ'קען נאך קויפן טיקעטס?



דערווייל קען מען מער נישט קויפן קיין טיקעט'ס , קען זיין אז ס'וועט זיין א פערטע פלעי.

DTF

אדער וועט זיין אויפגעשטעלט סקרינס אין פאר שידענע געגנטער ווי מוועט קענען מיטהאלטן לייוו אזוי ווי די פאריגע פלעי
אדער עפשער גאר וועט זיין א לייוו סטרימינג פאר א מינמם אפצאל

טיים וויל טעל

נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 11:34 pm
דורך פרייוויליג
שלעכט, רשעות׳דיג, געמיין, און אכזריות׳דיג. ווער האט געפרעגט דעם הארטן היט וואס זיצט ביים קאמפיוטער און טייפט מיט די אידישע סטיקערס אויפן קיבארד, וואו און וואס א טאטע מעג אלס טון מיט זיינע קינדער.

אזוי באקט מען איין אין די קינדער מען זאל נישט נאכגעשלעפט ווערן, אדער גאר ווערט די קינד אפגעבאקן פון די בעקערס?


#Despicable

נישט געזארגט איך האב נישט באקומען די צעטל. חסדי ה׳ איך בין נישט קיין מעמבער.

נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 11:47 pm
דורך ליפא
איך שטים גראדע איין מיטן חלק אז מ'דארף נישט לאזן קינדער נאכגיין דעם שטראם פון די גאס. און טראסט מיר ס'דא אסאך טאטע'ס נישט דוקא פרומע וואס זענען מסכים מיט דעם צעטל. אבער איין טענה קען מען האבן פארוואס שטעלן די מוסדות נישט צו א פלעי?

נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 11:49 pm
דורך ליפא
פרייוויליג האט געשריבן: ווער האט געפרעגט דעם הארטן היט וואס וואו און וואס א טאטע מעג אלס טון מיט זיינע קינדער.

Its the other way around
אין די פאל פון די פלעיס, די קינדער טון וואס זיי ווילן מיט זייערע טאטעס.

נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 11:59 pm
דורך ראוונע
אין פארוואס האבען די מוסדות רעכט מיר איינצוטיילען ווי איך מעג יא אדער נישט נעמען מיינע קינדער חול המועד האלטען
לכאורה די אטמאספערע אין עני אמיוזמענט פארק אין סאך איידעלער. ניין? דארט זעהט מען זיך סאך ווייניגער צאם

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 12:07 am
דורך שטאפענע קאפעליטש
וואס שטייט אויפן צעטיל? קען נישט ליינען קיין ווארט, דיין זוהן האט עס געהאט אין הויזן טאש פאר גאנצע טאג אין דערנאך איז עס אריין אין וואש מאשין, כקען נישט ליינען אזוי

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 12:29 am
דורך ראוונע
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:וואס שטייט אויפן צעטיל? קען נישט ליינען קיין ווארט, דיין זוהן האט עס געהאט אין הויזן טאש פאר גאנצע טאג אין דערנאך איז עס אריין אין וואש מאשין, כקען נישט ליינען אזוי

טו דיר אן די פארגרעסערונג גלעזער

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 12:38 am
דורך יהושע חיים
ליפא האט געשריבן:איך שטים גראדע איין מיטן חלק אז מ'דארף נישט לאזן קינדער נאכגיין דעם שטראם פון די גאס. און טראסט מיר ס'דא אסאך טאטע'ס נישט דוקא פרומע וואס זענען מסכים מיט דעם צעטל. אבער איין טענה קען מען האבן פארוואס שטעלן די מוסדות נישט צו א פלעי?


