בלאט 11 פון 19

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 10:22 am
דורך שפילער
קהל'ס נער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 10:07 am בהנחה אז 95% פונעם עולם האט טאקע פילטערס (זיכער נישט אמת, אבער כ׳ווייס נישט וואס די אמת׳ע נאמבער איז), אפילו אויב האט ער נאר טויזענט קאסטומערס וואס צאלן צוואנציג א חודש מאכט ער 240ק א יאר.
וויבאלד עס איז א וועבסייט, דארף ער נישט אראפגעבן געלד פארן דיסטריבער, ריטעילער, דריקער וכו׳ ער איז א איין-מאן-באנד און אלעס גייט פאר עים.

זיין איינציגסטע קאוסט איז א נייע בעקיטשע יעדע פאר וואכן😂

די שאלה איז צו ער וועט אנקומען צו טויזענט סובסקרייבערס.

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 10:33 am
דורך סוף טוב הכל טוב
זעה איך אז איינע פון זיינע סערוויסיס איז "עצות און הדרכות אין דיני תורה"...
וויאזוי זאגט טראמפ? איך וויל בעסער עצות פון איינער וואס האט געווינען...

אבער איך וואונטש איהם הצלחה

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:01 am
דורך שמעקעדיג
לאל ער קען אפשר געבן עצות וואס "נישט" צו טון...

אין חכם כבר נסיון.

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

נשלח: פרייטאג פעברואר 16, 2024 12:59 am
דורך שווארצע אדיסי
שפילער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 10:22 am
קהל'ס נער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 10:07 am בהנחה אז 95% פונעם עולם האט טאקע פילטערס (זיכער נישט אמת, אבער כ׳ווייס נישט וואס די אמת׳ע נאמבער איז), אפילו אויב האט ער נאר טויזענט קאסטומערס וואס צאלן צוואנציג א חודש מאכט ער 240ק א יאר.
וויבאלד עס איז א וועבסייט, דארף ער נישט אראפגעבן געלד פארן דיסטריבער, ריטעילער, דריקער וכו׳ ער איז א איין-מאן-באנד און אלעס גייט פאר עים.

זיין איינציגסטע קאוסט איז א נייע בעקיטשע יעדע פאר וואכן😂

די שאלה איז צו ער וועט אנקומען צו טויזענט סובסקרייבערס.
ער האט אויף יוטיוב איבער צוויי טויזנט, איך וואנדער מיך וויפיל גייען זיך לאזן קאסטן. (איך האב מיר סובסקרייבט פאר זעקס חדשים)

ס'זעהט מיר אויס אז ער וויל קאמביימען אפשענס. קענסט אדער מאכן א פעיד סובסקריפשען אויף יוטיוב , אדער אימעיל אדער וואסעפפ וכולהו ממילא איז נישט קיין פראבלעים מיט פילטרס וכדומה.

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

נשלח: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:42 am
דורך מייערן
וויאזוי גייט ער מאכן מזאל נישט קענען קאפיען פין WhatsApp?

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

נשלח: פרייטאג פעברואר 16, 2024 8:39 am
דורך [NAMELESS]
חיים הלוי האט געשריבן: 2. איז נישט נישט ריכטיג ער דארף צוקומען צו די רבנים אז די היימישע פילטער'ס זאלן עם אדורך לאזן אז נישט וועלן 95% פון זיינע פאטענשאל קאסטומער נישט האבן עקסעס... און דאס איז אויך א מקום פאר זיינע שונאים אויפצהעצן די עסקנים עם נישט אדורך צו לאזן

איך זעה ער האט געפענט א אשכול אין אייוועלט די עולם קומט אריין פאזיטיוו

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

נשלח: פרייטאג פעברואר 16, 2024 12:34 pm
דורך עמרם
וואו? (איך זעה עס נישט)

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

נשלח: פרייטאג פעברואר 16, 2024 12:36 pm
דורך [NAMELESS]
למעשה קוקט נישט אויס ווי עס ציט א גרויס אינטערעסע דארט.... עס איז שנעל באגראבן געווארן
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 9#p4921279

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

נשלח: פרייטאג פעברואר 16, 2024 12:37 pm
דורך עמרם
ש'כח

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2024 11:29 am
דורך [NAMELESS]
חיים הלוי האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 8:39 am
חיים הלוי האט געשריבן: 2. איז נישט נישט ריכטיג ער דארף צוקומען צו די רבנים אז די היימישע פילטער'ס זאלן עם אדורך לאזן אז נישט וועלן 95% פון זיינע פאטענשאל קאסטומער נישט האבן עקסעס... און דאס איז אויך א מקום פאר זיינע שונאים אויפצהעצן די עסקנים עם נישט אדורך צו לאזן

איך זעה ער האט געפענט א אשכול אין אייוועלט די עולם קומט אריין פאזיטיוו
קוקט אויס ווי ריינער ארבעט אריין... די אשכול איז פארשווינדן פון אייוועלט...

