בלאט 11 פון 36
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2024 2:48 pm
דורך עמרם
איך וואלט נישט געשריבן אזוי , ווען אלעס איז סתם שמועות
אבער איך האב אויסגעהערט די ערשטע שוואנצאניס דרשה, דערמאלטס ווען ער האט עס געגעבן, און פון די איין דרשה האט מען שוין פונקטליך געזעהן וואס דאס איז !
און אנשטאט צירוק צו ציען, איז ער ליידער ווייטער געגאנגען מיט די שטותים רח''ל ,
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2024 2:50 pm
דורך Nanach
די ערשטע דריי דורות פון בעשט איז די הנהגה געגאנגען פון רבי צו תלמיד, נישט פון טאטע צו קינד כאטש וואס אין רוב פעלער זענען די קינדער אויך נישט געווען קיין ליידיג גייער. חוץ אז מען האט געהאלטן אז די זון איז די גרעסטע/ מערסט צוגעפאסטע תלמיד די ירושה שטותים האט זיך אנגעהויבן אין רוז׳ין אין צדיקים זענען טאקע ארויס פייער קעגן די קאנסעפט (אין טשערנאבל האט מען דעמאלטס נאך נישט געזאגט אז זיין א קינד איז גענוג, נאר אז עס העלפט צו, די ירושה ביזנעס האבן זיי אויפגעפיקט אין רוז׳ין) די זוהן פון בעש״ט איז אפילו אנגענומען אין די חסידישע וועלט די לעגענדע אז די ערשטע וואך האבן די תלמידים אים אויפגענומען, און ער האט עס איבערגעגעבן פארן מגיד ווייל ער איז מער פאסיג, און אוועקגעפארן (קיין טוטין דאכט זיך מיר) נישט צו שטערן די הנהגה פון מגיד, כאטש וואס ער איז געווען גאר א גרויסע איד
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2024 2:59 pm
דורך צומישט און צוחישט
אגריפס המלך האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 22, 2024 2:06 pm
צומישט און צוחישט האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 22, 2024 1:11 pm
אויף קו הציבור מעלדט שיע העשיל היימאן אז וויזניצע עסקנים זענען ארויף צום אנטווערפענע רב און אים געגעבן צו הערן די רעקארדינג פון מענדעלע'ס אויסברוך אויף אים, און ער האט זיי געזאגט אז ער פארגינט פאר וויזניץ נאך דרייסיג בנינים אבער ער האט נישט חרטה פון זיין שטעלונג כל זמן מ'שרייבט נישט אונטער שטרי בירורין.
וואס איז די נומער פון קו הציבור?
605-313-6844
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2024 3:02 pm
דורך Nanach
דרך אגב פאר אינטעטעינמענט איז דא ערגעץ ווי מען קען וואטשן ווידיאו פון די נעכטיגע חג?
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2024 3:05 pm
דורך עמרם
צומישט און צוחישט האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 22, 2024 2:59 pm
אגריפס המלך האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 22, 2024 2:06 pm
צומישט און צוחישט האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 22, 2024 1:11 pm
אויף קו הציבור מעלדט שיע העשיל היימאן אז וויזניצע עסקנים זענען ארויף צום אנטווערפענע רב און אים געגעבן צו הערן די רעקארדינג פון מענדעלע'ס אויסברוך אויף אים, און ער האט זיי געזאגט אז ער פארגינט פאר וויזניץ נאך דרייסיג בנינים אבער ער האט נישט חרטה פון זיין שטעלונג כל זמן מ'שרייבט נישט אונטער שטרי בירורין.
וואס איז די נומער פון קו הציבור?
605-313-6844
איך מיין די נאמבער ארבעט שוין נישט
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2024 3:09 pm
דורך שרגא.מ
עמרם האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 22, 2024 3:05 pm

סע ארבעט נישט
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2024 3:17 pm
דורך צומישט און צוחישט
שרגא.מ האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 22, 2024 3:09 pm
עמרם האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 22, 2024 3:05 pm
צומישט און צוחישט האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 22, 2024 2:59 pm
אגריפס המלך האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 22, 2024 2:06 pm
וואס איז די נומער פון קו הציבור?
605-313-6844
איך מיין די נאמבער ארבעט שוין נישט
סע ארבעט נישט
אנטשולדיגט געמיינט ס'ארבעט נאך, כ'ווייס נישט פון א אנדערע נומבער.
