בלאט 11 פון 16

נשלח: פרייטאג פעברואר 21, 2020 9:03 am
דורך בר בי רב
ברכות מט

נשלח: פרייטאג פעברואר 21, 2020 3:33 pm
דורך בר בי רב
רבי אבא אומר
מ'ווייסט עפעס נישט פון א תנא רבי אבא, אזא איינער וואס קען עס נאך מאכן אין א ברייתא. דער גליון זאגט ס'איז רב, אבער רב חננאל אמר רב זאגט דאך פארקערט.

א תימה ווי מ'קען חולק זיין צו טוב והמטיב איז דאורייתא צו דרבנן. מ'רעדט דא דור חמישי לתנאים, אבא יוסי בן דוסתאי איז בזמן רבי. דאס הייסט ארום א יובל יארן נאכן שמד. פלעגט מען זאגן אמאל ברכה רביעית אדער נישט.
רש"י זאגט, ומברכת הארץ היא. וואס מיינט עס צוזאגן?

נשלח: פרייטאג פעברואר 21, 2020 3:39 pm
דורך בר בי רב
תוס טענה'ט נישטא אזא פלאץ צופים. איי ס'דאך יא דא, און די כותבי עתיקות שרייבן דערוועגן. קשיא.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 22, 2020 9:29 pm
דורך בר בי רב
ברכות נ

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2020 1:18 am
דורך בר בי רב
רבה תוספאה, אין זימון למפרע
צוויי קענען נאך אלץ מאכן זימון אפילו ווען איינער האט שוין אפגעבענטשט. צו איז דאס ווייל דער יחיד האט נאך אלץ א חובת זימון אויף זיך במילא איז דא דריי, נאר דער יחיד, כאטש וואס ער מאכט זימון געט עס אים אליינס גארנישט צו. אדער איז דער יחיד פקע חובת זימון מיניה מיט זיין בענטשן, און נאר די צוויי פארבלייבן מיט א חובת זימון אבער קענען מצרף זיין דער דריטן ווייל סוכ"ס האט ער געגעסן און מ'קען זאגן נברך.

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2020 1:19 am
דורך בר בי רב
ס'דא א מחלוקות רש"י ותוס טאמער מ'מעג ווארפן פת אויף אן אופן ווי ס'ווערט נישט פאר'מיאוס'ט. תוס האלט אז שאר אוכלים איז אסור נאר במידי דמאיס אבער פת קיינמאל. און אזוי איז משמע לשון הסוגיא. אזוי אויך איז משמע פון די חתן כלה ברייתא אז גלוסקאות איז אסור אלעמאל. רש"י איז אבער מפרש דוקא אז ס'ווערט מאיס.
לגבי שימוש בפת בדליכא מאיס, דא איז מימרא דשמואל אז מותר. א שאלה צו שאר אוכלים איז דא אויך מער קולא. אפילו רבינו חננאל וואס פסקנט נישט ווי שמואל, אפשר בשאר אוכלין מודה. א ראיה פון די ברייתא ממשיכין יין בצינורות, א שימוש שלא לצורך אכילה.

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2020 1:20 am
דורך בר בי רב
כ'האב געזען אמאל א שמועס איבער מיזוג יין. ער שרייבט אז 14% אלקאהאל איז מאקסימום וואס וויין גייט אן ברענען. אין אנדערע ווערטער, וויין קען נישט זיין צופיל שטארקער פון אונזערע וויינען, זיכער נישט דריי מאל שטארקער.
אין די קלאסישע וועלט האבן מען נישט געטרונקען וויין אן מיזוג. אז מ'האט געוואלט א שלונג וואסער האט מען אויסגעמישט איינס צו צוואנציג וויין בערך. די אלקאהאל רייניגט די וואסער פון שעדליכע באצילן. אז מ'האט געוואלט טרונקען וויין, איז מיזוג איינס צו דריי אדער פיר. איינער וואס טרונקט וויין "רוי" איז געווען אדער אן אומציוויליזירטע בארבאר אדער א שיכור.

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2020 10:24 am
דורך בר בי רב
ברכות נא

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2020 9:53 pm
דורך בר בי רב
וואס איז פשט מ'מאכט נישט קיין ברכה אויף כוס של פורענות / כוס שני. מ'טרונקט אנע ברכה, טאמער ער וויל דוקא?

Re: דף יומי

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2020 10:51 pm
דורך יעלה ויבא
בר בי רב האט געשריבן:וואס איז פשט מ'מאכט נישט קיין ברכה אויף כוס של פורענות / כוס שני. מ'טרונקט אנע ברכה, טאמער ער וויל דוקא?
מען רעדט פון בענטשן.

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2020 7:24 am
דורך בר בי רב
ברכות נב

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2020 7:26 am
דורך בר בי רב
יעלה ויבא האט געשריבן:
בר בי רב האט געשריבן:וואס איז פשט מ'מאכט נישט קיין ברכה אויף כוס של פורענות / כוס שני. מ'טרונקט אנע ברכה, טאמער ער וויל דוקא?
מען רעדט פון בענטשן.

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

העלף מיר ארויס דא. דאס הייסט, טאמער איינער האט צוויי כוסות נאכן סעודה, זאל ער נישט אויסטרינקען איינס און בענטשען אויפן צווייטן?

