בלאט 11 פון 12

נשלח: זונטאג נאוועמבער 06, 2016 11:43 pm
דורך קורקלענד
די פרייז פעלט פונעם דעקל.

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 12:05 am
דורך גר ותושב
קורקלענד האט געשריבן:די פרייז פעלט פונעם דעקל.

Its priceless

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 3:59 am
דורך [NAMELESS]
העי! הרב זאקס הייסט נישט יונתן!

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 5:59 am
דורך פיקאסא
ריכטיג האט געשריבן:העי! הרב זאקס הייסט נישט יונתן!

ריכטיג. אזוי איז טאקע מבואר אין די ארטיקל. דאך איז ער באקאנט מיט זיין ענגלישן נאמען "דשזאנאטאן" רופן מיר איהם אויך אהן יאנאטאן, בלשון חיבה. אז מ'עט שרייבן הרה"ג יעקב צבי שליט"א קוקט דאס אויס מאדנע. כנלע"ד.

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 8:54 am
דורך קלוגע יודל
פיקאסא האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:העי! הרב זאקס הייסט נישט יונתן!

ריכטיג. אזוי איז טאקע מבואר אין די ארטיקל. דאך איז ער באקאנט מיט זיין ענגלישן נאמען "דשזאנאטאן" רופן מיר איהם אויך אהן יאנאטאן, בלשון חיבה. אז מ'עט שרייבן הרה"ג יעקב צבי שליט"א קוקט דאס אויס מאדנע. כנלע"ד.

נאריש, אויב די ווילסט שרייב דזאנאטאן, אבער יונתן זעכער נישט

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 9:05 am
דורך [NAMELESS]
גם אני חושב כקלוגע יודל, אבער פיקאסא אלץ ענגלישער ווייסט מן הסתם בעסער.

און איך כאפ זיך יעצט אז ער ניצט אויך דעם נאמען יונתן אפילו פאר זיינע בוכער אין עברית.

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 9:10 am
דורך פיקאסא
מ'גיימער מאכן א קהל'ס מיטינג וועגן דעם בקרוב. אפשר טאקע אז דשזאנאטאן איז בעסער. ותשועה ברוב יועץ.

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 9:19 am
דורך mevakesh
ער שרייבט יעצט א וועכענטליכער קאלום אין מוסף שבת מקור ראשון ער רופט זיך געהעריג יונתן דארט
זעה דא

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 10:17 am
דורך כוכב
אלס איינער מיט אסאך עקספערטיז אין דעם הינזיכט קען איך נישט מער ווי אויסדרוקן מיין פארדרוס און ווי ווייט א גרייזיגע באשלוס און סטראטעגיע איז דאס נישט אריינשטעלן העניכ'ס ארטיקל אין אסיף צוליב וואס עס אנטהאלט קאנסטראקטיווע קריטיק אויף אן אדמו"ר וועמען עס קומט אים.
נעמט נישט אוועק פון מיין התפעלות און רעספעקט פאר'ן בעפארשטייענדן אסיף אויף וואס עס קומט זיך פיל קרעדיט פאר שש.
אזוי אויך האט העניך אלע רעכטן צו מעלדן איבער זיין באשטייערונג צום וועקער און אז עס איז צוריקגעוויזן געווארן, ולעומת קען זיך שש ערקלערן אבער אן קיין פארדאמונגען. דא איז נישט טראמפלאנד.

Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:37 am
דורך שמערל
כ'בין דירעקט נישט קיין בקי במלאכת הגראמאטיק, אבער די קעפל 'דער ספרדישער געמיינדע' גריצלט מיר עפעס.
דאכט זיך אז עס קומט לשון נקיבה 'די ספרד'ישע געמיינדע'.

בנוגע העניכ'ס ארטיקל, כ'האב טאקע נישט קיין שום עקספערטיז אין דעם פעלד, אבער אין קריטיקירן האב איך יא היבש עקספיריענס... וויל איך לאזן הערן אז פערצופאל דא בין איך יא אויף משזר'ס זייט, אפשר לאו מטעמיה — איך זעה נישט וואס איז שלעכט מיט נעגעטיווע ארטיקלן אין א אטיסגאבע (כ'גיי דאך לשיטתי...). וואס וואלט געשאד אז איינער זאל אפשרייבן אויף ר' בנציונען א זאפטיג ארטיקל, זאל טאקע נתגלה ווערן קלונו ברבים. אבער די ארטיקל איז דאך נישט געווען אויף אים, נאר אויפן פאטערס א ספר, וואלט ווען געווען א שירהלע צוויי מיט קריטיק אויפן הקדמה, מילא, אבער אזוי אריינצושניידן אין אים איז אביסל איבערגעטריבן און לדעתי נישט אין פלאץ.