מ'קען הערן די אויבנדערמאנטע מעלדונג אויף היימישע קרעטשמע ליין
605-477-7070
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2024 3:19 pm
דורך שטריימל
סתם שטותים צו שרייבן אז אין רוזין האט זיך אנגעהויבן די שושילתא קדישא, קאסוב איז געווען פריער, אלע קינדער פונעם אהבת שלום און פונעם תורת חיים זענען געווארן רבי׳ס.
אלע קינדער און אייניקלעך פון רבי מיכלע זלאטשובער זענען געווארן רביס
אלע קינדער און אייניקלעך פון רבי פנחס קאריצער זענען געווארן רביס
און בנוגע מאכן רביס אויס רביס און זיי נאכדעם אראפרייסן, האט זיך נישט היינט אנגעהויבן וזה היו טענות המתנגדים בכל כת.
עס איז נאך ליידער עד היום דא א פאשקעוויל פארבליבן קעגן דעם הייליגן רבי רבי זושא זי״ע אז מילא זיין ברודער קען כאטש לערנען אבער ער (עפ״ל)
צדיקים האבן געזאגט מען מיינט אז עדת קרח זענען געווען קטלא קניא, זיי זענען געווען אידן מיט ווייסע זאקן און ווייסע זשופיצעס אבער קיין הכנעה פאר א רבין האבן זיי נישט געהאט איז געשעהן וואס ס׳איז געשעהן
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2024 3:20 pm
דורך עמרם
איך האב א א''י נאמבער
72-332-8845(0) [972+]
דערנאך דריקט מען 7 פאר אידיש
(לעצטענס איז שוין דא אפאר סערוויסעס אין אמעריקע וואס שטעלן צו בחינם קיין א''י , איך ניץ US Mobile וואס איז בחינם קיין א''י)
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2024 3:23 pm
דורך צומישט און צוחישט
פליז לאז די ר"ר זושא וכל קדושי עליון עמו אינדרויסן פון די שמועס..
זיי זענען אלע געגאנגען אין אביסל קעלטערע מקוואות ווי דער אנגעפאשעטער כ'וויל נישט זאגן וואס..
זיי האבן זיך מוסר נפש געווען פאר'ן אויבערשטן און זיך צוריסן צו העלפן א צווייטן איד, און קריספי חלות מיט געזיגע סעלצער איז נישט געווען זייער פעיווארט..
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2024 3:24 pm
דורך הגאון הצדיק
שטריימל האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 22, 2024 3:19 pm
סתם שטותים צו שרייבן אז אין רוזין האט זיך אנגעהויבן די שושילתא קדישא, קאסוב איז געווען פריער, אלע קינדער פונעם אהבת שלום און פונעם תורת חיים זענען געווארן רבי׳ס.
אלע קינדער און אייניקלעך פון רבי מיכלע זלאטשובער זענען געווארן רביס
אלע קינדער און אייניקלעך פון רבי פנחס קאריצער זענען געווארן רביס
און בנוגע מאכן רביס אויס רביס און זיי נאכדעם אראפרייסן, האט זיך נישט היינט אנגעהויבן וזה היו טענות המתנגדים בכל כת.
עס איז נאך ליידער עד היום דא א פאשקעוויל פארבליבן קעגן דעם הייליגן רבי רבי זושא זי״ע אז מילא זיין ברודער קען כאטש לערנען אבער ער (עפ״ל)
צדיקים האבן געזאגט מען מיינט אז עדת קרח זענען געווען קטלא קניא, זיי זענען געווען אידן מיט ווייסע זאקן און ווייסע זשופיצעס אבער קיין הכנעה פאר א רבין האבן זיי נישט געהאט איז געשעהן וואס ס׳איז געשעהן
דאס איז א דאנק זיינע תפילות אז מ'זאל פארגעסן אז ער קאָן לערנען
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2024 3:25 pm
דורך עמרם
שטריימל האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 22, 2024 3:19 pm
צדיקים האבן געזאגט מען מיינט אז עדת קרח זענען געווען קטלא קניא, זיי זענען געווען אידן מיט ווייסע זאקן און ווייסע זשופיצעס אבער קיין הכנעה פאר א רבין האבן זיי נישט געהאט איז געשעהן וואס ס׳איז געשעהן
פון די אנדערע זייט איז דא דער גר''א מיט דעם נודע ביהודה און נאך גאר גרויסע גדולים, וואס זענען געבליבן פארהייליגט ביי גאנץ כלל ישראל, טראץ דעם וואס זיי האבן זיך נישט מכניע געווען צו די רבי'ס,
איז פשט, אז זיי האבן אונז געוואלט ווייזן, אז נישט יעדער רבי מיינט אז ער איז משה רבינו, און אז ס'וועט קומען א טאג ווי פשוט'ע און פראסטע אידן וועלן זיך דעקלערן רבי דארף מען שטיין ווייט פון זיי, און מ'דארף נישט מורא האבן.