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2024 11:38 am
דורך [NAMELESS]
איך זעה נישט קיין עתיד פאר עם צו מאכן פרנסה פון די היימישע ציבור, אלע היימישע פילטער'ס וועלן עם גרינג בלאקירן מיט די תירוץ אז ער רעדט אויף רבנים און בתים דינים...

די איינציגסטע וועג פאר עם איז זיך בייגן זיין איגא און זיך איבערבעטן מיט די סיסטעם און מארשירן צו סוקסעס.

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2024 11:43 am
דורך שפילער
חיים הלוי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 11:29 am
חיים הלוי האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 8:39 am
חיים הלוי האט געשריבן: 2. איז נישט נישט ריכטיג ער דארף צוקומען צו די רבנים אז די היימישע פילטער'ס זאלן עם אדורך לאזן אז נישט וועלן 95% פון זיינע פאטענשאל קאסטומער נישט האבן עקסעס... און דאס איז אויך א מקום פאר זיינע שונאים אויפצהעצן די עסקנים עם נישט אדורך צו לאזן

איך זעה ער האט געפענט א אשכול אין אייוועלט די עולם קומט אריין פאזיטיוו
קוקט אויס ווי ריינער ארבעט אריין... די אשכול איז פארשווינדן פון אייוועלט...
Ouch אפשר טון זיי עס עים צו פראטעקטען סאיז אריינגעקימען גאר אסאך נעגעטיוויטי ...

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2024 11:48 am
דורך מר. קלונימוס

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2024 11:51 am
דורך שפילער
ער לאזט זיך נישט...
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=67439

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2024 11:55 am
דורך עמרם
מר. קלונימוס האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 11:48 am https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=67439
שפילער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 11:51 am ער לאזט זיך נישט...
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=67439
ביידע זענען שוין געפלויגן

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2024 12:25 pm
דורך בא גד
קיין סאך וועט עס נישט העלפן ער האט צו א שטארקע willpower אין דבר עומד בפני הרצון אפילו טעראר

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2024 12:30 pm
דורך לאכעדיג
"אין דבר עומד בפני הרצון אפילו טעראר?"

נישט ממש, ער האט צוגעמאכט הונדערט וועגן טעראר.

אדער קען זיין אז די רצון זיינע איז א פרישע זאך, העמער זען.

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2024 1:16 pm
דורך [NAMELESS]
בא גד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 12:25 pm קיין סאך וועט עס נישט העלפן ער האט צו א שטארקע willpower אין דבר עומד בפני הרצון אפילו טעראר
וואס איז שייך? אויב פארמאכט מען עם די וועג אנצוקומען צום עולם אפילו מיט די גרעסטע רצון ווי קען ער אנקומען?

אויב וועט ער באיזה אופן אויסקרויזן די היימישע ליניעס למשל אז ער וועט מאכן ראבא קאלס וכדומה ווי לאנג מיינסטו נעמט צו מאכן א קול קורא פון רוב היימישע רבנים קעגן איינעם וואס בארעדט די רבנים און די היימישע סיסטעם פאר די לעצטע צייט?

פארפאלן מען קען זיך נישט שלאגן מיט די סיסטעם הגם מען קען גיין צוביסלעך ווי מצא טוב טוט דערווייל מיט הצלחה כאטש איך ווייס אז עס קאכט זיך אונטער די קאליסן עכ''פ א פרנסה קען מען זיכער נישט מאכן פון די סיסטעם אידן אן די סיסטעם

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2024 1:46 pm
דורך סקעפטיקער
ער קען נישט קלאגן אייוועלט און די פילטער קאמפאניס פארדעם?

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2024 2:27 pm
דורך קורקלענד
סקעפטיקער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 1:46 pm ער קען נישט קלאגן אייוועלט און די פילטער קאמפאניס פארדעם?
קלאגן אויף וואס?

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2024 2:34 pm
דורך עמרם
אייוועלט לאזט אים שרייבן, נאר נישט וועגן דעם פלאטפארם, מיט א טענה אז עס איז אומבאצאלטע עטוועטייזמענט, (אזוי האבן זיי געשריבן פאר מיינס א ידיד אין אישי)

די שאלה איז פארוואס פונקט די זאך לאזן זיי נישט אטוועטייזען בחינם, נאכדעם וואס אלעס אנדערש ווערט יא געלאזט בחינם,
(און די תשובה איז לכאורה, ...)

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2024 3:11 pm
דורך [NAMELESS]
עמרם האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 2:34 pm אייוועלט לאזט אים שרייבן, נאר נישט וועגן דעם פלאטפארם, מיט א טענה אז עס איז אומבאצאלטע עטוועטייזמענט, (אזוי האבן זיי געשריבן פאר מיינס א ידיד אין אישי)

די שאלה איז פארוואס פונקט די זאך לאזן זיי נישט אטוועטייזען בחינם, נאכדעם וואס אלעס אנדערש ווערט יא געלאזט בחינם,
(און די תשובה איז לכאורה, ...)
אויב איז דאס טאקע די סיבה זאל ער באצאלן עס לוינט

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2024 3:15 pm
דורך מר. קלונימוס