בכלל די גאנצע פראפעסיאנאלע רעצענזיע אויף עפעס א אויפגעבלאזענע רעבעלעס א ספר, ווייס איך נישטוואס איז דער באדייט דערפון. איז טאקע שוין נישטא בעסערס פון וואס צו שרייבן חוץ ווי שטארק בעלי דרשנים האבן ארוסגעקוקט בכליון עיניים אויף צען גראבע בענדער מיט תורה'לעך פון באבאווער רב? כ'ווייס נישט צו איך זאל לאכן אדער וויינען, אבער עס האט מיר געמאכט קאנספירירן אז דער גאנצער ארטיקל איז נאר געשריבן געווארן צו קענען געבן ר' בנציון אין קאפ אריין...

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 12:00 pm
דורך [NAMELESS]
כוכב האט געשריבן:אלס איינער מיט אסאך עקספערטיז אין דעם הינזיכט קען איך נישט מער ווי אויסדרוקן מיין פארדרוס און ווי ווייט א גרייזיגע באשלוס און סטראטעגיע איז דאס נישט אריינשטעלן העניכ'ס ארטיקל אין אסיף צוליב וואס עס אנטהאלט קאנסטראקטיווע קריטיק אויף אן אדמו"ר וועמען עס קומט אים.
נעמט נישט אוועק פון מיין התפעלות און רעספעקט פאר'ן בעפארשטייענדן אסיף אויף וואס עס קומט זיך פיל קרעדיט פאר שש.
אזוי אויך האט העניך אלע רעכטן צו מעלדן איבער זיין באשטייערונג צום וועקער און אז עס איז צוריקגעוויזן געווארן, ולעומת קען זיך שש ערקלערן אבער אן קיין פארדאמונגען. דא איז נישט טראמפלאנד.

אלס איינער מיט אסאך עקספערטיז אין דעם הינזיכט קען איך נישט מער ווי אויסדרוקן מיין פארדרוס, און ווייט אן אוממענטשליכער באשלוס און סטראטעגיע איז דאס אויסדרוקן פארדרוס ברבים איבער א פריוואטער אנגעלעגנהייט.

אלס איינער מיט אסאך עקספערטיז אין דעם הינזיכט, וואלט איך געגלייבט אז דו פארשטייסט וואס דאס מיינט אז יעדער רעדאקטאר האט זיינע 'גייד-ליינס', און אויב איך האב מחליט געווען א ספעציפישער מהלך [פון וואס העניך האט גראדע געוואוסט אפאר חדשים צוריק], דארף מען זיך צושטעלן דערצו אן אויסדרוקן תרעומות ברבים.

אלס איינער מיט אסאך עקספערטיז אין דעם הינזיכט, פארשטייסטו וויפיל שעות ארבעט גייט אריין אין אזא פראיעקט, און ווי שטארק ס'טוט וויי ווען איינער קריטיקירט, נישט אנערקענענדיג ווי שווער די ארבעט איז אזוי אויך, נאך בעפארן דארפן דיעלן מיט יעדנס משוגעת'ן און פריוואטע רצונות. א חוץ אויב דו האסט דאס נישט פארשטאנען, געבנדיג ארבעט פאר אנדערע און זיין סך הכל דער דעות טיילער און ארבעטס טיילער.

אלס איינער מיט אסאך עקספערטיז אין דעם נושא, האסטו מעגליך פארפאסט די מאמר חז"ל: כל אומן וכו', אדער מיט מער אן איידעלן רמז: הקנאה... מוציאין את האדם מן העולם. אפילו אויב נישט, וואלסטו געמעגט בלייבן שטיל כדי שלא יחשדוהו במה שאין בו. אגב, ערעב כוכב, ווען איז דאס לעצטע מאל וואס דו האסט דיך סתם אזוי געלאזט הערן? האסט דיך עפעס אויפגעוועקט?!


יא, ס'טוט מיר זייער וויי ווען מענטשן נעמען זיך דא אויסדרוקן זייערע פריוואטע מיינונגען. איך ווער דען באצאלט? איך הער דען דאנקען פאר די אומגלויבליכע מאס שעות שווערע ארבעט לעומת די קריטיק פאר די פאר זאכן אויף וואס מ'קען זיך דינגען? האסט אן הערה? אין אישי קעסטל ביטע, און אפילו דאס - נאר אויב דו ביזט דער בעל העובדא.