ווי האבן צדיקים געזאגט, קורח אליינס איז אויך געווען א גרויסע רבי....
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2024 3:33 pm
דורך בעל דרשן
אויסגעהערט דעם דרשה ס'איז א רחמנות פאר זיינע חסידים.
איך קען נישט די מעשה אין אנטווערפן ניט נייגעריג עכט אבער אז הרב שיף האט מוחה געווען מיינט אז מרכז האט געטון א אומרעכט, הרב שיף איז מרא דאתרא ער האט א כח התורה, און ער איז א שטארקע רב דערמאנט אביסל די דמות פון א פארצייטישע רב, און נגיעות האט ער נישט ער האט געפילט אז אין זיין שטאט איז פארגעקומען אזא פאסירונג דארף ער מוחה זיין כל הכבוד פאר אזא רב וואס איז דא פאר די אמת
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2024 3:37 pm
דורך אגריפס המלך
מ'שמועסט דא ארום (ואני בתוכם) וועגן דעם "יום הגדול והנורא י"ב שבט" וויל איך פרעגן אביסל אן עם הארצית'דיגע שאלה, אבער אז מ'פרעגט נישט ווייסט מען נישט, וועלעכע שלעכטע זאך איז געשעהן אין די טאג אז מענדעלע זאל פארכאפן דעם טאג צו די צד הטומאה?
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2024 3:43 pm
דורך שטריימל
קען טאקע זיין אז מהאי טעמא זענען ביי די תלמידי הגר״א פארבליבן געהעריגע שושילתא, ווען די ראשי הישיבה׳שאפט גייט אריבער אין די לעצטע דורות מאב לבן און פון א זיידע צו אן אייניקל גארנישט אנדערש ווי ביי די חסידים
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2024 3:46 pm
דורך לאכעדיג
וויזניץ מרכז מאכט יעצט די זעלבע גרייז אין אנטווערפען מיט שיף וואס זיין שוואגער סאטמאר מהר"א האט געמאכט אין בני ברק מיט מייזליש.
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2024 3:50 pm
דורך Nanach
שטריימל האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 22, 2024 3:19 pm
סתם שטותים צו שרייבן אז אין רוזין האט זיך אנגעהויבן די שושילתא קדישא, קאסוב איז געווען פריער, אלע קינדער פונעם אהבת שלום און פונעם תורת חיים זענען געווארן רבי׳ס.
אלע קינדער און אייניקלעך פון רבי מיכלע זלאטשובער זענען געווארן רביס
אלע קינדער און אייניקלעך פון רבי פנחס קאריצער זענען געווארן רביס
און בנוגע מאכן רביס אויס רביס און זיי נאכדעם אראפרייסן, האט זיך נישט היינט אנגעהויבן וזה היו טענות המתנגדים בכל כת.
עס איז נאך ליידער עד היום דא א פאשקעוויל פארבליבן קעגן דעם הייליגן רבי רבי זושא זי״ע אז מילא זיין ברודער קען כאטש לערנען אבער ער (עפ״ל)
צדיקים האבן געזאגט מען מיינט אז עדת קרח זענען געווען קטלא קניא, זיי זענען געווען אידן מיט ווייסע זאקן און ווייסע זשופיצעס אבער קיין הכנעה פאר א רבין האבן זיי נישט געהאט איז געשעהן וואס ס׳איז געשעהן
איך האב אויך געשריבן אז עס איז געווען איינציגע פעלער וואס די זון איז געווען די פאסיגסטע (אין אנדערע ווערטער דאס וואס ער איז א זוהן האט אים נישט דיסקוואליפייד אויב איז ער די מערסטע פאסיג) אבער עס איז נישט געווען בתורת ירושה, און די 3 משלים וואס דו ברענגסט זעהט מען פארקערט ווי דיין פוינט אין קוסוב אז מען לערנט תורת חיים איז זייער פארשטענדליך פאר וואס ער האט איבערגענומען עס איז פול מיט טיפע חסידות מעט הכמות ורב האיכות (הלוואי זאלן עס די וויזניציע לערנען און פארשטיין) נאך די פטירה האט טאקע רוב עולם אריבער צו די צמח צדיק כאטש וואס מדין ירושה וואלט עס אים נישט געקומען און פון דארט איז וויז׳ניץ א געהעריגע רוזינע חסידות, און דאס וואס מען האט בכלל געזוכט די גרעסטע זון נישט די גרעסטע תלמיד איז שוין א השפעה פון רוזין (די רוזינער איז אוועק תר״י, די תורת חיים תרי״ד)
סיי אין זלוטשוב און סיי אין קוריץ וואס די ברענגסט איז דא נאך אסאך אזעלכע וואס זיי האבן געהאט זייער גרויסע קינדער וואס האבן געפירט בזכות עצמם (א חלק האבן זיך אפילו געהאלטן פאר תלמידים פון אנדערע רביס) און ווען די טאטע איז אוועק זענען געווען וואס האבן זיך דארט געפילט באקוועמער.
