בלאט 11 פון 16

נשלח: פרייטאג פעברואר 21, 2014 1:46 pm
דורך נאטרוליסט
אין דער איד די וואך איז געדרוקט די דרשה פון מהרז"ל מסאטמאר וועלכע האט גערעדט מוצש"ק פ' כי תשא אין קרית יואל.

עס קוןקט אויס מיר אז דער איד האט עפעס אנגעפאטשקעט די דרשה און געמאכט א כאפ-לאפ אין איין פאראגראף, וואס דארף א שטארק פירוש. איך קען נישט גלייבן אז מהרז"ל האט דאס האבן געזאגט:

1) די חיטוטי שכבי קומען פאר צוליב דעם וואס מ'איז שותפים אין די מדינה. (ווער, דושינגסקיא, תולדות אהרן, ר' אברהם סלאנים אדער ר' משה שטערנבוך)?

2) יעדער יחיד איז שולדיג ווייל מען האט טריפה'נע כלים און עס מאכטו אן ערבוביבא. (ווער, ר' משה שטערנבוך אדער די רביים כדלעיל)?

3) מ'דארף זיין בשלום מיט יראי' ה'. - זענען זיי משכילים, טאר מען נישט זיין גוט מיט זיי.

ומצוה ליישב
Drusha Rzal - new.jpg

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 4:01 pm
דורך נאטרוליסט
נאטרוליסט האט געשריבן:אין דער איד די וואך איז געדרוקט די דרשה פון מהרז"ל מסאטמאר וועלכע האט גערעדט מוצש"ק פ' כי תשא אין קרית יואל.

עס קוןקט אויס מיר אז דער איד האט עפעס אנגעפאטשקעט די דרשה און געמאכט א כאפ-לאפ אין איין פאראגראף, וואס דארף א שטארק פירוש. איך קען נישט גלייבן אז מהרז"ל האט דאס האבן געזאגט:

1) די חיטוטי שכבי קומען פאר צוליב דעם וואס מ'איז שותפים אין די מדינה. (ווער, דושינגסקיא, תולדות אהרן, ר' אברהם סלאנים אדער ר' משה שטערנבוך)?

2) יעדער יחיד איז שולדיג ווייל מען האט טריפה'נע כלים און עס מאכטו אן ערבוביבא. (ווער, ר' משה שטערנבוך אדער די רביים כדלעיל)?

3) מ'דארף זיין בשלום מיט יראי' ה'. - זענען זיי משכילים, טאר מען נישט זיין גוט מיט זיי.

ומצוה ליישב
Drusha Rzal - new.jpg


עמיצער שקט מיר אין אישי אז ס'איז טאקע נישט ריכטיג אפגעשריבן געווארן.

קען אפשר עמיצער פארשאפן די רעקארדירונג?

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 4:29 pm
דורך שרייבער
די געשריבענע איז גאלד קעגן די געזאגטע, איך האב געהערט פון איינעם וואס האט געהערט די ריקארדינג אויפן טעלעפאן אז דער האט צוזאמען געווארפן גאונות ווי אין די אמאליגע אלטע גוטע צייטן, א שטייגער ווי אזא לשון "האדם נשפע כפי סביבותיו" וכדומה
נאר וואסזשע דען, די אידן וואס זענען אמאל געווען פארנומען מיט די שטותים עס מעתיק און מפיץ זיין זיצן היינט און לערנען ממילא האט די וועלט נישט הנאה פון די פערל ווערטער

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 8:06 pm
דורך איך אויך
אידאך יא אכשר דרא.

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 9:06 am
דורך נאר,,פרייליך
א ווייטאגלאך בילד איז געוועזען צו זעהן די חברי שרייבער ועוד טאנצען דארט ביים בית החיים מיט א באגלייטונג פון א ווידיאו וואס באגלייט די חסידים המרקדים, מען הערט עס ווער געפלאנט פעולות לחזק את ה'ארכילאוגען אויס נקמה אין דער דרשה אינעם איד.

פארפאלען הגרז''ל האט כוחות די דרשות זיינע ברענגען זיינע גאר גאר שטארקע ליבהאבער צו גיין טון מעשה טירוף על שטח הבית עלמין בבי''ש

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 9:30 am
דורך גם כי אלך
אהער מיט די בילדער\ קליפס דערפון. יראו ישרים וישמחו..

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 9:47 am
דורך נאר,,פרייליך
גם כי אלך האט געשריבן:אהער מיט די בילדער\ קליפס דערפון. יראו ישרים וישמחו..

איך וויל ניש מבזה זיין די תמימי צאן וואס זענען אומשילדיג אריינגעפאלען אין אזא נעץ האט איינער א וועג צו אויסקלארען די מוחות ביי דעם ציבור

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:21 am
דורך נאטרוליסט
נאר,,פרייליך האט געשריבן:
גם כי אלך האט געשריבן:אהער מיט די בילדער\ קליפס דערפון. יראו ישרים וישמחו..

