בלאט 11 פון 20

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 7:09 pm
דורך שמואל הלוי
א גוטע עצה, יישר כחכם.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 7:11 pm
דורך געפילטע פיש
געדענק נאר אז גוגל קען נאר זען די אשכולות וואס זענען אפען צום פאבליק.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 10:19 pm
דורך שמעקעדיג
זר זהב האט געשריבן:קען מען טאקע נישט האבן מער פון 200 הודעות אינעם מעיל באקס? איך דארף כסדר מעקן און מעקן צו קענען זעהן פרישע הודעות.


גם אני מצטרף!
איך באקום היבש אביסל הודעות אין אישי, רוב דערפון וויל איך סעיוון אויף שפעטער, ווייל זיי האבן נוצבארע ידיעות וואס איך קען וועלן שפעטער איבערזעהן.
איך האב שוין געמוזט מעקן עטליכע מאל, און פארלוירן איין וויכטיגע אישית וואס איך האב געזוכט.

וואס טוט איר דערמיט?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 10:42 pm
דורך געפילטע פיש
קודם כל קענסטו דאונלאודען די מעסעדזשעס צו א פייל, אויך קענסטו פארמעקן אסאך הודעות אן פארלירן גארנישט, למשל האסט געהאט א שמיעס מיט איינעם צען הודעות אהין און צוריק, קענסטו פארמעקן די ערשטע ניין און נאר לאזן די לעצטע, וועסטו זען די גאנצע סטרינג פון הודעות אין די לעצטע מעסעדזש.

אבער גם אני מצטרף, היינטיגע צייטן ווען מ'איז צוגעוואונט צו ג'י-מעיל, ווי מ'דארף קיינמאל נישט מעקן, אז אויב ס'איז נישט צו שווער, און מ'דארף נישט צוצאלן פאר נאך ספעיס, אויב מ'קען העכערן דעם לימיט פון הודעות.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 11:41 pm
דורך גבאי שני
מיר האבן געטאפלט דעם סכום פון הודעות פרטית וועלכע קענען געהאלטן ווערן צו 400.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 11:59 pm
דורך געפילטע פיש
וואו!!! אין מילים.
די הנהלה פארפעלט נישט קיין אפערטיוניטי אונז צו איבערראשן מיט זייער איבערגעגעבנקייט, זאל דער אייבישטער זיי העלפן בכל מילי דמיטב, מיט א כתיבה וחתימה טובה, שנה שיתברכו מעשי ידיהם, שנה שיפוצו מעיינתם ושטיבל'תם חוצה.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 9:42 am
דורך לעמיל
מיי פלעשאר זאגטס נאר וואס עינק ווילען און מ'וועט פראבורען עס צו צשטעלען

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 12:49 pm
דורך נפתלי
געפילטע פיש האט געשריבן:היינטיגע צייטן ווען מ'איז צוגעוואונט צו ג'י-מעיל, ווי מ'דארף קיינמאל נישט מעקן,

אין דזשימעיל דארף מען יא מעקן

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 12:50 pm
דורך זר זהב
נפתלי האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:היינטיגע צייטן ווען מ'איז צוגעוואונט צו ג'י-מעיל, ווי מ'דארף קיינמאל נישט מעקן,

אין דזשימעיל דארף מען יא מעקן

נישט יעדע וואך

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 12:53 pm
דורך יאנקל
עס שיינט אז איך בין געפערליך אויסגעשפילט פון דער חבריא דא. אין דער צייט וואס דער עולם באקלאגט זיך דא אז זיי האלטן אין איין מעקן כדי זיך צו קענען האלטן צו 200 פריוואטע הודעות, ווייזט מיין פריוואטער קעסטל אז איך האב בלויז 73 פריוואטע הודעות - און איך האב קיינמאל נישט געמעקט. :(

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 12:55 pm
דורך נפתלי
יאנקל איך שיק דיר שוין 20 הודעות ס'איבריגע וועט זיין נאך יו"ט

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 1:25 pm
דורך שמעקעדיג
יאנקל, נעם עס אן ווי א קאמפלימענט. בבחי' כי לא מחשבותי מחשבותיכם.

דיינע אויסערגעווענליכע וויסנשאפטליכע ארטיקלען, הויכע וואקאבולאר, און ידיעות אין היסטאריע, בוכער, מחברי ספרים, סייענס, און נאך פארשידענס איז מיט א שטאפל העכער ווי רוב לייענערס דא, און טרעפן דעריבער נישט קיין געמיינזאמע שפראך מיט דיר......

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 1:32 pm
דורך לעמיל
שמעקעדיג דיין מהלך פון טראכטען געפעלט מיך אייביג טראכסטו אויף די גיטע זייט

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 7:44 pm
דורך נולד מאוחר
איז מאחורי ספעשל געמאכט מ'זאל נישט קענען אריינלייגען א בילד, אדער דער פראבלעם איז מיט מיין בילד?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 8:07 pm
דורך געפילטע פיש
ס'האט א פילטער וואס לאזט נישט אריינלייגן מקומות המכוסים... ;)

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 8:33 pm
דורך שמעקעדיג
הא הא :P

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 10:57 pm
דורך נולד מאוחר
ווערט נישט עקסייטעד ס'איז סתם טעקסט.
כבאב געמאכט א בילד פונעם דיסקלעמער אויף די ענוועלאפ פינעם עת לאהוב.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 12:20 am
דורך נולד מאוחר
יעצט זע איך סהאט גארנישט מיט מאחורי. עס גייט נישט דא אויך נישט. עס געט מיר דעם מעסעדזש ''דאס בילד קען מין נישט צילייגן''
וואס פשט?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 1:20 am
דורך געפילטע פיש
אפשר איז די פייל צו גרויס, טריי טייני-פיק.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 3:03 pm
דורך נולד מאוחר
געפילטע פיש האט געשריבן:אפשר איז די פייל צו גרויס, טריי טייני-פיק.

שכוח.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 12:31 pm
דורך גוטזאגער
איך שלאג פאר אז מען זאל מאכען א מסכים קנעפל אדער שטימען קנעפיל נעבן די לייק הענטעל ווייל אסאך מאל שטימט מען נישט צי צו יענעמס פוינט אבער עס איז זייער שיין אראפגעשריבען, און צומאל קען זיין די מעשה פארקערט... 

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 12:59 pm
דורך געפילטע פיש
אויך א WTG קנעפל (What The Gegenom), און א Rolling eyes קנעפל אויך, ס'זאל שוין זיין.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 2:07 pm
דורך גוטזאגער
אויב עס שטערט דער נישט טו א גמ"ח און זיי מסביר וואס דיינע פארגשלאגענע קנעפליך מיינען