בלאט 11 פון 12

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2019 12:55 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איז וואס טוט מען ווען דער הלכה כמותו אמרי אמת זאגט אז מ'זאל יא גיין וועלן, און די הלכה כמותו ויואל משה זאגט אז מ'זאל נישט גיין...

Re: האדמו"ר בעל לב אהרן מסאטמאר: דער רבי איז געבליבן מיט'ן ב

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2019 1:26 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער גערער רבי ר׳ אברהם מרדכי האט, כפי מיטב ידיעתי, נישט געהייסען וועלען. ער איז געווען קראנק און איז אוועק איידער עס איז געווען אקטועל.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2019 1:51 pm
דורך רביה''ק זי''ע
און וואס איז מיט די בית ישראל?

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2019 2:50 pm
דורך דולה ומשקה
לפי דעם מהלך קען מען זאגן דאס זעלביגע אויף
הריי"ץ מליובאוויטש - ער איז ארויסגעראטעווערט געווארן פון די נאצישע בלוטיגע הענט פון ווארשא
וחתננו הרמ"ש מליובאוויטש איז געווען אונטער נאצי אקורפירטע פאריז
ביידע זענען געבליבן מיטן פולן בארד

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2019 4:43 pm
דורך יואליש
אז מ'רעדט שוין פון דעם סאקמיר רב'ס בארד איז מיר נולד געווארן א פראגע. ס'איז ידוע אז סאקמיר רב איז געווען גרייט צו אויסשרייען דעם אמת אפי' במסירות נפש ממש. איינמאל (דאכט זיך אין א"י נאך די באזיך ביים בעלזא רב) האט ער געעפענט דאס אויבערשטער העמעד קנעפל און געשריגן" ווער ס'וויל שיסן זאל שיסן!!" מאנכע האבן שוין אוועקגעמאכט די מסירות נפש פון סאטמאר רב אנמערקענדיג אז ער האט זיך בלויז געטרויעט ווייל ער האט געוויסט דער עולם האט געלאזט די רעוואלווער אינדערהיים נישט וויסענדיג אז דער רבי גייט עפענען דאס קנעפל און ס'וועט זיין מעגליך צו שיסן. איך האב אבער אן אנדערע פראגע: מיטן רבי'ס לאנגן בארד וויאזוי ווייסט מען אז ער האט באמת געעפענט די קנעפעל אונטערן בארד?

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2019 4:49 pm
דורך זאפטיג
בעסער שערן הינדערט מאל דעם בארד ווי איידער רעדן איין ווארט היברעיש....

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2019 5:05 pm
דורך אגרות צפון
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:[tag]נקודת-אמת[/tag] דאצעכמער אז ר' משה מרדכי לעלובער איז אויך געבליבן מיט'ן בארד... מ'זעהט קלאר אז פון הימל האט מען געהיטן אויף זיין דיקנא (נישט דיוקנא) קדישא... אפשר קענסטו איבערזאגן אפאר הלכות פון אים, ס'דאך הלכה כמותו בכל מקום...
און רצי"ה קוק איז עפעס אוועקצומאכן?

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2019 12:50 am
דורך שמעון וואלף
נקודת-אמת האט געשריבן:די פאסיגסטע צושטעל איז צום גערער רעבין, בעל 'אמרי אמת'
וואס איז אנטלאפן אין אנפאנג און געקענט בלייבן מיט די בארדע.

ר' ברוכ'ל ממונקאטש איז אויך געבליבן מיטן בארד

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2019 7:38 am
דורך קאצקע ציקער
אדמור מצעלים זצ"ל אויך

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2019 2:08 pm
דורך berlbalaguleh
קאצקע ציקער: נאר פון דאהי...לאל.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2019 2:20 pm
דורך Maven1
I totally disagree with R' Arons comment.

I always knew that it was painful to all Satmar lovers that the Satmar Rebbe is the only one and yes the only one who went through the war with a beard.
Up until the internet there wasn't a place to vent the frustration about this.
This is great place to spew inner frustration anonymously and to distort history.
The dogs should keep barking!

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2019 7:38 pm
דורך רביה''ק זי''ע
פאלט דיר נישט ביי אז דו ביזט דער הונט גאר...

סאטמארע לאגיק...

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2019 11:24 pm
דורך רביה''ק זי''ע
בילד

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2019 10:46 am
דורך דולה ומשקה
ציוניסט, אגודיסט, רוצח, פושע, אפיקורס...

איך וויל נאר מאכן א קליינע באמערקונג, - דער ליובאוויטשער רבי איז נישט געווען קיין איינס פון די אויבערדערמאנטער קאטיגאריעס.
*
דער לב אהרן מסאטמאר האט געוויסט אלע יארן אז זיין טאטע האט נישט געהאט קיין בארד ביים קריג, און דאס איז שוין באשטעטיגט געווארען אין 'משה היה רועה', ער האט נישט גערעדט פון זיין טאטע דער ברך משה, ער האט גערעדט פון זיין פעטער. הער איבער די דרשה, און נעם נישט ארויס זיינע ווערטער פון קאנטעקסט. (טראמפ וואלט דאס אנגערופן "פעיק נויז"...)

