בלאט 11 פון 110

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 3:30 pm
דורך [NAMELESS]
בד"ה. א שרעק

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 3:32 pm
דורך שעפטל
בד"ה.
זי האט נעבעך געליטן אויף יענע מעשה רח"ל

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 3:42 pm
דורך קליגער איד
ווי גיייט זי ליגן ?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 3:45 pm
דורך שעפטל
די לוי' גייט פארקומען מארגן דאנערשטאג 9:00 פארנט פון ביהמ"ד גאלאנטא אויף הויז סט. אין וויליאמסבורג
זי גייט ליגן אין לאנג איילענד

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 3:49 pm
דורך שמעקעדיג
פחד פחדים.
דוכט זיך זי האט שוין חתונה געמאכט אלע קינדער?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 3:55 pm
דורך קלאר
אוי וויי

פארוואס איז די לוי' הערשט מארגען

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 4:34 pm
דורך לעמיל
מ'ווארט אויף די ברידער פון גאלאנטע רבי האדמו"ר מבארשטין וואס איז און לאנדאן יעצט

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 4:39 pm
דורך קלאר
לעמיל האט געשריבן:מ'ווארט אויף די ברידער פון גאלאנטע רבי האדמו"ר מבארשטין וואס איז און לאנדאן יעצט

מ'ווארט אויף א שוואגער פין די נפטרת?
נישט געהערט אזא זאך אז מ'זאל אויפהאלטן א לוי' מיט א טאג וועגן א שוואגער

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 5:07 pm
דורך שמעקעדיג
זעהט אויס אז גרויסע רבי'ס האבן אנדערע הלכות.
אפשר איז עס בנוסף צוליב דעם שטורעם.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 5:36 pm
דורך גאלד
איך קלער אזוי, דער גאלאנטער איז לכאורה פון די אנגעזעהנסטע רבנים אין וומ"ב,
ער איז טאקע פון די קנאישע טיפ סאטמאריש געשטימט,
אבער ער האט א שטארקע הערצה ביי יעדעם,
ער איז שטארק אריינגעטאן אין אלע סארט רבנישע אקטיוויטעטן,
ווי למשל כשרות, יהדות, גיטין וכדומה,
איך פאנטאזיר ווען ס'וואלט געווען אזא מין זאך ווי א וומ"ס שטאטס רב אזוי ווי אין לאנדאן אדער אנטווערפן,
וואלט ער לכאורה געווען א שטארקע קאנדידאט,

איך טראכט נאר הויך...

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 5:43 pm
דורך שמעקעדיג
און פארגעס נישט, אין די זעלבע צייט א רבי.

ער פירט הערליכע טישן, פראוועט פראכטיגע ימים טובים,
א גרויסער ת"ח אין אסאך מקצועות,
ביי די אסיפה פון מציצה בפה איז ער געווען דער ראש המדברים.

אקעי, יעצט גייט מען מספיד זיין די רעבעצין, נישט דעם רבי'ן, ביז 120...

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 9:06 pm
דורך מים חיים
ווען מען איז מספיד א רעביצין רעדט מען וועגן די מאן, אשת חבר כחבר. אבער דער מאן דארף זיין א חבר.... זו איז געשטאנען צו די רעכטע האנט, צוגעהאלפן בעבודת הקודש...


גאלאנטא רבנות קומט פונעם שווער?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 6:47 am
דורך אוהב ספרים
זי קומט לקבורה אין לאנג איילנד וואס דארט קען מען נישט מקבר זיין נאך 4 נאכמיטאג, ממילא דארף מען מאכען די לויה הערשט היינט אינדערפרי
כמדומני אז דער בורשטינער רבי האט געדארפט פארען קיין לאנדאן מיטוואך נאכט

אכן ווי פריער ערווענט מען ווארט נישט אויף קיין שוואגער עס איז שלא על פי הלכה

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 11:00 am
דורך גאלד
מים חיים האט געשריבן:ווען מען איז מספיד א רעביצין רעדט מען וועגן די מאן, אשת חבר כחבר. אבער דער מאן דארף זיין א חבר.... זו איז געשטאנען צו די רעכטע האנט, צוגעהאלפן בעבודת הקודש...


