בלאט 11 פון 13

נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2023 6:13 pm
דורך וואלווי
ליימדארפער האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:די געדאנק פון דעם אשכול ע"פ טשורטשיל...

• "It is a good thing for an uneducated man to read books of quotations."
ווינסטאן טשורטשיל איז געווען קלוגער ווי דעם, צו שיסן אזא נארישע שפריכווארט.
נישט געזאגט געווארן פאר דיר צו פארשטיין. ער האט גערעדט צום uneducated man...

נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2023 6:25 pm
דורך וואלווי
ליימדארפער האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:די געדאנק פון דעם אשכול ע"פ טשורטשיל...

• "It is a good thing for an uneducated man to read books of quotations."
ווינסטאן טשורטשיל איז געווען קלוגער ווי דעם, צו שיסן אזא נארישע שפריכווארט.
נישט נאר ס'איז נישט נער'יש נאר ער מיינט זיך אויך.

מראה מקום ככתבו ולשונו:

It is a good thing for an uneducated man to read books of quotations
. Bartlett's Familiar Quotations is an admirable work, and I studied it intently. The quotations when engraved upon the memory give you good thoughts. They also make you anxious to read the authors and look for more.

Sir Winston Churchill
Roving Commission: My Early Life, 1930, Chapter 9

נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2023 6:43 pm
דורך ליימדארפער
סאטמארער רב ר' יואליש האט זיך אמאל אויסגעדרוקט; מזל האב איך, אז מיינע גבאים ווייסן גענוי וועלכע אויסדרוקן איך זאג אין שטוב, וואס יא ארויסצוגעבן און וואס נישט...

מעגליך טשערטשיל האט דאס געזאגט אין א צעשאקעלטע מינוט נאך א גלעזל שארפע געטראנק, און ווער ווייסט וואס נאך. ווייל כ'מיין אז קיינער פארשטייט נישט די באדייט דערפון.

נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2023 6:47 pm
דורך וואלווי
ליימדארפער האט געשריבן:סאטמארער רב ר' יואליש האט זיך אמאל אויסגעדרוקט; מזל האב איך, אז מיינע גבאים ווייסן גענוי וועלכע אויסדרוקן איך זאג אין שטוב, וואס יא ארויסצוגעבן און וואס נישט...

מעגליך טשערטשיל האט דאס געזאגט אין א צעשאקעלטע מינוט נאך א גלעזל שארפע געטראנק, און ווער ווייסט וואס נאך. ווייל כ'מיין אז קיינער פארשטייט נישט די באדייט דערפון.
לייען נאך אמאל איבער פאר מגיב זיין. ער האט דאס געשריבן און זיין בוך, כנ"ל..

נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2023 7:00 pm
דורך מתבודד
צו מסביר זיין טשוירטשל'ס ווארט אין חסידות, מ'זעט צומאל א בחור אן עובד וואס קאכט אין א ווארט פון 'תורת אבות' וכדו', ער שלעפט עס מיט זיך אין בליקט אריין דערין ווען ער דארף אביסל חיזוק (= ערנערזשי). ווערט ער אבער עלטער זיצט ער אטליכע שעה א טאג/וואך אויף טיפע מאמרי חב"ד און דאס באגלייט אים פארן טאג ודוק.

שכח @וואלווי פארן צוברענגן.

נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2023 7:05 pm
דורך וואלווי
מתבודד האט געשריבן:צו מסביר זיין טשוירטשל'ס ווארט אין חסידות, מ'זעט צומאל א בחור אן עובד וואס קאכט אין א ווארט פון 'תורת אבות' וכדו', ער שלעפט עס מיט זיך אין בליקט אריין דערין ווען ער דארף אביסל חיזוק (= ערנערזשי). ווערט ער אבער עלטער זיצט ער אטליכע שעה א טאג/וואך אויף טיפע מאמרי חב"ד און דאס באגלייט אים פארן טאג ודוק.

שכח @וואלווי פארן צוברענגן.
בראשי"ת נמי מאמ"ר הוא....

נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2023 7:49 pm
דורך berlbalaguleh
2 גוטע ווערטלעך. נאר ס'קומט בעסער אויס אין ענגליש...!

1) Definition of an intellectual: One educated beyond his intelligence...!
(Heard on talk radio.)

2)What's the difference between a consumption recorder and an autographing author?

The former reads the meters. The latter meets the readers.
(A contemporary sage and philosopher.)
(One more by the same sage and philosopher:)

Things (in life) never turn out to be as good as we hoped or as bad as we feared...!

נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2023 8:55 pm
דורך ליימדארפער
די ענין פון 'האומר דבר בשם אמרו' - גייט אן ביי א גוי אויך?
אז מ'זאגט נאך א ווארט פון א גוי איז עס אויך מביא גאולה לעולם?

נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2023 9:27 pm
דורך berlbalaguleh
ליימדארפער: דאס איז א קאנציזע, אדער רעטארישע שאלה?!

נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2023 9:31 pm
דורך berlbalaguleh
Why did the procrastinators' convention never happen?
Because they kept on procrastinating...!

נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2023 9:38 pm
דורך [NAMELESS]
ליימדארפער האט געשריבן:די ענין פון 'האומר דבר בשם אמרו' - גייט אן ביי א גוי אויך?
אז מ'זאגט נאך א ווארט פון א גוי איז עס אויך מביא גאולה לעולם?
א ווארט פון א גוי ווייס איך נישט, מ'זאגט פאר א גוי יא...
אמר רבי אלעזר א"ר חנינא כל האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם שנאמר ותאמר אסתר למלך בשם מרדכי (מגילה ט"ו)

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 2:09 pm
דורך דיכטער
דער וועלט איז פונקט פארקערט, קינדער דארפן שפילן און ערוואקענע - לערנען...

ווארט נישט פאר קיין סיבה צו זיין פרייליך נאר פאר א געלעגענהייט עס ארויס צו ווייזן

א גוטע פלאן ווערט אויסגערעכנט קוקענדיג אויפן עתיד ווי ווייט אינעם עבר

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 4:27 pm
דורך ליימדארפער
דיכטער האט געשריבן:דער וועלט איז פונקט פארקערט, קינדער דארפן שפילן און ערוואקענע - לערנען...

ווארט נישט פאר קיין סיבה צו זיין פרייליך נאר פאר א געלעגענהייט עס ארויס צו ווייזן

א גוטע פלאן ווערט אויסגערעכנט קוקענדיג אויפן עתיד ווי ווייט אינעם עבר
זיי האבן בעלי מימרא, אדער ס'איז אייערע אייגענע רעיונות.

Re: קלוגע אויסדרוקען

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 4:32 pm
דורך דיכטער
פרעגסט גוט. למאי נ"מ?

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 4:35 pm
דורך ליימדארפער
ס'איז מיר [כ'גלייב פאר אנדערע אויך] אינטערעסאנט צו וויסן, א בעל המימרא ווער ס'איז; ווייל ס'שיינט ארויס פון א ווארט, וועלכע ווערדע עס האט זיין מהלך המחשבה.

און כ'וועל דיר אגב מגלה זיין, אז ווען איך וויל וויסן אויף א ביכל פון א באקאנטער שרייבער וכדו', וואס זיין מהלך איז, דאן קוק איך זיינע אויסדרוקן ערשט, אויב ס'איז פארהאנען.

Re: קלוגע אויסדרוקען

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 4:38 pm
דורך דיכטער
אויב אזוי האב איך ערענסט מורא מגלה צו זיין ווער עס איז דער זאגער.
ס'העט דיך נאך דאכטן אז עס דאכט זיך דעם דיכטער צו דאכטן, דיכטעריי...

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 5:02 pm
דורך [NAMELESS]
קוק נישט אויפן קריגעל, נאר וואס ס'איז אין אים. חז"ל

Re: קלוגע אויסדרוקען

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 5:27 pm
דורך צוזאמגעדרייט
איך גלייב דיך נישט אז דו גלייבסט…

דער גוטץ-זאגער בארעדט צומאל דאס מערסטע.

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 7:47 pm
דורך berlbalaguleh
ליימדארפער האט געשריבן:
דיכטער האט געשריבן:דער וועלט איז פונקט פארקערט, קינדער דארפן שפילן און ערוואקענע - לערנען...

ווארט נישט פאר קיין סיבה צו זיין פרייליך נאר פאר א געלעגענהייט עס ארויס צו ווייזן

א גוטע פלאן ווערט אויסגערעכנט קוקענדיג אויפן עתיד ווי ווייט אינעם עבר
זיי האבן בעלי מימרא, אדער ס'איז אייערע אייגענע רעיונות.
ליימדארפער: ווען ס'איז אייגענע ווערטלעך וועט איהר עס נישט אננעמען. און ווען ס'האט א בעל מימרא איז עס יא גוט?!

מהאי טעמא האביך געשריבן אויף (א טייל פון) מיינע ווערטלעך בשם א פילאזאף וואס לעבט בימינו...לאל.

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 8:32 pm
דורך ליימדארפער
ווייסטע וואס.
איך שרייב יא מיינע אייגענע צוויי אויסדרוקן וואס ס'מיר איינגעפאלן לעצטענס.

ווי מער מיר ווערן אויסגעלייזט בכמות, ווערן מיר פארשווארצט באיכות.

פון אסאך קושען, האט מען זיך שפעטער אזוי פיינד.

Re: קלוגע אויסדרוקען

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 9:14 pm
דורך צוזאמגעדרייט
ליימדארפער האט געשריבן: פון אסאך קושען, האט מען זיך שפעטער אזוי פיינד.
וואָס'עפעס?

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 9:34 pm
דורך וואלווי
צוזאמגעדרייט האט געשריבן: דער גוטץ-זאגער בארעדט צומאל דאס מערסטע.
מתוך שבחו אתה בא לגנותו
בבלי

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 9:39 pm
דורך וואלווי
א מענטש דארף אייביג האבן איין ווינקל ווי דארט קען ער איבערלעבן די וועלט