און ביטע, כ'דארף נישט דא קיין ווייטערדיגע דיסקוסיע איבער דעם נושא והמסתעף מזה. די קאפ וויי פון נושא בעול זיין, איז גענוג גרויס אזוי אויך, און דאס וועט נאר מוטיגן אז כ'זאל עס אראפנעמען פון קאפ.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 12:22 pm
דורך פיקאסא
הנני מחזק בזה את ידידי הרב משזר שליט"א
יא דער עולם האט נישט קיין מושג וויפיל ארבעט עס גייט אריין און דער וועקער, און ווען איך זאג "קיין מושג" מיין איך דאס במלוא מובן המלה!
שעות ע"ג שעות טאג איין טאג אויס. פאר ווער עס וויל וויסן, בין איך געזעצן אויפן טרייבל נעכטן מיט די באסס - צו איבערגיין די גאנצע "אסיף" - און ווען כ'האב עס ארפאפגעלייגט איז די זייגער געווען מיט א 3 שעה שפעטער!
ענדליך איך פאק מיל אין בעט, און געמיינט אז מ'איז שוין פארטיג דערמיט, האט מיין שייגעץ-פאון נישט אויפגעהערט צו קראצן, דער שש האט געטראפן נאך א ים פון קליינע טעותים'ליך דא און דארט.

אזלא, טראכט פאר איר שרייבט קריטיק וכו' אפילו אמת'ע נקודות קומט נישט צו צו קיין גוט ווארט. און ווי ער זאגט קען מען אייביג אריינקומן אין אישי.

ידידכם
פיקאסא

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 12:25 pm
דורך [NAMELESS]
כ'גיי דא ארויפלייגן אן 'אינהאלט' פון פיר זייטן, וואס גייען אדורך די ארטיקלן אחת אחת, איבער וואס זיי רעדן.

ליינטס מיט שפאנונג!

1.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 12:26 pm
דורך [NAMELESS]
2.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 12:27 pm
דורך [NAMELESS]
3.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 12:28 pm
דורך [NAMELESS]
4.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 12:33 pm
דורך וואלווי
יישר כחכם [tag]אדנירם[/tag] פאר די געטרייע ארבעט ואתכם הסליחה.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 12:34 pm
דורך וואלווי
"

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 12:35 pm
דורך וואלווי
"

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 12:36 pm
דורך וואלווי
"

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 12:40 pm
דורך כוכב
אשרי מי שחושדין ואין בו, כ'האב נישט קיין שום קנאה איבער'ן וועקער, ר' שש'ל נישט יעדער נעמט אלעס פערזענליך, אדרבה ואדרבה, די הצלחה פון וועקער איז מיין הצלחה און יעדנס הצלחה, מיר זוכן אלע די הצלחה פונעם שטיבל, און איך האב די גרעסטע הנאה פון דער הצלחה פונעם וועקער.

אין פאקט האב איך שוין בייגעשטייערט איין ארטיקל זיכער וואס איך געדענק יעצט אויף דער מינוט (נאר געבעטן א צווייטע ניק זאל עס ארויסשטעלן אונטער זיין נאמען מחמת סיבה, זעסט, כ'האב ניטאמאל גענומען קרעדיט, דער עיקר אז וועקער האט שיינע ארטיקלען), אזוי אויך בין איך אלעמאל גרייט בעצה ובתושי' און מיטטיילן וואס כ'האב מיך געלערנט אויף מיינע ביינער, ווען מ'איז ווען נייגעריג מיך אויסצוהערן, און הלואי וואלט איך געהאט די צייט צו העלפן מער.

צוריק צום ענין, קען איך נאר ווידערהוילן מיין שטעלונג, קריטיק אדער בעסער געזאגט מיינונגס פארשידנהייטן זענען נישט קיין עוולה, מיך האט מען אויך קריטיקירט און ווילאנג עס איז מענטשליך און רעספעקטפול איז אדרבה, דארף קריטיק נאר ווערן בעפארציגט, און עס נעמט נישט אוועק פונעם גרעסטן רעספעקט וואס ס'איז דא פאר די שווערע ארבעט. שווערע ארבעט מיינט נישט אז העניך מעג נישט האבן פארדרוס פאר'ן צוריקווייזן אן ארטיקל.

