בלאט 11 פון 12
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
נשלח: מיטוואך יולי 24, 2024 12:50 am
דורך אשרי העם
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
נשלח: זונטאג יולי 28, 2024 12:36 pm
דורך calculator
זו תורה?
זעלבע רבי וואו אלע אנדערע (פיקטשערס, בעקיטשעס, ביקור גומלין) אלע יארן געהאקט אויף אלע רבי'ס. האט א פנים ווי ר' מאטיל זילבער אלע יארן געהאקט אויף אלע רבי'ס ביז ער האט געטראפן איין נער וואס איז געווען גרייט אים גרויס צו מאכן
נאכאמזל רבי שמעי גרינבוים איז שוין געגאנגען, איז אראפ אין היסטאריע אלס תלמוד חכם.
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
נשלח: זונטאג יולי 28, 2024 1:29 pm
דורך איך אויך
אפיציעל בלעימט מען די אייניקלעך.
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
נשלח: זונטאג יולי 28, 2024 7:06 pm
דורך נ נח
מתוך לשמה בא שלא לשמה
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
נשלח: זונטאג יולי 28, 2024 8:08 pm
דורך פארווע חסיד
calculator האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 28, 2024 12:36 pm
זו תורה?
פוי, זעלבע עקעלדיגע רבי וואו אלע אנדערע (פיקטשערס, בעקיטשעס, ביקור גומלין) אלע יארן געהאקט אויף אלע רבי'ס. האט א פנים ווי ר' מאטיל זילבער אלע יארן געהאקט אויף אלע רבי'ס ביז ער האט געטראפן איין נער וואס איז געווען גרייט אים גרויס צו מאכן
נאכאמזל רבי שמעי גרינבוים איז שוין געגאנגען, איז אראפ אין היסטאריע אלס תלמוד חכם.
א משהו חילוק צווישן זיי.
קום צוריק ווען ר' מוטל טוט זיך אן א ווייסע בעקיטשע, אדער נאר א בלויע בעקיטשע, אפילו בלויז נאר ווייסע זאקן, דעמאלטס וועט דער משל זיין דומה לנמשל.
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
נשלח: זונטאג יולי 28, 2024 9:08 pm
דורך יום טוב ליפמאן צונז
איך אויך האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 28, 2024 1:29 pm
אפיציעל בלעימט מען די אייניקלעך.
זיי דארפן מאכן פרנסה
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
נשלח: זונטאג יולי 28, 2024 11:16 pm
דורך [NAMELESS]
פארווע חסיד האט געשריבן: ↑
א משהו חילוק צווישן זיי.
קום צוריק ווען ר' מוטל טוט זיך אן א ווייסע בעקיטשע, אדער נאר א בלויע בעקיטשע, אפילו בלויז נאר ווייסע זאקן, דעמאלטס וועט דער משל זיין דומה לנמשל.
ר' מוטל איז מער אויף די פוילישע-רוסישע דרך, וואו מ'גייט נישט [היינטיגע צייטן] קיין קאלירטע בעקיטשעס, ווייסע זאקן וכו' וכו'. אבער מיט אלעם אנדערש פראוועט ער געהעריג רבי'סטווע, והדברים ידועים ופשוטים.
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
נשלח: זונטאג יולי 28, 2024 11:34 pm
דורך פארווע חסיד
מה שלדידך פשיטא לדידי מספקא. זיין רבי, דער סטוטשינער רב ז"ל, איז דאך יא געגאנגען מיט רבי'שע בגדי מלכות, עכ"פ מיט א קאלפיק.
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
נשלח: זונטאג יולי 28, 2024 11:52 pm
דורך אמאהלגעקעננט
לולי דמסתפינא װאלט איך מציע געװען פאר די מתאוננים אז קרײנא דאיגרתא איהו להוי פריונקי אין גײ צי פרעגן װי ער זאגט אײביג ער איז גרײט יעדן צי ענפערן. נאר דא עקא אז ער איז נישט בײ די כוחות פאר די זאכן ער דארף נאך א רפוא״ש אכי״ר . אבער דערװײל פעלט נישט אױס צו לאזן פאלן װערטער והמ”י
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2024 12:10 am
דורך אמאהלגעקעננט
פארווע חסיד האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 28, 2024 11:34 pm
מה שלדידך פשיטא לדידי מספקא. זיין רבי, דער סטוטשינער רב ז"ל, איז דאך יא געגאנגען מיט רבי'שע בגדי מלכות, עכ"פ מיט א קאלפיק.
דעם גאנצן ר מאטל איז א חידה סתומה. זײן רביןס גאנצן מהות איז געװען א שטיק רבי־רביש אײניקל פין אמאל. ( איך האב זוכה געװען אלס בחורל און ארײגעפאלען דארט א של״ס דער טעם ליגט נאך אין די בײנער) ער פארקױפט דאס? ער פארמאגט דאס? איך האב געזען א clip פון דער אײניקל און גראדע מאכט ער א גוטן דזשאב!
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2024 3:05 am
דורך [NAMELESS]
די גאנצע שייכות פון ר' מאטל מיט סטוטשין, איז אז ווען ס'האט זיך געגרינדעט מיט א גרופע חסידי סטוטשין, וואס האבן דאן נישט געהאט קיין רבי'ן ממלא מקום.
