בן ישי האט געשריבן: ↑
ס'איז דא גענוג וואס זענען אין געגנט, די פראבלעם איז אז זיי מוזן פארן צו די סטאנציע מיט א בלויע לייט, אנטוהן די קליידער, ווארטן ביז די טראק איז איז אנגעפילט... מצילי אש שיקט מעמבערס גלייך טוהן וואס מ'קען ווען ס'נאך קליין.
מצילי אש זאגט אז זיי האבן 40 מעמבערס. (אויף די בילדער פון זייער טרענירונג זעט מען מערסטענס 10)
אבער לאמיר זאגן זיי האבן 40.
זיי פליען נישט מיט קיין לייטס און סירענעס - עט ליעסט נאכנישט איצט, און עס איז אומלעגאל פאר זיי.
און זיי זאגן אז זיי קומען אן צו א סצענע ביז צוויי-דריי מינוט.
זאג דו מיר, איז עס מעגליך אנצוקומען צו א סצענע אין מאנסי אין דריי מינוט אן לייטס פאר א גרופע פון 40 אינגעלייט.
הצלה וואס איז אן ארגאניזאציע מיט מסתם איבער צוויי הונדערט וואלונטירן און אויסגעשפרייט איבעראל, און זיי פליען מיט לייטס און עס נעמט מסתם צוויי-דריי מינוט פאר רעספאנס, אויסער אויב איינער איז ממש ביים פלאץ פון די קאלל ווען עס קומט אריין.