אזוי ווי איך האב דיר געברענגט א דוגמא פון היינט אז ר׳ אלימלך בידערמאן כאטש וואס ער איז א לעלובע אייניקעל איז דאס נישט וואס מאכט אים גרויס, הגם וואס א לעלובע וואס זוכט א רבי קען זיך דארט זייער גוט געפונען דאס פלאץ
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2024 3:53 pm
דורך Nanach
דרך אגב איז דא פאסיג צו צוצייכענען אז די קאמארנער ברענגט אז די בעש״ט האט געזאגט אז פאר משיח וועלן זיין רביס ווי די פיש אין ים און זיי וועלן אפהאלטן משיח
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2024 3:54 pm
דורך אלפא
הרב
@שטריימל, איך קען דיר נישט, און איך ווייס נישט צו באלאנגסט בכלל צו וויזניץ מרכז אדער נישט.
דיינע ארגומענטן צוצושטעלן וויזניץ צום בעש"ט או צו די פריערדיגע חסידות'ן זענען בכל אופן נישט סופישענט.
איינער האט דא שוין פריער ארויסגעברענגט, אז עס איז פשוט אז נישט יעדער קען זיך טון וואס ער וויל און שרייען אז פון בעש"ט האט מען אויך חוזק געמאכט.
איך ווייס נישט וואס דו האלסט פערזענליך איבער לב טהור אדער אנדערע קולט'ס
(אויב האלסטו מיט זיי ביסטו עט ליעסט קאנסיסטענט..), אבער יעדער בר דעת פארשטייט אז זיי קענען זיך נישט באשיצן מיט אן ארגומענט אז 'פון בעש"ט האט מען אויך חוזק געמאכט'..
ואליבא דאמת, איך בין נישט געווען אין די צייטן פון בעש"ט צו וויסן און ארויסהאבן אלע ארגומענטן און טענות אויף ביידע זייטן, עס איז אבער קלאר אז אויף ביידע זייטן זענען געווען גרויסע מענטשן, און אויך איז קלאר אז גרויסע מענטשן קענען זיך צומאל טועה זיין (מיטן מציאות אדער מיט אן אפשאצונג..), דאס געבט אבער בכלל נישט דאס מינדעסטע האפט פאר ר' מענדל מויזניץ אדער סיי וועלכע רבי זיך צו אנטון דעם איצטלא און ניצן די זעלבע באשוצונג - אן דאס מעגליכקייט אויפצו-ווייזן גענוג קלאר די לינק/דמיון צום בעש"ט חוץ פון דאס ווארט 'חסידות'..
ר' מענדל ווי עס שיינט שפאנט אין דיירעקציע פון פארוואנדלען א (somewhat) שיינע חסידות צו א געהעריגע קולט, און צוגאב צו די חששות פון שיתוף און געצעריי. זיין דיקטאטורשאפט, זיין עגא'איסטישע צוגאנג, זיין אויסגעשפראכענע תאות שררה, זיין געמיינע צוגאנג צו זיינע שטיצער און אנהענגער, איז א גרויל פאר דאס מענטשהייט בכלל און פאר אידישקייט און חסידות בפרט. דאס האט גארנישט איינגעלייגט מיטן בעש"ט אדער מיט קריטיק וואס מ'האט געזאגט אויפן ר"ר זושא! ביידע פון זיי זענען נישט געווען אין די ליניע בכלל פון ווערן קולט פירערס, ניטאמאל כבוד בית אב והמסתעף האבן זיי געזוכט, זיי האבן נישט פארשיקט קיין מענטשן ווי קיין מייז, און פארשטייט זיך אז קיין גרויליגע דרשות איז פון זיי נישט געהערט געווארן. אויב האלסטו אנדערש ווייס איך שוין טאקע נישט צו דו ביסט ווייניגער מתנגד...
