בלאט 11 פון 23
נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 8:51 pm
דורך לאליפאפ
פארוואס? האט געשריבן:וואס יעדן מאל וואס איך שרייב זיך ארויס פון קאווע שטיבל, קומט ארויף:
ארויסשרייבן [פארוואס?].
א נייע משוגעת, איך דארף זיי פונקטליך שרייבן פארוואס איך וויל זיך ארויסשרייבן.
עלאעל... קוקט נישט אויס ווי עניבאדי כאפט...
נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 9:06 pm
דורך איך אויך
ביסט נישט דער איינציגסטער וואס כאפט..
נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 9:20 pm
דורך חולם
וואס האלט שוין פאר יאר נאכן חתונה און געזאגט ביז היינט ביים בענטשן הרחמן הוא יברך את אבי מורי בעל הבית הזה. היינט האב איך אויפגעפאסט אז איך דארף זאגן הרחמן ...אותי ואת אשתי. אין בענטשערל שטייט ''ואם סמוך על שלחנ עצמו יאמר הרחמן הוא יברך אותי (ואבי ואמי) ואת אשתי ואת זרעי", און וואס זאגט מען אויב מ'איז נישט אינדערהיים ? איך בין צומישט אינגאנצן, אזא חולם בין איך?
נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 10:56 pm
דורך its me
ביים מצוה טאנץ האט דער בדחן מיר מעורר געווען איבער דעם. אן דעם וואלט איך נאך היינט געזאגט ווי אמאל.
נשלח: מאנטאג מערץ 17, 2014 11:03 pm
דורך שמעקעדיג
מיר האט אויך א פעטער מעורר געווען ביים חתונה... אמת'דיג געטריי, די חברה...
נאכן חתונה האב איך געפרינט א נוסח פארן ווייב, ואת בעלי.
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 1:33 am
דורך געפילטע פיש
...וואס יעדע מאל איך זע
דעם אשכול קוק איך אויב ס'אפשר נישט אין מאחורי?
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 1:40 am
דורך שטילע אינגערמאן
וואס האט דער פורים געהאט א טשעק'בוק אנגעטרונקען, אין איך זעה אז כ'האב געטיילט איבער 60 טשעקס (חוץ פון דער אנגעגרייטע קעש) ?
איך ציטער ארויף צו לאגן צו טשעיס,
ווי זעה איך א וועג ארויס?
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 1:48 am
דורך its me
Tizke L'mitzvos
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 1:49 am
דורך sefish
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:ווי זעה איך א וועג ארויס?
דזשאסט הער אויף דמיינ'ן והכל על מקומו יבא בשלום....
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 1:50 am
דורך מאטי
וואס טראכט אסאך מאל, אז די גאנצע וועלט האט עפעס א סוד צווישן זיך וואס נאר איך ווייס נישט.
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 1:53 am
דורך געפילטע פיש
מאטי, ס'בעסער אז דו ווייסט נישט, גלייב מיר אויפן ווארט.
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 2:05 am
דורך שטילע אינגערמאן
sefish האט געשריבן:שטילע אינגערמאן האט געשריבן:ווי זעה איך א וועג ארויס?
דזשאסט הער אויף דמיינ'ן והכל על מקומו יבא בשלום....
בחורל טייערע, ווען די גייסט חתונה האבן אין זיין א אינגערמאן גייסטו אויך האבן א טשעקבוק,
וועסט זעהן אז ס'איז גארנישט קיין דמיון גייסט אין ריל לייף האבן א טשעקבוק,
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 2:40 am
דורך sefish
א טשעקבוק יא, איך רעד פון דיין אנדערע העלפט מעשה
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 6:18 am
דורך לאליפאפ
[tag]sefish[/tag] דיין טוטער טשעפעט דיר... האסט געמיינט ער'ז א שטילע יונגערמאן
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 8:52 am
דורך קאווע טרינקער
וואס האט פארגעסען צו געבן מחצית השקל?
מ'קען נאך?
