בלאט 11 פון 18
נשלח: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 10:39 am
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 11:06 am
דורך [NAMELESS]
ר׳ בערל אונזער בעל עגלה איז א שטיקעל תלמיד חכם אין א יודע ספר, אין איז ברייט באקאנט אין רמב״ם אין זיינע מפרשים סאיז דא אסאך וואס צו לערנען פון עם, אזא שטיקל רמב״ם וואס ער האט אונז געברענגט איז נישט געווען קיין גרויסע חידושים ווייל אפילו ווען דער רמב״ם זאל דאס נישט זאגען איז דאס אזוי וי גיזאגט עס שטייט צוישען די שורות אין ר׳ בערל האט צוגעטראפען פון צוישען די שורות אין ער איז דער בעל המימרא זעלבסט, אדער האט ער גאר געטראפען עפעס א אלטער כת״י פון די גניזה החרסונית וואס איז מתייחס צום רמב״ם, וי נישט וי איז דאס תורת אמת
היינט איז שוואכע דורות אין מפאדערט נישט אזוי שטארק צו לערנען פאשטיפטע רמב״ם׳ס סאיז געניג צו לערנען קאווע שטיבל דארט זענען דא אלע רמב״ם׳ס אין פארשידענע נייע חידושים פון מדרשים נעלמים אזוי וי כהאב שוין נעכטען צאמגעווארפען סאיז כדי צו נאכגיין די חידושים פון קאווע שטיבל אין אויף דעם איז נישט דא קיין תירוץ פארוואס נישט צו לערנען
נשלח: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 1:11 pm
דורך איחוד פעלד
וואס איז שלעכט אז ער האט זיך געטראפען מיט אחמאדינידזאד?
ר' מיכאל בער האט זיך אויך געטראפען מיט אייכמאן ימ"ש
נשלח: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 1:44 pm
דורך [NAMELESS]
איחוד פעלד האט געשריבן:וואס איז שלעכט אז ער האט זיך געטראפען מיט אחמאדינידזאד?
ר' מיכאל בער האט זיך אויך געטראפען מיט אייכמאן ימ"ש
איחוד פעלד, ויפיל יאר ביזסטו אלט?? די ביזסט טאקע אזוי ערנסט מיט דיין שאלה??
די פארשטייסט נישט קיין מה נשתנה??
די געדענגסט נישט וואס סאיז פארגעקומען אין די אידישע וועלט ווען דער קבוצה מטורפים זענען געקומען זיך צו טרעפען מיט שטן אחמדינג׳אד ימח שמו??
יעדער נארמאלער מענטש איז צוטרייסלט געווארען עד עמקי השיתין פון די נארישע אום אחריות׳דיגע אקט, זעהט אויס אז די האסט נישט מיטגהאלטען די מארעות הזמן אדער האסטו פארגעסען, איך האב נישט פארגעסען אין כוועל דאס קיינמאל נישט פארגעסען סאיז געווען א מוראדיגע חילול ה׳ אפילו די אומות העולם האבן גוט פארשטאנען אז די קבוצה אידלעך זענען טויט משוגע און אום אחריות׳דיג
אין באמת מאך זיך נישט אזא מין גולם סאיז באמת אריבער אלע גרעניצען פון נארמאלקייט
נאך א נקודה, ר׳ מיכאל בער איז געווען חכימא דיהודאי א מענטש משכמו ומעלה פיל מיט קלוגשאפט אין בעיקר זייער אחריות׳דיג אין אזא מענטש איז באמת גיגאנגען זיך טרעפען מיט אייכמאן ימח שמו אין נאמען פון גאנצען פאלק ועל הכלל כולו יצא, אבער רמ״ב איז נישט גיגאנגען זיך טרעפען מיט אייכמאן אויף זיך צו קישען מיט עם אין זיך פיקטשערען מיט עם אין געבען שטיצע לעיני כל העמים, רמ״ב האט גאנץ גיט געויסט מיט וועמען ער גייט צום טיש אין אז ער טרעפט זיך מיט א חיה רעה אין מלאך המוות בכבודו ובעצמו, ער איז נישט געקומען באצירט מיטן נאצישע סימבאל אזוי וי נטו״ק מיטן ארבישע שאל מיטן פיקטשער פון הר הבית אין זייער טמאנע מוטשעט אל אקצא
נטו״ק והעומד בראשם התנין הגדול הרובץ בתוך היאור זענען ווייט ווייט פון זיך פארמעסטען מיטן גדלות פון ר׳ מיכאל בער סאיז אפילו נישט כקוף בפני אדם נאר אסאך ווייניגער,
נאך א נקודה, נטו״ק שרייען אויף התגרות באומות, וואס איז דאס די גיפארעכץ קיין איראן זיך צו טרעפען מיט אחמדינג׳אד אויב נישט התגרות באומות?????