אנדערע פרשיות צווישן חסידים איז שוין טאקע מער קאמפליצירט (א שטייגער ווי צאנז-ריזין, קאצק, וכו'), אבער וויפיל איך פארשטיי איז עס געווען ווייט פון קולט'עריי...
חסידות האט אסאך הערליכע דינאסטיעס און אייגענשאפטן, טאקע נאך עד היום, צווישן אן אויסוואל פון רביים, אדמורי''ם, און חסידות'ן. אבער צו זאגן אז ר' מענדל וויזניצער מיט זיין מהלך דאס איז בעש"ט, איז א גאנג...
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2024 4:29 pm
דורך תניא בניחותא
שטריימל האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 22, 2024 3:19 pm
סתם שטותים צו שרייבן אז אין רוזין האט זיך אנגעהויבן די שושילתא קדישא, קאסוב איז געווען פריער, אלע קינדער פונעם אהבת שלום און פונעם תורת חיים זענען געווארן רבי׳ס.
אלע קינדער און אייניקלעך פון רבי מיכלע זלאטשובער זענען געווארן רביס
אלע קינדער און אייניקלעך פון רבי פנחס קאריצער זענען געווארן רביס
און בנוגע מאכן רביס אויס רביס און זיי נאכדעם אראפרייסן, האט זיך נישט היינט אנגעהויבן וזה היו טענות המתנגדים בכל כת.
עס איז נאך ליידער עד היום דא א פאשקעוויל פארבליבן קעגן דעם הייליגן רבי רבי זושא זי״ע אז מילא זיין ברודער קען כאטש לערנען אבער ער (עפ״ל)
צדיקים האבן געזאגט מען מיינט אז עדת קרח זענען געווען קטלא קניא, זיי זענען געווען אידן מיט ווייסע זאקן און ווייסע זשופיצעס אבער קיין הכנעה פאר א רבין האבן זיי נישט געהאט איז געשעהן וואס ס׳איז געשעהן
דאס אז אין וויזשניץ זענען אלע קינדער געווארן רבי’ס האט נאך נישט קיינעם מחייב געווען צי ווערן זייער חסיד, פארן קריג האט א רבי נישט געהאט קיין פירמע מיט מוסדות וואס דו האסט געמוזט באלאנגען אהין, אדרבה זאג דו וויפיל פון די אהבת ישראל’ס ברודער האבן געהאט חסידים ? קיינער געדענקט ניטאמאל זייערע נעמען.
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2024 4:59 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
שטריימל האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 22, 2024 3:19 pm
סתם שטותים צו שרייבן אז אין רוזין האט זיך אנגעהויבן די שושילתא קדישא, קאסוב איז געווען פריער, אלע קינדער פונעם אהבת שלום און פונעם תורת חיים זענען געווארן רבי׳ס.
אלע קינדער און אייניקלעך פון רבי מיכלע זלאטשובער זענען געווארן רביס
אלע קינדער און אייניקלעך פון רבי פנחס קאריצער זענען געווארן רביס
און בנוגע מאכן רביס אויס רביס און זיי נאכדעם אראפרייסן, האט זיך נישט היינט אנגעהויבן וזה היו טענות המתנגדים בכל כת.
עס איז נאך ליידער עד היום דא א פאשקעוויל פארבליבן קעגן דעם הייליגן רבי רבי זושא זי״ע אז מילא זיין ברודער קען כאטש לערנען אבער ער (עפ״ל)
צדיקים האבן געזאגט מען מיינט אז עדת קרח זענען געווען קטלא קניא, זיי זענען געווען אידן מיט ווייסע זאקן און ווייסע זשופיצעס אבער קיין הכנעה פאר א רבין האבן זיי נישט געהאט איז געשעהן וואס ס׳איז געשעהן
וואו איז דא אזא פאשקעוויל? סערשטע מאל איך הער דערפון!
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2024 5:01 pm
דורך shadchan
anyway, anyone who has more news etc from them please keep on, thanks
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2024 5:02 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
לאכעדיג האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 22, 2024 3:46 pm

דהיינו??