סאטמער שטעלט יא צו א חול המועד חדר ווי אויך א פלעי, (איך ווייס אויב א שפיל איז דא ביי ביידע אבער ביי די מונרו סאטמער פראקציע פון וומ"ס איז זיכער דא א שפיל)

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 1:50 am
דורך אדונינו
יהושע חיים האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:איך שטים גראדע איין מיטן חלק אז מ'דארף נישט לאזן קינדער נאכגיין דעם שטראם פון די גאס. און טראסט מיר ס'דא אסאך טאטע'ס נישט דוקא פרומע וואס זענען מסכים מיט דעם צעטל. אבער איין טענה קען מען האבן פארוואס שטעלן די מוסדות נישט צו א פלעי?


סאטמער שטעלט יא צו א חול המועד חדר ווי אויך א פלעי, (איך ווייס אויב א שפיל איז דא ביי ביידע אבער ביי די מונרו סאטמער פראקציע פון וומ"ס איז זיכער דא א שפיל)

די שפיל דארט קוקט מסתמא אויס ווי די שפיל שושן פורים וואס מען פלאצט פאר לאנגווייליגקייט.

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 3:32 am
דורך ווייל אזוי
ליפא האט געשריבן:איך שטים גראדע איין מיטן חלק אז מ'דארף נישט לאזן קינדער נאכגיין דעם שטראם פון די גאס. און טראסט מיר ס'דא אסאך טאטע'ס נישט דוקא פרומע וואס זענען מסכים מיט דעם צעטל. אבער איין טענה קען מען האבן פארוואס שטעלן די מוסדות נישט צו א פלעי?


געב עס נאך אביסל לאז "קינדליין" זיך בויען אביסל וועסטו זעהן ווי זיי וועלן מאכן א פלעי,
די טאטע גייט זיין פארשטעלט ווי "שמחה קאפשטיק" און די אינגעל ווי ......... יא גוט צוגעטראפן "זושא'לע"

אלע ארומיגע וועלן זיין פארשטעלט אזוי ווי אלע אנדערע קינדליין בילדער

ס'קומט גוטע צייטן חוה"מ סוכות

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 8:32 am
דורך געוואלדיג
און דעמאלטס וועט דאס ווערן גע'אסר'ט

Re: נייע פלעי דעים חול המועד אונטערן רוקן

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 8:44 am
דורך פליקער
שיין פון סאטמער אז זיי האבן קודם זיכער געמאכט אז יעדע איינציגע טיקעט איז פארקויפט געווארן דערנאך ארויסגעקומען מיט די שעדליכקייט וואס די שפיל איז אלס פארבינדןֽ

Sent from my VS987 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 9:00 am
דורך פרייוויליג
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:וואס שטייט אויפן צעטיל? קען נישט ליינען קיין ווארט, דיין זוהן האט עס געהאט אין הויזן טאש פאר גאנצע טאג אין דערנאך איז עס אריין אין וואש מאשין, כקען נישט ליינען אזוי

ליין איבער די לעצטע שורה פון מיין תגובה למעלה.

Re: נייע פלעי דעים חול המועד אונטערן רוקן

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 9:32 am
דורך דעת תורה
איך ווייס נישט וויאזוי דער צעטל קומט אריין אין דעם אשכול, זיי רעכענען אויס א גאנצע טוץ מיט פראבלעמען און מכשולות וואס קען געשען ביי געוויסע פארשידענע פלעיס, און זאגן אן מ'זאל נישט אהין שיקן די קינדער.

ווי דער עולם האט שוין ארויס געברענגט, איז שווער צו זען ווי די אלע א.ג. 'מכשולות' זענען רעלעוואנט ביי די פלעי, סאו מ'קען גאנץ זיכער אננעמען אז זיי רעדן בכלל פון עפעס אנדערש.

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 12:31 pm
דורך חכם עתיק
הער איך אז זיי פארהאנדלן מיטן זאל פארוואלטערשאפט צו קענען אריינשטופן נאך א שפיל.

עניוועי קומט זיך א יישר כח פאר מוסדות סאטמאר פאר ארויסהעלפן די "שפיל מאנגל קריזיס"..

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 12:41 pm
דורך ליפא
Bobov.jpg

Bobov play