נשלח: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 11:27 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 10:23 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך בין נישט קליגער געווארען פון די תגובות.
פארוואס די האס? וועמען האבען זיי אפגעטוהן מיט זייערע נערישע מעשות? ווער איז געשעדיגט געווארען פון קושען דער נשיא פון איראן? אז די הרגשים פון געוויסע מענטשען זענען אויפגעברויזט מיינט נישט אז ס'איז עפעס געשען.
איך פארשטיי פארוואס דער איד האט געשריבען קעגען זיי. ס'איז אן אינערליכע געמיינדע מחלוקת, און אויך קען סאטמאר נישט דערהייבען דער ענין פון א grassroots באוועגונג. דער רבי זכיסעיגייני האט עס אויך נישט דערהייבט און האט כמה פעמים אנגעזאגט פאר ר' עמרם'ן אז זיי מוזען אויפנעמען אן אוטאריטעט. אבער פאר דער וואס ליידט נישט פון די מחלות (און למעשה ווער איז דער אוטאריטעט אויף ק"ש?) דארף זיך נישט אזוי צו טוהן מאכען.
און למעשה, דער אכמאדינעדזשאד, מיט א מבט לאחור, איז גארנישט אזוי שעדליך ווי מ'מיינט. ער האט געפלאפעלט און געפלוידערט, געסטראשעט און געשימפט, אבער למעשה איז ער געווען א גרויסע רעדענער. ער האט כמעט אזוי פיל וויי געטוהן פאר'ן ציוניסטישע קראפט ווי די נטורי קרתא זעלבסט.
איך געדענק גוט וואס איז געשען בשעת'ן קושען אכמאדינעדזשאד. מ'האט דעמאלס געשריגען אין ביהמ"ד און איך האב דעמאלס אויך נישט פארשטאנען. איך האב זיך כמעט געמוזט גט'ן וועגען דעם ווען אין מיין שווער'ס שטוב האט מען זיך געטענה'ט דערוועגען. מיין שווער האט פארשטאנען וואס איך זאג אבער מיין שוויגער האט זיך אזוי גערעגט אז איהר מאמע האט איהר געמוזט בארו'איגען. (זיי האבען עפעס א מחותנשאפט מיט איינער פון די חברה, ממילא איז עס פערזענלעך)
נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 11:26 pm
דורך [NAMELESS]
כהאב א לאנגע צייט אריינגעקלערט צו איך זאל דיר מסביר זיין, אדער לאזן די זאך לויפען אין סאיז שוין גענוג אין איבער געניג
כהאב געזהן דיינע לעצטע שורות וי די שרייבסט אז די האסט זיך כמעט געמוזט געט׳ן צוליב דעם וואס די האסט אויפגעקלערט דיין שווער אין מהאט געדארפט בארוהיגען דיין שויגער אין סאיז געווארען ליהודים היתה אורה
כהאב אביסל מורא אז אויב איך וועל דיר בעסער מסביר זיין דעם עניין מיט א טיפערען בליק אין די וועסט דאס גוט ארויסהאבען, איז ערשט יעצט גייט ווערען לעבעדיג צוישען דיך אין דיין שויגער, פאר דעם צוועק בעט איך רשות אין איך זאג דיך אן פון פארהויס אז סאיז גארנישט אזוי פשוט וי די מיינסט אין זיי האבן געשעדיגט באופן אישי פאר יעדער איינצלער יוד אין די גאנצע וועלט אריינגערעכנט אונז ביידע ווארט צו אפאר טאג איך וועל צוגרייטען א קלארען הסבר מיט א ניכטערען טיפען בליק וואס וועט זיין לתועלת הכלל
