בלאט 11 פון 12

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2018 1:30 am
דורך Gimpel
מען דארף מגדיר זיין דאס ווארט קנאות

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2018 1:33 am
דורך רביה''ק זי''ע
איך געדענק נישט די קאנטעקסט וואו די רב האט עס געזאגט, איך דארף עס נאכאמאל נאכקוקן און זיך נאכפרעגן ביי די יודעי דבר.

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2018 1:45 am
דורך Gimpel
עס איז דא א מעשה די קנאים האבן געשיקט פארן רב א ווייסע קאפטן און ער פלעגט עס טראגן ביים מצות באקן איז משמע ער האט זיי מכבד גיוון

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2018 1:56 am
דורך רביה''ק זי''ע
ער האט מכבד געווען יעדעם איינעם, ער איז געווען א שטיק גוטסקייט. בד"ו אויב געדענק איך גוט איז עס געווען א ירושלימע געלע קאפטן, און די טשאלמערס האבן איהם עס געברענגט און איהם געהייסן/געבעטן עס אנצוטון ווייל ס'איז די 'הייליגע ירושלימע לבוש'. האט די רב געזאגט אז ס'איז טאקע א הייליגע לבוש אבער איך האב עס נישט געזען ביים טאטן, אבער איין מאל א יאר האט ער עס אנגעטון אז די טשאלמערס זאלן זיך נישט פילן געטראפן אז ער מאכט זיי אינגאנצן אוועק.

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2018 2:20 am
דורך Gimpel
עס איז גיוון א ווייסע קאפטן וואס די ירושלים ער גייען די ערשטע נאכט פסח און ימים נוראים

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2018 4:27 am
דורך איך אויך
שמעון וואלף, טראכט אריין וויפיל אידיש בליט צרות יגון ואנחה עס האט געקאסט ביז מיר האבען זוכה געווען צו די 'נייס גיי' עפאכע ווי יעדער שעמט זיך מיט טערער, עכ''פ בגלוי. איך דארף דיר נישט פארציילן אז יארן לאנג איז אנגעגאנגן דעם 'סאטמאר איבער אלעם' טעראר אפאראט.

אלזא, זיכער אז לגבי די הייליגע רביס פערזענליך ווער זענען מיר יושבי ק''ש צו זאגן א ווארט דערקעגן. אבער לגבי זייערע מעשים פון שימפן,שעלטן און טעראראזירן הן כלפי שמיא והן כלפי ארעא יעדער וואס איז נישט מסכים לדעתם און גייט נישט אין שפאן, אבער נאך ווי דארפן מיר האמערן דערקעגן מיט אלע כוחות.

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2018 4:33 am
דורך איך אויך
גימפל, מען האט דיר שוין געענפערט אז די ווייסע קאפטן אין מוצא איז נישט געווען קיין תמימות'דיגע מתנה נאר ענדערש א סטעיטמענט 'אין ירושלים זענען מיר בעה''ב און מיר האבען ביז יעצט יעדעם מצליח געווען מכניע צו זיין'. און טאקע דערפאר האט בעלזער רב בחכמתו עס נישט אנגעטוהן אבער כדי נישט צו באליידיגן א איד האט ער מסכים געווען איינמאל א יאר, וכך נוהג ממשיך דרכו האדמו''ר מבעלזא שליט''א.

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2018 7:36 am
דורך איך אויך
איך פיהל אז איך מוז צולייגן: איך האב עטליכע מאל אליינס געהערט פון הרה''ח והדייקן ר' בערל שווארטץ הי''ו מוויליפעסט אז סאטמאר האט היבש פארדרייט דעם בילד וואס עס באמת פארגעגאנגען בחדרו פון הרה''ק מסאטמאר ז''ל.

ער האט זיך אין יענע יארן אסאך געדרייט דארטן און איז עטליכע יאר געווען א תורה שרייבער און זאגאר א קוויטל שרייבער ימים נוראים ווען יאסל האט געדארפט עקסטערע הילף.

יעצט, ער זאגט אז דער רבי איז אינעם טעגליכן הלוך ילך דייקא יא געווען א צוגלאזענע ווייכע מענטש, אויך ווייסט ער צו פארציילן אז ווען איינער האט גערעדט פערזענליך אקעגן דעם אמרי חיים לדוגמא האט דער רבי געקענט מאכן קולות אזש די ווענט האבען זיך געשאקלט.

אבער מה נא כי תלינו עלינו אז ר' בערל זאגט אז אין סאטמאר גופא לאזט מען עם נישט פארציילן דעם אמת. און אמאל ווען ער האט געשמיעסט מיט יונגעלייט אין ראדני היה כפסע בינו לבין מכות רצח כדרכם הטמאה.