גאלאנטא רבנות קומט פונעם שווער?


דער נאמען "גאלאנטא" קומט פונעם שווער,
אבער דאס "רבנות" איז אינגאנצן א יוחס עצמו,
זיין שווער איז נישט געווען קיין רב,
ער רופט זיך "גאלאנטא" ווייל דער נאמען איז געווען עוועלעבל,
ער איז א זידיטשוב'ער אייניקל און איז זיך נוהג במנהגי זידיטשוב,

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 11:38 am
דורך outspoken
גאלד האט געשריבן:
מים חיים האט געשריבן:ווען מען איז מספיד א רעביצין רעדט מען וועגן די מאן, אשת חבר כחבר. אבער דער מאן דארף זיין א חבר.... זו איז געשטאנען צו די רעכטע האנט, צוגעהאלפן בעבודת הקודש...


גאלאנטא רבנות קומט פונעם שווער?


דער נאמען "גאלאנטא" קומט פונעם שווער,
[url=null]אבער דאס "רבנות" איז אינגאנצן א יוחס עצמו,
זיין שווער איז נישט געווען קיין רב,
ער רופט זיך "גאלאנטא" ווייל דער נאמען איז געווען עוועלעבל,[/url]
ער איז א זידיטשוב'ער אייניקל און איז זיך נוהג במנהגי זידיטשוב,


נישט ממש אזוי, זיין שווער איז געווען א זון גאלאנטע רב ז''ל וואס איז געווען פון די גרעסטע רבנים אין אונגעען פאר די קריג, ער האט געהאט דא אסאך תלמידים, און ווען ער האט זיך גערופן ''גאלאנטא'' האט ער באקימען שטארקע הערצה פון זיי.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 12:04 pm
דורך גאלד
יא יא גערעכט, דער גאלאנטער רב ר' יהושע בוקסבוים זצ"ל הי"ד איז געווען א אדם גדול בענקים,
געפירט א הערליכע ישיבה, א מורא'דיגער מגיד, מעורר געווען אידן צו תשובה להפליא מיט בכיות,
גע'שטאמט פון אשכניזשע תלמידי חת"ס, אבער נוהג בחסידות, אזא גאטונג ווי דער ערוגת הבושם,
נישטא וואס צו רעדן, דער היינטיגער גאלאנטער רב שליט"א מיט זיין גרויסע יחוס עצמו,
איז באמת לו יאה ולו נאה צו טראגן דעם נאמען "גאלאנטא" לתפארת אבותיו,

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 1:08 pm
דורך שעפטל
אין לאנג איילענד קען מען נישט לייגן נאך 4:30. ס'איז שוין געווען צו שפעט נעכטן

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 2:04 pm
דורך ווייס ווי שניי
איז אמת אז זי איז געוואר געווארן אז זי ליידט אויף יענע מחלה ערשט פאריגע וואך דורך א צופאל?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 3:47 pm
דורך ניו יארק
זי ליידט שוין אויף די מחלה פאר צוויי יאר ה"י

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 4:34 pm
דורך שמואל הלוי
נוי יארק האט געשריבן:זי ליידט שוין אויף די מחלה פאר צוויי יאר ה"י

"זי ליידט שוין" אדער "זי האט געליטן"?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 4:42 pm
דורך a1b2
שמואל הלוי האט געשריבן:
נוי יארק האט געשריבן:זי ליידט שוין אויף די מחלה פאר צוויי יאר ה"י

"זי ליידט שוין" אדער "זי האט געליטן"?

די האט געליטען אין א שטיק צייט צוריק איז עס שטארק צוריקגעקומען

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 4:43 pm
דורך ניו יארק
שמואל הלוי האט געשריבן:
נוי יארק האט געשריבן:זי ליידט שוין אויף די מחלה פאר צוויי יאר ה"י

"זי ליידט שוין" אדער "זי האט געליטן"?

אמת, זי האט געליטן

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 5:03 pm
דורך אבי גערעדט
בד"ה מרת הינדא גאלדשטיין אשת הרה"ח ר' דוד ע"ה מחשובי חסידי סאטמאר (91)