אין די וועסט זיך איבערצייגען אז כאהב נישט קיין שום עניין באופן אישי צו פארברענען שעות פון גיסען אש וגפרית אויף די נארישע מענטשען אוהבי ישמעאל אין שונאי ישראל, נישט דאס איז מיין ציהל אין לעבען כהאב בעסער וואס צו טהון מיט מיין צייט נאר איך פיל אז לתועלת הכלל וואס כאפן נישט פונקט וואס דא גייט פאר אין די סכנה וואס שוועבט אויף אידן אין די גאנצע וועלט צוליב די טפשים איז נאך אלץ אין פאקט מיז איך יא שרייבען וואס איך האלט אין סאיז גוט צו ויסען אין געדענקען את אשר עשה לך... אין בעיקר אריינלייגען טיף אין הארץ
קבל את האמת ממי שאמרו, אין געדענק גוט וואס איך זאג דיך אז צום סוף וועסטו זעהן די אמת אין אז כהאב געשריבען אן קיין הייגענע אינטרעסען נאר מיט פיל ווייטאג אויפן מצב אין מתוך אחריותת פאר יידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם זאלען ח״ו נישט געשעדיגט ווערען פון די פושעי ישראל וואס רופען זיך....
איך ויל נישט ארויסזאגען זייער נאמען עס איבלט מיר צו שרייבען די צוויי ווערטער ״נטורי קרטא״
נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 11:41 pm
דורך ישראל קאפקע
מיר ווארטן בכליון עינים, איך פאנג שוין און צו נעמען גרויסע דאזעס מעקסי העלטה וויטאמינען, און שנדרן שווערע סכומים צו כולל חצות, זוכה צו זיין פארשטיין אפס קצהו פון דיין טיפזיניגע הסברה,
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 7:07 am
דורך [NAMELESS]
הרב קאפקע,
צום געזונט זאל דיר זיין, האנדל זיך איין מעקסי העלט ווייטאמינ׳ס אין B-12, טייל געלט פאר כולל חצות אין כולל בוקר, אינצווישען כאפ א טיפען בליק אין הבית היהודי פון משה דער בער זכותו יגן על אחמדינג׳אד ועל עראפאת וזכות שלשתם יגן עליך זאלסט זוכה זיין צו לייגען אביסל קאפ אין אביסל הארץ אין אזוי פארשטיין די טיפע מהלכים וואס מיר שמועסן דא אויס.
שכל קויפט מען נישט אין גראסרי, אין סופר 13 לעבען שומרי שבת איז דאס אויך נישט דא צו באקומען פאר קיין געלט, די בעסטע וועג איז צו בעטען אין קלאפען אויף שערי רחמים ביי אתה חוננתנו
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 7:49 am
דורך ישראל קאפקע
אתא קלילא האט געשריבן:הרב קאפקע,
צום געזונט זאל דיר זיין, האנדל זיך איין מעקסי העלט ווייטאמינ׳ס אין B-12, טייל געלט פאר כולל חצות אין כולל בוקר, אינצווישען כאפ א טיפען בליק אין הבית היהודי פון משה דער בער זכותו יגן על אחמדינג׳אד ועל עראפאת וזכות שלשתם יגן עליך זאלסט זוכה זיין צו לייגען אביסל קאפ אין אביסל הארץ אין אזוי פארשטיין די טיפע מהלכים וואס מיר שמועסן דא אויס.
שכל קויפט מען נישט אין גראסרי, אין סופר 13 לעבען שומרי שבת איז דאס אויך נישט דא צו באקומען פאר קיין געלט, די בעסטע וועג איז צו בעטען אין קלאפען אויף שערי רחמים ביי אתה חוננתנו
ר' אתא קלילא קענסטו שוין געבן דיין טיפזיניגע הסבר?