Re: דף יומי

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2020 7:28 am
דורך יעלה ויבא
בר בי רב האט געשריבן:
יעלה ויבא האט געשריבן:
בר בי רב האט געשריבן:וואס איז פשט מ'מאכט נישט קיין ברכה אויף כוס של פורענות / כוס שני. מ'טרונקט אנע ברכה, טאמער ער וויל דוקא?
מען רעדט פון בענטשן.

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

העלף מיר ארויס דא. דאס הייסט, טאמער איינער האט צוויי כוסות נאכן סעודה, זאל ער נישט אויסטרינקען איינס און בענטשען אויפן צווייטן?
Exactly.
טאמער האט ער נאר צוויי, זאל ער בענטשן אויף די ערשטע.

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2020 10:16 pm
דורך בר בי רב
תוס ורבי יהושע
וא"ת פארוואס ברכת המזון איז קודם מזון און דערנאך יין, אנדערש ווי ביי קידוש.
וואס איז די קשיא, ס'אידאך נישט שייך די טעמים אז יין זאל זיין קודם. יין איז לאו דוקא מער תדיר ווי ברכת המזון, און איז נישט גורם למזון שתאמר.

נשלח: מאנטאג פעברואר 24, 2020 10:17 pm
דורך בר בי רב
ס'דא א גאנצע שמועס אין די פוסקים איבער זיך וואשן פאר אדער נאך קידוש, תלוי אין די סוגיא אין ערבי פסחים. די גאנצע ב"ה דא מוזגים את הכוס ואח"כ נוטלים לידים איז עפעס א צווייט ראנגיגע הלכה. ס'דא מנהגים לכתחילה צו מאכן נטילה פאר קידוש.
אזוי איז אויך דער ברייתא אויך דף מג, כיצד סדר הסבה, קודם נטילה און נאכדעם כוס.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2020 7:24 am
דורך בר בי רב
ברכות נג

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2020 8:21 pm
דורך בר בי רב
פארוואס נר נכרי הייסט לא שבת בעבירה?  א נכרי איז נישט מצווה אויף שבת. וויאזוי איז עס ערגער פון נר חולה?

תוספות זאגט חדא גזירה היא, דאי לא קיימא הא, לא קיימא הא. עמוד ראשון זאגט רש"י, מיד עם חשיכה. ס'א שטארקע מילתא דלא שכיחא אז פונקט די רגע  פונעם זמן זאל מען כאפן דעם מאורי האש. פאר די כמעט אוממעגליכע פאל אסר'ט מען אלע נרות של נכרי?

בתינוק אימר איקרי ונקיט
ממ"נ, אויב איז דא גענוג צייט פונעם זמן, אפילו גדול נמי. טאמער נישט איז עס דאך נישט נר ששבת.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2020 8:22 pm
דורך בר בי רב
נר של מת, ותיפוק ליה מת אסור בהנאה.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2020 8:23 pm
דורך בר בי רב
דעמיא ואזלא
פארוואס ענטפערט נישט די גמרא שלהבת ולא משתשמש לאורה מיינט א נר שלא לצורך אור, ווי נר של מת, של ביהכ"נ, של תנור וכו

אדבי אדא דיילא. אינטערעסאנט וואו די אלע פלעצער זענען. די עורכי התלמוד, מינימום הונדערט פופציג יאר נאך רב יהודה, ערווארטן דער לערנער צו וויסן וואס די הייזער זענען אין מחוזא צו ארום נהרדעא? און וואו רב יהודה הויז איז געווען, און אביי'ס?

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2020 8:24 pm
דורך בר בי רב
זיוא זילא וזוהמאי
ס'מורא'דיג די נעמען דא. אפילו רנב"י מאכט חוזק. וואס, כ'האב נאך די נעמען קיינמאל נישט געהערט.
אית דמפרשי, א תנא וועלכער איז באקאנט נאר פאר די איינע הלכה ושמו פלאי. מ'רופט אים דער זוהמאי רבי, דער וואס האט געזאגט א הלכה אין זוהמא.

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2020 7:28 am
דורך בר בי רב
ברכות נד

Re: דף יומי

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2020 7:38 am
דורך יעלה ויבא
בר בי רב האט געשריבן:פארוואס נר נכרי הייסט לא שבת בעבירה?  א נכרי איז נישט מצווה אויף שבת. וויאזוי איז עס ערגער פון נר חולה?

תוספות זאגט חדא גזירה היא, דאי לא קיימא הא, לא קיימא הא. עמוד ראשון זאגט רש"י, מיד עם חשיכה. ס'א שטארקע מילתא דלא שכיחא אז פונקט די רגע  פונעם זמן זאל מען כאפן דעם מאורי האש. פאר די כמעט אוממעגליכע פאל אסר'ט מען אלע נרות של נכרי?

בתינוק אימר איקרי ונקיט
ממ"נ, אויב איז דא גענוג צייט פונעם זמן, אפילו גדול נמי. טאמער נישט איז עס דאך נישט נר ששבת.

וועגן דעם דארף מען בודק זיין צי ס'איז א יוד' אדער א גוי.

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2020 9:06 am

אפילו ס'איז א אידיש קינד, קען זיין באיסור. ס'מוז זיין באיסור טאמער איז נישט געווען גענונג צייט. טאמער איז יא געווען צייט קען דאך זיין א גדול אויכעט.