נשלח: פרייטאג יוני 14, 2019 5:54 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דולה ומשקה האט געשריבן:דער לב אהרן מסאטמאר האט געוויסט אלע יארן אז זיין טאטע האט נישט געהאט קיין בארד ביים קריג, און דאס איז שוין באשטעטיגט געווארען אין 'משה היה רועה', ער האט נישט גערעדט פון זיין טאטע דער ברך משה, ער האט גערעדט פון זיין פעטער.

למעשה גערעדט, ווען צייגט די בארד אויף הלכה כמותו, און ווען צייגט עס אויף שגץ-אפיקורוס? און אין וועלכע קאטעגאריע גייט די ברך משה אריין?

נשלח: פרייטאג יוני 14, 2019 6:37 pm
דורך שמעון וואלף
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
דולה ומשקה האט געשריבן:דער לב אהרן מסאטמאר האט געוויסט אלע יארן אז זיין טאטע האט נישט געהאט קיין בארד ביים קריג, און דאס איז שוין באשטעטיגט געווארען אין 'משה היה רועה', ער האט נישט גערעדט פון זיין טאטע דער ברך משה, ער האט גערעדט פון זיין פעטער.

למעשה גערעדט, ווען צייגט די בארד אויף הלכה כמותו, און ווען צייגט עס אויף שגץ-אפיקורוס? און אין וועלכע קאטעגאריע גייט די ברך משה אריין?

טאקע נוגע למעשה? האסט מקדש געווען אן אשה על מנת?

נשלח: זונטאג יוני 16, 2019 1:51 am
דורך אישתישבי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
דולה ומשקה האט געשריבן:דער לב אהרן מסאטמאר האט געוויסט אלע יארן אז זיין טאטע האט נישט געהאט קיין בארד ביים קריג, און דאס איז שוין באשטעטיגט געווארען אין 'משה היה רועה', ער האט נישט גערעדט פון זיין טאטע דער ברך משה, ער האט גערעדט פון זיין פעטער.

למעשה גערעדט, ווען צייגט די בארד אויף הלכה כמותו, און ווען צייגט עס אויף שגץ-אפיקורוס? און אין וועלכע קאטעגאריע גייט די ברך משה אריין?


ווען איינער איז זיך מוסר נפש אויף דער בארד, כאטש עס איז קעגען די הלכה, איז הלכה כמותו.

ווען איינער האט א בארד, על אף ער איז געפארן קיין אמעריקא, איז עס מעשה שטן, און מען ברויך עס ראזירען, כאטש עס איז קעגען די הלכה.

ווען מען האט איינעם געצווינגען אפצוגאלען די בארד, איז ער א וואוילער איד, נעבעך, האט נישט געהאט קיין זכותים, און כאטש ער איז א גאון עולם, פסק'נט מען אבער נישט ווי אים, ווייל אונזער תורה שטעקט אין בארד.

נשלח: זונטאג יוני 16, 2019 8:36 am
דורך רביה''ק זי''ע
אישתישבי האט געשריבן:אונזער תורה שטעקט אין בארד.

פארוואס זאגט מען נישט הלכה כמותו אויפ'ן בית ישראל?

נשלח: זונטאג יוני 16, 2019 11:40 am
דורך וואלווי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:אונזער תורה שטעקט אין בארד.

פארוואס זאגט מען נישט הלכה כמותו אויפ'ן בית ישראל?


הלכה כמותו איז אויף מענטשען וואס גייען מיט א פעלץ און א זילבערנע שטיקל, פלארידא, וכ'ו

די ריכטיגע חברה...

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2019 12:27 am
דורך שמעון וואלף
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איז וואס טוט מען ווען דער הלכה כמותו אמרי אמת זאגט אז מ'זאל יא גיין וועלן, און די הלכה כמותו ויואל משה זאגט אז מ'זאל נישט גיין...

לכאורה וועט מען דארפן מעסטן ווער ס'האט געהאט א לענגערע בארד

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2019 2:15 am
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף: זיי האבן ביידע געהאט קליינע בערד...!

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2019 9:00 pm
דורך שמעון וואלף
berlbalaguleh האט געשריבן:שמעון וואלף: זיי האבן ביידע געהאט קליינע בערד...!

מ'ווייסמיר דאך אבער אז אי אפשר לצמצם.
מיט די היינטיגע טעכנאלאגיע איז זיכער דא א וועג צו מעסטן

נשלח: זונטאג יוני 23, 2019 11:00 am
דורך הייסע טיי
איך פארשטיי נישט

אןיף וועמענ'ס ווערטער מוטשעט מען זיך אזוי ארום..