כבין שוין באלד באנקראט פון שפענדן אויף מעקסי העלטה, און כהאב שוין באלד א ווייטעמין טאקסיסיטי,
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 8:38 am
דורך [NAMELESS]
ר׳ ישראל׳טשע קאפקע,
איך וינטש דיך אן צפרא טבא, שפענד ווייניגער געלט אויף מעקסי העלט אין לייג זיי אריין אויף אי ביי אדער אמזון,
כולל חצות איז אויך נאר בדרך סגולה , אלעס שיינע מעשיות אויף מוצאי שבת, איך גאראנטיר דיך די בעסטע עצה, סאיז דא א תפילה אתה חונן
אין דער אתה חונן איז נישט באנקרט.
אגב אז די שפאצירסט אריין אין די שמונה עשרה האב אין זינען ביי ולמלשינים אויך די אפיקורסים פון איראן אין די וואס פארען דארטן זיך קושען מיט זיי זכותם יגון עליכם
נשלח: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 12:34 am
דורך petergrifin
רבותי נאך אביסל פון די גרויס חכמה דא און מײן אײ קיו גײט אראפּ צו די סינגעל דיזשעטס.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 3:10 am
דורך [NAMELESS]
נשלח: זונטאג אוגוסט 17, 2014 10:52 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: זונטאג אוגוסט 17, 2014 10:58 pm
דורך [NAMELESS]
כ׳ווייס פון דעם אין כהאב געויסט פון דעם, סאיז יענע וואך ערשינען א בילד פון א מייזל קריכט ארויס פון א טונעל אין ס׳שטייט דארט ״אללה הוא עכבר״, דאכט זיך מיר אז אויך דא און ק״ש איז ערשינען דעם בילד אויב כ׳טרעף דאס וועל איך שיקן א לינק צו דארט
אגב, כהאב נישט פארגעסען פון דעם אשכול וואס איז אביסל איינגעדרימלט,
מלייגט אריין כוחות אין א פרישע ארטיקעל אין די נעקסטע תקופה
נשלח: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 6:46 am
דורך [NAMELESS]
viewtopic.php?f=10&t=417&start=1950לאו חורא גנב אלא עכברא גנב - אללה הוא ע-כ-ב-ר-!!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 6:26 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מיר ווארטען און ווארטען און ווארטען, און ר' אתא קלילא האלט נאך אלס נישט זיין ווארט. כנראה איז ער טאקע אן אתא קלילא דלית בה מששתא.
וואס האט נטו"ק שוין געטוהן און וועמען האבען זיי געשעדיגט?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 6:44 pm
דורך ווייט פיש
וועם?
@אתא קלילא
נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:48 pm
דורך [NAMELESS]
ר׳ ליטוואק פון בודפעסט שליט״א,
גיב נאר א בליק אין דעם נייער אשכול וואס האט זיך געעפנט ״די סיבה פון אנטיסמיסיזאם״ וואס איך שרייב דארט,
כהאב אפגעמאכט א שטיקל סיס פייער אויך דארט, איך ווארט פשוט צו זעהן וואס דער עולם שרייבט אין גרויסען,
סאיז עכט אינטרעסנט צו זעהן, הערן אין ליינען נאך א דיעה פון דעם צווייטען צד אויך,
איך גיי נאך מיט שפאן די משמרות וואס טוישען זיך אין פראביר צו לערנען פשט אין זייער ווערטער אן אוועקצומאכען בהינף יד,
ביז דערווייל האט נאך קיין איינער נישט געטוישט מיין מהלך, אין כהאב נאך אסאך אסאך וואס צו שרייבען ועוד חזון למועד
איך שפרינג שוין צוריק
און צום וידער אום זעהן טאקע אין יענעם אשכול לכאורה.
נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 7:41 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
און צו שרייבען א לינק ביסטו אויך צו קארג?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 6:40 am
דורך [NAMELESS]
https://www.google.com/search?q=%D7%90% ... ent=safariא שטיקעל ויכוח צוישען הרב אמנון יצחק אין א נטו״ק מיטגליד
העכט אינטרעסנט!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 1:14 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 1:23 pm
דורך [NAMELESS]
צוליב זיין חטא פון וועלען עפענען א הייגענע פארטיי אין כנסת וואס דורך דען וועט ער מחזיר בתשובה זיין יאיר לפיד...