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 9:03 am
דורך משולם שטיינפעלד
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:וואס האט דער פורים געהאט א טשעק'בוק אנגעטרונקען, אין איך זעה אז כ'האב געטיילט איבער 60 טשעקס (חוץ פון דער אנגעגרייטע קעש) ?
איך ציטער ארויף צו לאגן צו טשעיס,
ווי זעה איך א וועג ארויס?
שעפעלע טייערע, א טשעק ביכל האט נישט קיין זעכציג טשעקס, עס קומט בערך דרייסיג צו פערציג טשעקס אין די קליינע ביכלעך
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 9:37 am
דורך שטילע אינגערמאן
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:שטילע אינגערמאן האט געשריבן:וואס האט דער פורים געהאט א טשעק'בוק אנגעטרונקען, אין איך זעה אז כ'האב געטיילט איבער 60 טשעקס (חוץ פון דער אנגעגרייטע קעש) ?
איך ציטער ארויף צו לאגן צו טשעיס,
ווי זעה איך א וועג ארויס?
שעפעלע טייערע, א טשעק ביכל האט נישט קיין זעכציג טשעקס, עס קומט בערך דרייסיג צו פערציג טשעקס אין די קליינע ביכלעך
לעמעלע טייערע, וואס פאלט דיך אן כ'האב די קליינע? אפשר האב איך די גרויסע ביכער? דארט קומט אפאר הונדרעט שטיק,
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 11:58 am
דורך איך אויך
שטילע ידידי ,שיק מיר אויך א טשעקעלע און איך וועל זאגן פאר יעדעם איינעם אז דיין מעשה איז אמת ,דיעל?
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 12:26 am
דורך קליגער אינגערמאן
קאווע טרינקער האט געשריבן:וואס האט פארגעסען צו געבן מחצית השקל?
מ'קען נאך?
[tag]קאווע טרינקער[/tag] אויב קומסטו אויף מיט עפעס אן הוראה, לאז וויסן ווייל איך האב אויך פארגעסען... דערווייל ארבייט איך נאך אויף וועים ארויפצילייגען דעם שילד..
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 12:33 am
דורך גנדי
קאווע טרינקער האט געשריבן:וואס האט פארגעסען צו געבן מחצית השקל?
מ'קען נאך?
איך אויך.
איך בין נוהג אלע יארן צו געבן מחצית השקל פורים צופרי.
ספעיציעל דאס יאר איז מיר נישט געפאלען צו געבן דאנערשטאג תענית אסתר ביי מנחה. וואס האט דאס מיט די תענית.
פורים צופרי האב איך געזוכט א טעלער אויף אלע בלעמערס אין איך האב נישט געטראפן.
אינמיטן פורים האב איך זיך דערשראקען ׳כופר נפש׳. אבער איך האב זיך בארואיגט אז מען ציילט נישט היינט מיין משפחה.
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 12:44 am
דורך מצטמק ויפה
קאווע טרינקער האט געשריבן:וואס האט פארגעסען צו געבן מחצית השקל?
מ'קען נאך?
אוודאי קען מען נאך, עס האט בעצם גארנישט מיט תענית אסתר, עס איז א זכר צו די מחצית השקל, וואס מען פלעגט געבן חודש אדר בזמן שבית המקדש היה קיים.
און די סיבה פארוואס מען געט עס דווקא תענית אסתר איז ווייל עס זאל זיין א כפרה מיטן תענית, אבער עס האט מיט תענית אסתר גארנישט איינגעלייגט, עס האט מיט חודש אדר.
אגב איז דא וואס פירען זיך צו געבן מחצית השקל פורים צופרי פאר קריאת המגילה.
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 7:42 am
דורך איש עברי
וואס האט פיינט צו געבן מחצית השקל [אפשר ווייל ס'דערמאנט פון כפרות שלאגן]
נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 7:52 am
דורך איש עברי
וואס קען קוים ווארטן אויף די דריטע וועלט מלחמה