כהיום יום, איז די גאנצע הלוך ילך דארטן, ווייט ווייט פון סטוטשין. ס'איז זייער קאלירפול, ר' מאטל האט אין זיך אסאך אייגנשאפטן, און קען משלב זיין חב"ד מיט ראפשיץ, ווילנא מיט קאפישניץ, אבער מיט ארגינעל סטוטשין האט עס ווייניג שייכות. אפשר זינגט מען נאך אפאר ניגונים פון סטוטשין, אבער בסך הכל איז עס אן אייגענע פאבריקאציע.
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2024 10:03 am
דורך פארווע חסיד
כ'בין נישט אזוי באקאנט אבער כפי ידיעתי מאכסטו א פיינע קוגל,
זיינע מאמרים און תורה שיעורים וכו' איז טאקע א געמיש פון חב"ד, ר' צדוק, ועוד. אבער די מנהגים / נוסח / תנועות / ניגונים/ אין בכלל די גאנצע הלוך ילך איז ברוב רובו סטוטשין-ראפשיץ
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2024 10:47 am
דורך אמאהלגעקעננט
גראדע געזען א קליפ פונעם סאטמארער נענועים ניגון דארט דאס האט מען געזינגען בײ ר יודעלע ?
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2024 11:03 am
דורך שמעקעדיג
איז פאראן א אשכול פאר סטוטשין?
לאמיר לאזן די אשכול פאר וואודרידזש.
Re: האדמו״ר מוואודריזש שליט״א
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2024 1:36 pm
דורך אשרי העם
הרבי מאושפז שוב
נא להתפלל לרפואתו השלימה
מרן יצחק בן ברכה לרפו״ש
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2024 7:21 pm
דורך מענדל
איך אויך האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 28, 2024 1:29 pm
אפיציעל בלעימט מען די אייניקלעך.
ווער בלעימט ??
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 12:59 am
דורך berlbalaguleh
פארווע חסיד האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 28, 2024 8:08 pm
calculator האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 28, 2024 12:36 pm
זו תורה?
פוי, זעלבע עקעלדיגע רבי וואו אלע אנדערע (פיקטשערס, בעקיטשעס, ביקור גומלין) אלע יארן געהאקט אויף אלע רבי'ס. האט א פנים ווי ר' מאטיל זילבער אלע יארן געהאקט אויף אלע רבי'ס ביז ער האט געטראפן איין נער וואס איז געווען גרייט אים גרויס צו מאכן
נאכאמזל רבי שמעי גרינבוים איז שוין געגאנגען, איז אראפ אין היסטאריע אלס תלמוד חכם.
א משהו חילוק צווישן זיי.
קום צוריק ווען ר' מוטל טוט זיך אן א ווייסע בעקיטשע, אדער נאר א בלויע בעקיטשע, אפילו בלויז נאר ווייסע זאקן, דעמאלטס וועט דער משל זיין דומה לנמשל.
הצד השוה שבהם: ביידע זענען אנטי-עסטאבלישמענט רבי'ס.
נאר איך (און א סאך אנדערע מענטשן) טענה'ן אז אויב זיי וואלטן מער געגאנגען מיט'ן שטראם וואלטן זיי א סאך גרעסער געווען ביי די וועלט.
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 9:55 am
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 05, 2024 12:59 am
נאר איך (און א סאך אנדערע מענטשן) טענה'ן אז אויב זיי וואלטן מער געגאנגען מיט'ן שטראם וואלטן זיי א סאך גרעסער געווען ביי די וועלט.
די ״וועלט״ האט שוין אסאך ״גרויסע״....
אונז דארפן די סארט אידן אזוי ווי זיי זענען.
אויב זיי גייען מיטן שטראם, דאן וואס איז זייער ספעציעלע יחוס??
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 3:31 pm
דורך אמאהלגעקעננט
דער חילוק איז אז ר מאטל האט אױסגעפירט װאס ער האט געװאלט אין לעבן משא״כ װאודרידזשער רב האט געהאט א לעבנס Mission װאס בעיניו איז הצלת הדור און לא עלתה בידו איז ער געבליבן מיט גרױס frustration
וואודרידזש
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 10:53 pm
דורך אשרי העם
האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 04, 2024 2:21 pm
האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 04, 2024 2:08 am
וואודריזש
בחסדי השם קומט רבינו שליט"א צירוק צו די כוחות און די שבת איז שוין רבינו שליט"א געווען בכח אריינצוקומען אלע תפילות בבית המדרש,
און טראץ חולשת גופו הטהור זיך איבערגעשטערענגט און געפראוועט רעוא דרעוין של"ס כרגיל באש קודש.
בילד: ביים אריבערגיין וואונטשען א גוט וואך
אנ"ש זענען ווייטער מתפלל פאר א פולע ערהוילונג: כ"ק מרן יצחק בן ברכה לרפו"ש
וואודרידזש
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 10:55 pm
דורך אשרי העם
ק/פ זונטאג דברים - ק״ק וואודריזש
שַׁבָּת הִיא מִלִּזְעֹק
רבינו שליט״א היינט ביי שחרית ביי זיין גאנץ יעריגע מנין כרגיל טראץ חולשת גופו הטהור, נאך עטליכע וואכן אפשניט וואס די רב איז נישט געווען בכח כמעט צו גיין אין ביהמ״ד,
אונטערשטע בילד: בחדרו הפרטי לפני תפילת שחרית
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 12:12 am
דורך אחידוש
שיינע זילבענע שטעקן
Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 7:25 am
דורך נאך א שמויגער
איך פארשטיי נישט. ק״ש איז געווען פארמאכט א האלבע וואך און די מנהלים האבען נישט געקענט מאכען אביסל סדר דא? פארוואס איז נאכאלץ דא צוויי שנירלעך אויף איין רבי?