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2018 9:28 am
דורך נקודת-אמת
Gimpel האט געשריבן:עס איז דא א מעשה די קנאים האבן געשיקט פארן רב א ווייסע קאפטן און ער פלעגט עס טראגן ביים מצות באקן איז משמע ער האט זיי מכבד גיוון

ידוע (איך וועל פראבירן טרעפן א מקור מוסמך)
אז ווען דער רב ז"ל איז אנגעקומען קיין ירושלים, האבן די נקיי הדעת ארויסגעקומען לקראתו און עם געזאגט
אז זיי ווילן זיך בייגן אונטערן מרות פון מרן-זצ"ל, אבער זיי האבן 2 תנאים,
1 ער זאל זיך אנטוהן די לבוש (וואס זיי האבן געהאט מיט געברענגט א מתנה פאר'ן רב)
2 ער זאל מיט גיין מיט די מערכה קעגן ציונים און די אגודה, ווי דער רוב אין עדה"ח האט באשלאסן,
דער רב האט גענומען די מתנה און האט זיי געענטפערט אז ער דארף קלערן וועגן דעם, און זיי זאלן צוריק-קומען שפעטער וועט ער זיי געבן א תשובה,
ווען זיי זענען צוריק צו איהם, האט ער זיי געפרעגט וואסארא-טעם האט אזא סארט מקבל-מרות-זיין ווען מ'פאדערט תנאים פונעם רב?
און האט זיך עפעס אויסגעדרוקט אז ער (דער רב-ז"ל) האלט נאך נישט אינגאנצן ביים מקבל מרות זיין פון זיי (די-ירושלים'ע נקיים מדעת...)
די ווייסען קאפטן האבן זיי איבערגעלזט פאר'ן רב, און ס'איז טאקע דא עפעס א בילד וואו מ'זעהט דעם רב אנגעטוהן מיט'ן קאפטן
(דאכט-זיך די בילד איז פון מצות באקן)

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2018 9:47 am
דורך יוסף יוזפא
נקודת-אמת האט געשריבן:

איך מיין אז קיין בילד איז נישטא דערפון.
די קאפטן ליגט כיום ביי די מאכניווקע רבי, און נאך א ווייסע קאפטן א נייער וואס די בעלזע רב ז"ל האט געקויפט און די שפעטעריגע יאהרן ליגם ביים בעלזע רב.

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2018 9:58 am
דורך איסר האטלקי
דער שפעטערדיגע ווייסע קאפטן האט דער רב ז''ל געקויפט?? איינער איז געקומען צו אים מיט א רעוואלווער ביים קאפ ער זאל עס אנטון אז נישט שיסט מען אים, למעשה האט מען יענעם אומשעדליך געמאכט, אבער מפני כבודו האט דער רב נישט געוואלט צוריקשיקן דעם קאפטן.

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2018 10:12 am
דורך איש חזון
(צו דען איז נישט געווען די מנהג אין בעלזא גופא צו גיין א ווייסע בעקיטשע ביי מצות באקן? דאכצעך מיך אז מהרי''ד איז געגאנגען דעמאלטס מיט א קאפטן פון ר''ר בער אדער משהו כזה)

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2018 10:23 am
דורך איש חזון
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
איש חזון האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ער איז נישט אריין אין אגודה ווייל ער האט געהאלטן אז ס'דארף זיין איינער פונדרויסן. אויב געדענק איך גוט שרייבט ר' איטשע מאיר אליין אז מהרי"ד האט איהם אזוי געזאגט.

בטח כוונתך למכתב האמרי אמת, בו כתב ששמע כן בשם מהרי''ד.

קען זיין. אויב קענסטו אהערברענגען דער בריוו וועל איך זען צי ס'איז טאקע דאס.

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=72

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2018 10:29 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
נקודת-אמת האט געשריבן:2 ער זאל מיט גיין מיט די מערכה קעגן ציונים און די אגודה, ווי דער רוב אין עדה"ח האט באשלאסן,

העי, ווילסט אנהייבען א נייעם דין ודברים דא אין שטיבעל? דער רוב איז גארנישט באשטעטיגט. עס איז אזא רוב ווי אין קאמיוניסטישע לענדער, אדער אין סאטמאר, ווי מ'האט געפסל'ט לינקס און רעכטס די רעכטען פון מענטשען צו וויילען. די 'קנאים' אין די עדה"ח האבען משתלט געווען בכח, נישט מיט רוב.

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2018 10:33 am
דורך רביה''ק זי''ע
איש חזון האט געשריבן:http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=72

זייער אינטערעסאנט, אבער ס'נישט דאס. איך רעד פון איינער דאכצעך מיר ר' איטשע מאיר אליין, וואס איז געווען ביים מהרי"ד און האט אויך גערעדט ביים זעלבן באזוך מיט מהר"א. פרלוב ברענגט אראפ שטיקלעך דערפון אין זיין בוך.

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2018 10:42 am
דורך רביה''ק זי''ע
בנוגע די ווייסע בעקישע. די היינטיגע רב גייט ביים מצות באקן מיט א ווייסע בעקישע, נישט קיין ירושלימע קיטל. די מחנובקער גייט מיט א געלע בעקישע וואס זעט אויס אז ס'פלעגט אמאל זיין ווייס, קען זיין אז ס'איז די ירושה פונעם רב.