איך וויל ניש מבזה זיין די תמימי צאן וואס זענען אומשילדיג אריינגעפאלען אין אזא נעץ האט איינער א וועג צו אויסקלארען די מוחות ביי דעם ציבור


ווער זענען שותפים אין די מדינה?
דושיסקיא, תולדות אהרן אדער רחמיסטריווקא?

ווער האט טריפה'נע טעלעפאנען?
ווער מאכט אן ערבוביא?

ווער זענען משכילים?

מיט וועמען דארף מען זיי בשלום? וועלכע יראי השם? די וועלכע זענען שותפים אין די מדינה?

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 2:11 pm
דורך signout
דער איד קרוינט מהרז''לס דיין הרב זאגער אלס גדולי פוסקי דורינו (נאכדעם וואס דער בלאט האט באקרוינט די ראב''ד)

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 2:23 pm
דורך מ גפני
signout האט געשריבן:דער קרוינט מהרז''לס דיין הרב זאגער אלס גדולי פוסקי דורינו

עפעס נאר דער בלאט מעג נוצן דעם טיטול אויפן בעל עגל דבש?

נשלח: פרייטאג מערץ 14, 2014 5:26 pm
דורך sefish
א לענגערע אינטעוויוא מיט יארמער רב די וואך אין ''דער איד'' לכבוד פורים

נשלח: זונטאג אפריל 20, 2014 1:43 am
דורך דריידל
לכבוד די הילולא פון ברך משה, ביישרייבען זיי זיין התקשרות צו די ישיבה. ברענגען זיי דארט אן עפיזאט וואס האט זיך אפגעשפילט חוה"מ פסח תשנ"ט ווען עטליכע ראשי הקהילה זענען אריין דורך שמיעסן עניני הקהילה און די רבי האט כסדר געפרעגט : אבער וואס וועט זיין מיט די ישיבה?

לצים וואס זיי זענען

נשלח: זונטאג אפריל 20, 2014 2:40 am
דורך פישלע העררינג
אין די פסח'דיגע קאווע בלעטער איז דא א עקסקלוסיוו ארטיקל פון [tag]אבטולמוס[/tag] איבער "דער איד" און די באדייט פון די ווארט "צייטונג". עיין שם ותמצא נחת.

נשלח: מוצ"ש מאי 10, 2014 9:48 pm
דורך סאשי פיש
געזען היינט אין די איד. וואס מיינט עס?

נשלח: מוצ"ש מאי 10, 2014 9:53 pm
דורך קאווע טרינקער
משמעו כפשוטו, ער האט געוואלט טרייבן ליצנות פונעם עולם, און יעצט האט ער חרטה.

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 1:54 am
דורך יואליש
כ'האב געליינט דער איד די וואך און סורפרייזט געווארן ווי ענדליך זי איז צום בלאט, אריינגערעכנט די קינדישע אכשר דרא בריוון.

נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 2:46 am
דורך berlbalaguleh
ס'עט נאך קומען א צייט ווען זיי וועלן זיך פאראייניגן , (ח"ו, היל"ת) און מ'וועט עס אנרופן "דער אידישער בלאט/ע"). זיי 'עלן האלטן אויף איין מדריגה. ס'איז שוין היינט (כמעט) די זעלבע.
מ'האקט אויפ'ן טמא'נע עירוב.
אויפ'ן טמא'נעם נח"ל חרדי.
אויף די טמא'נע מדינה.
אויפ'ן טמא'נעם אינטערנעט.
אויף "קאווע שטיבלעך"... :roll: :? 8-) :lol: :lol: :lol: ;) :o

נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 8:39 am
דורך שמעקעדיג
די לעצטע פאר חדשים האט הרב נחום אבראהאם געטראפן א מקום להתגדר אין דעם שופר של מטה, און בלאזט אריין וועכנטליך א פארציע מוסר אין פארעם פון א בריוו צו די רעדאקציע, אונטערגעשריבן מיט זיין פולן נאמען. יעדע וואך אן אויסנאם האט ער עפעס מעורר צו זיין כלל ישראל, וועלכע ענדיגט נישט טרינקען מיט דורשט די זאלציגע מוסר.

קנאת סופרי"ם תרבה משוגעת, והנה און אבראהאם האט באקומען א אח לדעה, א קאמפעטישן, אלכסנדר אליעזר קנאפפלער (א ברודער פון די קאלערינג בוכער פאר די קינדער, וועלכער איז אויך מלא טענות אויף כלל ישראל). גענוי ווי זיין וועגווייזער, האט יענער אויך יעדע וואך א בויך מיט מוסר דרשות אויסצושפייען. די 2 וועלן זיכער זיין שכנים אין גאניידעם. גראדע פונקט לעצטע וואך האט קנאפפלער נישט געשריבן, אבער אדערווייז האקט ער שטיקער, והנח להם להדרשנים אז זיי וועלן יעדע וואך טרעפן פרישע פירצות מעורר צו זיין, פון קוקן גליונות ביי לכה דודי ביז דעם דרך הלימוד אין ישיבות אקעגן דעם דרך המקובל פון רבי'ן, וכדומה ענליכע פירצות, כן ירבו.

נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 11:07 am
דורך רויטע וואנצעס
נישט געוואוסט דער איד איז אויך אזוי סאך fun. איך גיי עס קויפן די וואך. כ'האף איך וועל קענען איבער'וואטן אין דעת הקהל אשכול.

נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 11:30 am
דורך לך לך
לא הרי אבראהאם כהרי קנאפלער
אבראהאם טיילט מוסר פארציעס קנאפלער געט מער עצות
איין וואך האט געגעבן עצות וויזוי אויסצוטרינקען די גרעיפ דשזוס ביי קידוש...

איך האב געמיינט אז ער איז קנאפלער פון די ביכעלעך

נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 9:41 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:די לעצטע פאר חדשים האט הרב נחום אבראהאם געטראפן א מקום להתגדר אין דעם שופר של מטה, און בלאזט אריין וועכנטליך א פארציע מוסר אין פארעם פון א בריוו צו די רעדאקציע, אונטערגעשריבן מיט זיין פולן נאמען. יעדע וואך אן אויסנאם האט ער עפעס מעורר צו זיין כלל ישראל, וועלכע ענדיגט נישט טרינקען מיט דורשט די זאלציגע מוסר.

קנאת סופרי"ם תרבה משוגעת, והנה און אבראהאם האט באקומען א אח לדעה, א קאמפעטישן, אלכסנדר אליעזר קנאפפלער (א ברודער פון די קאלערינג בוכער פאר די קינדער, וועלכער איז אויך מלא טענות אויף כלל ישראל). גענוי ווי זיין וועגווייזער, האט יענער אויך יעדע וואך א בויך מיט מוסר דרשות אויסצושפייען. די 2 וועלן זיכער זיין שכנים אין גאניידעם. גראדע פונקט לעצטע וואך האט קנאפפלער נישט געשריבן, אבער אדערווייז האקט ער שטיקער, והנח להם להדרשנים אז זיי וועלן יעדע וואך טרעפן פרישע פירצות מעורר צו זיין, פון קוקן גליונות ביי לכה דודי ביז דעם דרך הלימוד אין ישיבות אקעגן דעם דרך המקובל פון רבי'ן, וכדומה ענליכע פירצות, כן ירבו.

און נאכדעים ווינדערסטו דיך נאך פארוואס איך האק אויף הרב ישראל מ. סופר, המכונה מנשה פיליף. ווייל איך האב שוין געליינט זייער א סאך פון זיינע ארטיקלען און א יעדע וואך האט ער עפעס צו זאגן. הגם, דער מענטש איז א בקי נפלא בכל מכמני התורה און במילי דעלמא, האלט איך אבער אז ער איז א היפאקריט. ווייל ס'איז כמעט נישט במציאות אז א נארמאלער מענטש, ובפרט א תלמיד חכם זאלל האבן אזעלכע פארקרומטע דיעות. אלא מאי, מיין איך אז ער אליין האלט אויכעט נישט אזוי. נאר ליופי הדרוש זאגט ער פארוקטע זאכן. למשל. ווען מ'האט עים געפרעיגט אז די "מוסד הרב קוק" אין א"י דריקט איבער א סאך שיינע ספרים. האט ער געענטפערט. אז בעיקבתא דמשיחא וועט אן ערליכער איד נישט קענען לערנען תורה. נאר דער פאר וועים די סיטרא אחרא העלפט צו, וועט קענען לערנען תורה....נו. ווען א בהמה פון די גאס וואלט געזאגט אזא זאך וואלט מען עס נאך געקענט פארשטיין אבער ער...???... :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: :oops: :o

נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 10:10 pm
דורך petergrifin
רויטע וואנצעס האט געשריבן:נישט געוואוסט דער איד איז אויך אזוי סאך fun. איך גיי עס קויפן די וואך. כ'האף איך וועל קענען איבער'וואטן אין דעת הקהל אשכול.


מוזט נישט קויפען דער איד. קנאפפלער שיקט ארײן צו (כמעט) אלע צײטונגען אויף אמאל. הרב אברהאם
מײנוך טוט די זעלבע.

נשלח: דאנערשטאג יולי 24, 2014 10:45 am
דורך ישמעאל הכהן
בד''א ר' בערל פריעדמאן ראה'ק מהר''א סאטמאר און געוועזענער רעדאקטאר פון דער איד.