עס איז אמת אז יעדער רעדאקטאר האט זיך זיינע גיידליינס און דערפאר ליגט דאס לעצטע ווארט ביי דיר, אבער עס מיינט נאכנישט אז העניך מעג נישט אויסדרוקן זיין פארדרוס נאכ'ן אפשרייבן א לענגערע און גרינטליכע ארטיקל ספעציעל צום וועקער און עס ווערט צוריקגעוויזן. ער מעג זאגן אפילו "דו ווערסט נישט באצאלט" און דו מעגסט צוריקווייזן און עס איז גארנישט געשען.

די אטאקעס פעלן נישט אויס און איז גענצליך נישט צום פלאץ. איך זע נישט פארוואס קריטיק פון דעם סארט דארף "וויי טון" אדער עס באצייכענען אלס "אוממענטשליך"; עס איז נישט מער ווי א מיינונגס פארשידנהייט, און דאס איז דער חן פון אונזער שטיבל ווי קעגנגעזעצטע מיינונגען קומען זיך צוזאם אין איין פלאץ, און זיכער דארף מען עס נישט נעמען צו א פערזענליכע אטאקע מיט "איידעלע רמזים" און זיך ארויסלאזן אין א רענט קעגן כוכב'ס רעפוטאציע פאר'ן בלויזן חטא פאר'ן האלטן אז עס וואלט בעסער געווען פאר א מאגאזין-סטראטעגיע יא אריינצושטעלן העניכ'ס ארטיקל.

בנוגע צי איך האב יא אדער נישט געטון ארבעט נאר געטיילט ארבעט און דעות, דאס ווייסטו אליין אז זאכן געשעען נישט פון זיך אליין, און אז מ'טרעפט זיך מיט אן ענטגילטיגע שיינע פראדוקט איז געדרינגען אז איינער האט געשוויצט דערפאר.

אהובי ידידי ר' שש"ל, דאס איז טייל פון די געשעפט, אז מ'איז איך קיך איז דא היץ, און מ'טאר נישט און מ'דארף זיך נישט נעמען צום הארצן, אבער יא פרובירן אויסצוהערן דעם דעת הניגוד און ווי דער פסוק זאגט ותשועה ברוב יועץ. גענוג מאל וואס איך האב אנערקענט אז מיינע חברים זענען גערעכט ואיזהו חכם הלומד מכל אדם.

אז מ'רעדט שוין אפשר איז א בעסערע סטראטעגיע (אוי נאכאמאל קריטיק) ווען מ'אינוואלווד מער מענטשן און מ'רעכנט זיך מיט מער דעות. מיין מהלך אין פאל פון ספק איז געווען אלעמאל צו הערן נאך א דעה און עס אויסשמועסן מיט ווי מער חברים צו קריגן א קלארע פערספעקטיוו, ווי איידער ווען אלעס ווערט דיקטירט דורך איינעם און דערנאך בלייבט מען מיט א שווערע לאסט און מ'דארף "סטראשען" און זיך אריינלאזן אין א רענט די רגע איינער טוט פארשלאגן עפעס אנדערש אדער האט א מיינונגס פארשידנהייט.

צוריק צו עיקר נקודה, איך וואלט נישט צוריקגעוויזן אזא ארטיקל מחמת כמה סיבות, אין פאקט האב איך כמעט נישט צוריקגעוויזן קיין ארטיקלען אויסער אין געציילטע פעלער, יעדע ארטיקל קען זיין אינטערסאנט פאר א צווייטן ליינער און ווי מער שרייבער זענען אינגעיזשט, און ווי קאלירפול די מאגאזין איז, גאראנטירט עס איר הצלחה. והעיקר ווייל אזא ארטיקל האט א חשיבות און גיט צו א גלאנץ צום מאגאזין, עס מאכט דעם מאגאזין רעלעוואנט און ציט אינטערעסע ביי מענטשן, אפילו עס קומט מיט'ן פרייז אז עס אנטהאלט אין זיך א משהו פון א צימעס-עלעמענט.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 12:51 pm
דורך נעגעל וואסער
@שש די אינהאלט קוקט עס עפעס מורא'דיג! נישט שיין צו אנצוען אזוי פיל... :)
ווען קומט עס ארויס?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 12:56 pm
דורך [NAMELESS]
[center]בשורה טובה![/center]

מיט גרויס פרייד וויל איך דא איינמעלדן פארן גאנצן עולם, אז אויב אלעס וועט ווייטער גיין ווי געראכטן בעז"ה, וועט אונזער מאסיווער אויסגאבע - "אסיף" אי"ה ערשיינען אין קאווע שטיבל אין ווייניגער ווי 24 שעה, און אין די זעלבע צייט וועט עס שוין זיין צו באקומען אויף עמעזאן!