בלאט 11 פון 14

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 19, 2020 7:32 pm
דורך מה בכך
אזוי צו אזוי, די טורנהיים גלויביגע זענען למעשה די געווינער, ווייל טראמפ האט עניוועי געווינען אין הימל ....

לחיים

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 19, 2020 7:34 pm
דורך מה בכך
ניו יארק טיימס באריכטעט אז סידני פאועל צוזאמען מיט מייקל פלין האבן זיך געטראפן מיט פרעזידענט טראמפ אינעם אוועל אפיס, און טראמפ האט דיסקוסירט די אפציע פון שטעלן פאועל אלס א ספעשל קאונסיל צו אויספארשן די וואלן.

לחיים

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 19, 2020 7:39 pm
דורך מה בכך
ברעיקינג: א באריכט איז ארויס געקומען פון א סופרים קארט געהילף אז די סיבה פארוואס די סופרים קארט האט אפגעווארפן די טעקסעס אנקלאגעס אנטקעגן געוויסע סווינג-סטעיטס איז וויבאלד זיי האבן מורא געהאט פון ראיאטן אויב פרעזידענט טראמפ געווינט די פרעזידענטשאפט.

לחיים

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 19, 2020 8:50 pm
דורך תרמב
דאס הייסט אז עס עקזיסטירט שוין מער נישט קיין זשאסטיס אין אמעריקא ווייל מ’האט מורא פון א פאר ציווילדעוועטע לינקע טעראריסטן.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 19, 2020 10:59 pm
דורך קוויטעל
מה בכך האט געשריבן:צי אלע טורנהיים גלויביגע
סאיז שוין זאת חנוכה ....
דשאסט סעינג ....

לחיים

בדרך צחות
אויב יאנעווער די זעקסטע איז די אפציעלע קומענדיגע דאטום פאר גוטע שינוים, דאן איז דאך דער רוסישע ניטל, ממילא שלאג איך פאר;
אז מעגליך טורנהיים האט א צווייטע זאת חנוכה ווי די רוסן...

נשלח: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 4:37 am
דורך מה בכך
תרמב האט געשריבן:דאס הייסט אז עס עקזיסטירט שוין מער נישט קיין זשאסטיס אין אמעריקא ווייל מ’האט מורא פון א פאר ציווילדעוועטע לינקע טעראריסטן.

זעקלי
האסט עס ארויס .

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 8:46 pm
דורך yn.NY
טראמפ אויף טוויטער איז צוריק פריש מיט'ן אלטע fulton county קעמרעס.
https://twitter.com/realDonaldTrump/sta ... 57121?s=20

דאס קינד גיבט נישט אויף!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 23, 2020 11:16 pm
דורך מה בכך
טראמפ האט היינט געפּאַרדענט דעם מחותן ר׳ חנן קושנער, דער פאטער פונעם באליבטן איידעם יואל חיים...

לחיים

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 9:39 am
דורך קוויטעל
מה בכך האט געשריבן:טראמפ האט היינט געפּאַרדענט דעם מחותן ר׳ חנן קושנער, דער פאטער פונעם באליבטן איידעם יואל חיים...

לחיים

פארוואס האט ער געווארט ביז היינט, און נישט פיר יאר צוריק?

[איז דער מחותן נאך געווען שולדיג נדן?...]

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 11:13 am
דורך מפיל קינד
קושנער איז נישט געזעצן יעצט, ער איז שוין באפרייט צען יאר זיכער. נאר יעצט האט ער אפגעווישט זיינע פלעקן.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2020 12:20 am
דורך מה בכך
די סופרים קארט האט ארויסגעלייגט א דאטום פון צוויי טאג נאך יאנואר 20, וואס דעמאלטס וועט ביידען ווערן איינגעשוואוירען, אז ביז דעמאלטס דארף פענסעלוועניע ענטפערן אויף א טראמפ אנקלאגע איבער די וואלן...

דעמאלטס וועט עס די סופרים קארט ווארשיינליך ארויסווארפן ווייל עס איז שוין סייווי דערנאך...

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2020 3:01 am
דורך תרומה
https://www.youtube.com/watch?v=VriLfMenDWY
והוא אומר ממקורות שלו, שעוד יש תקוה מלאה

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 25, 2020 3:02 am
דורך איתן
מעניין

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 29, 2020 3:27 pm
דורך מה בכך
האטעלן אין וואשינגטאן די.סי. שפארן מיסטריעז אפ און זאגן אפ אלע באשטעלטע רעזערוואציעס אום יאנואר 4, 5, און 6.

ס'איז גארנישט מיסטעריעז, ס'איז פשוט אין ליכט פון די מאסיווע טראמפ ראלי וואס איז געפלאנט דארט יאנואר 6.