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2018 12:56 pm
דורך יוסף יוזפא
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בנוגע די ווייסע בעקישע. די היינטיגע רב גייט ביים מצות באקן מיט א ווייסע בעקישע, נישט קיין ירושלימע קיטל. די מחנובקער גייט מיט א געלע בעקישע וואס זעט אויס אז ס'פלעגט אמאל זיין ווייס, קען זיין אז ס'איז די ירושה פונעם רב.

אזויווי איך האב געשריבן אויבן איז עס טאקע פונ'ם בעלזע רב ז"ל.
בעלזע רב שליט"א טוט אן א אייגענע ווייסע קאפטן, אבער בבית גנזיו ליגט אויך א ווייסע קאפטן פונ'ם בעלזע רב ז"ל חוץ פון די אנדערע בעקיטשע (אגב, עס איז שוין אויך געל גיווארן.)

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2018 1:09 pm
דורך רביה''ק זי''ע
יוסף יוזפא האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בנוגע די ווייסע בעקישע. די היינטיגע רב גייט ביים מצות באקן מיט א ווייסע בעקישע, נישט קיין ירושלימע קיטל. די מחנובקער גייט מיט א געלע בעקישע וואס זעט אויס אז ס'פלעגט אמאל זיין ווייס, קען זיין אז ס'איז די ירושה פונעם רב.

אזויווי איך האב געשריבן אויבן איז עס טאקע פונ'ם בעלזע רב ז"ל.

ס'האט אבער גארנישט מיט די מעשה, ס'איז נישט קיין ירושלימע קיטל, נאר א פשוטע בעקישע.

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2018 2:44 pm
דורך Gimpel
די הלטסט נישט אז די מעשה מיט די קנאים איז ריכטיג

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2018 7:35 pm
דורך רביה''ק זי''ע
מסתמא איז עס אמת, ס'מאכט אסאך סענס, און איך זעה נישט פארוואס נישט.

Re: פרשת בעלז תשמ"ב

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2018 8:03 pm
דורך קפה נמס
נקודת-אמת האט געשריבן:ידוע (איך וועל פראבירן טרעפן א מקור מוסמך)
אז ווען דער רב ז"ל איז אנגעקומען קיין ירושלים, האבן די נקיי הדעת ארויסגעקומען לקראתו און עם געזאגט
אז זיי ווילן זיך בייגן אונטערן מרות פון מרן-זצ"ל, אבער זיי האבן 2 תנאים,
1 ער זאל זיך אנטוהן די לבוש (וואס זיי האבן געהאט מיט געברענגט א מתנה פאר'ן רב)
2 ער זאל מיט גיין מיט די מערכה קעגן ציונים און די אגודה, ווי דער רוב אין עדה"ח האט באשלאסן,
דער רב האט גענומען די מתנה און האט זיי געענטפערט אז ער דארף קלערן וועגן דעם, און זיי זאלן צוריק-קומען שפעטער וועט ער זיי געבן א תשובה,
ווען זיי זענען צוריק צו איהם, האט ער זיי געפרעגט וואסארא-טעם האט אזא סארט מקבל-מרות-זיין ווען מ'פאדערט תנאים פונעם רב?
און האט זיך עפעס אויסגעדרוקט אז ער (דער רב-ז"ל) האלט נאך נישט אינגאנצן ביים מקבל מרות זיין פון זיי (די-ירושלים'ע נקיים מדעת...)
די ווייסען קאפטן האבן זיי איבערגעלזט פאר'ן רב, און ס'איז טאקע דא עפעס א בילד וואו מ'זעהט דעם רב אנגעטוהן מיט'ן קאפטן
(דאכט-זיך די בילד איז פון מצות באקן)

ענליך פארציילט מען אויף די בריסקער רב זצ"ל אז ער האט זיי געפרעגט פארוואס זיי ווילן אים אויפנעמען אלץ רב, האבן זיי געזאגט ווייל זיי דארפן א "דעת תורה". האט זיי בריסקער רב געזאגט מיין "דעת תורה" איז ענק נאר גוט ווילאנג ס'איז אין איינקלאנג מיט ענקער דעת, די רגע איך זאג איין זאך אנדערש ווי ענק איז אויס "דעת תורה"...

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2018 8:04 pm
דורך איך אויך
ופשוט הוא.

Re: פרשת בעלז תשמ"ב

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2018 8:09 pm
דורך קפה נמס
ס'הייסט אז די קנאים זענען אויך געווען בייז פארוואס בעלזער רב ז"ל איז נישט געקומען וואוינען אין ירושלים. ווי אויך אז ער האט גענוצט די שחיטה (און סידור קידושין) פון די ארטיגע רב פון רבנות אין תל אביב.