לחיים

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 29, 2020 7:10 pm
דורך קוויטעל
איר קאנט העברעאיש? הערט עהם אויס...

https://www.youtube.com/watch?v=SNC79X18jQk

נשלח: מיטוואך יאנואר 06, 2021 11:58 pm
דורך כפתור
ס'איז שאקינג ווי ווייניג כלל ישראל קימערט זיך מיט אזא איינעם ווי טראמפ וואס פרובירט בשט נפש צו גנבענען די עלעקשאנס. ווייסן זיי נישט אז היינט גנבט ער און מארגן גנבעט עס דיין שונא? זענען אונז שוין נמאס געווארן פון דעמאקראטיע?
זעמער אזוי צוחושט אז אונז ווייסן שוין נישט קיין חילוק פון אמת און ליגענט?
אפשר קומט אונז נישט קיין דעמאקראטיע.

אפשר בענקען מיר נאך די פריץ פון די מעשה ביכלעך, און מיר ווילן צוריק גיין צו יענע צייט ווען מ'האט געדארפט זיך חנפענען צום האר אז ער זאל אונז לאזן לעבן.
און בכלל, די טענות און טיפשות וואס איך הער די לעצטע פאר יאר פון די אזוי גערופענע עם חכם ונבון, געמישט ליגיונות און קרומקייט אז ס'איז נישט צום גלייבן. פון ווי נעמט זיך אזא מוחין דקטנות? אסאך מאל טראכט איך צו מיר אז איך דערקען נישט רוב פון כלל ישראל. ווען עס קומט צו פאליטיק, בין איך נישט מיט זיי אויף איין פעידזש.

איך קען נישט ציילן וויפיל מאל כ'האב געהערט פון עפעס א טיפש גדול ווי ער שטעלט צאם טראמפ מיט אמונה, כאילו גלייבן אין טראמפ האט א דירעקטע שייכות מיט אונזער אמונה.
איך טראכט, אפשר איז דאס א תוצאה פון פארענטפערן אויף אלע קרומקייט וואס מ'זעהט, צי פון די אייגענע קהילה אדער פארטיי, און מ'זאגט אז דאס איז תורה און הייליג. אמת איז געווארן רעלעטיוו און נישט מחייב. דאס האט ווייטע קאנסווענצן, און מ'זעהט די פירות פון אזא חינוך

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 12:24 am
דורך קורקלענד
ס'נישט נאר כלל ישראל ס'איז אמווייניגסטנס פיר און זיבעציג מיליאן וויילער. אדער רוב רבו פון אמעריקאנער בירגער. פון וועם מ'האט בשט נפש גע'גנב'ט און זיי פרובירן עס צו ראטעווען.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 12:59 am
דורך תרמב
א אינטערסאנטע וועג פון ראטעווען.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 1:59 am
דורך קורקלענד
איינער פון די פילע אינטערסאנטע וועגן וואס מאנכע פרובירן.

פאני אז ווען די לינקע האבן זיך אזוי געפירט זענט עטס אלע געווען שטיל און איינגעמאכט.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 3:33 am
דורך קוויטעל
כ'וויל פשוט ארויסזאגן מיין אנטוישונג;
פענס וואס איז אנגעקומען אהין 'נאר' פונעם פרייע בחירה פון טראמפ, האט בוגד געווען אין עהם. אבער טעד קרוז, וואס איז פיר יאר צוריק געווען ללעג ולקלס פון טראמפ, ביים זיך אנפערן אויפ'ן פאדיום - ער שטייט עהם צו די רעכטע האנט??? אתמהה

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 4:33 am
דורך מה בכך
ברעיקינג: קאנגרעס האט סערטיפייד די עלעקטארעל קאלעדזש שטימען.

דאס טוט פאראויסרוקן דזשאו ביידען צו זיין דער 46-סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן.

#טורנהיים אלערט

לחיים

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 8:42 am
דורך תרמב
קוויטעל האט געשריבן:כ'וויל פשוט ארויסזאגן מיין אנטוישונג;
פענס וואס איז אנגעקומען אהין 'נאר' פונעם פרייע בחירה פון טראמפ, האט בוגד געווען אין עהם. אבער טעד קרוז, וואס איז פיר יאר צוריק געווען ללעג ולקלס פון טראמפ, ביים זיך אנפערן אויפ'ן פאדיום - ער שטייט עהם צו די רעכטע האנט??? אתמהה

לכאורה האט טעד קרוז גרויסצוגיגע פלענער און ער וויל טראמפ’ס הילף, און פענס האט שוין ווארשיינדלעך אויפגעגעבן אויף א געלויף פאר פרעזידענט.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 9:47 am
דורך קורקלענד
קרוז האט זיך שטארק ארויסגעשטעלט אין א קאמף וואס ער האט געוויסט אז ער גייט גארנישט אויפטאן. וואלט ער געהאט אפי' די מינדעסטע שאנס אויפצוטוהן וואלט ער ניטאמאל פרובירט.