בלאט 11 פון 27
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 4:54 pm
דורך סאשי פיש
שלום על ישראל האט געשריבן:סאשי פיש האט געשריבן:איך וויל וויסען אויב איך געב א פייל פאר א מענטש אויף זיין הארד דרייוו אויב עס דא א וועג אז נאר ער זאל עס קענען נוצען אבער נישט איבערגעבען פאר א צווייטען, איך קען עס לאקען?
עס זענען פארהאן פארשידענע מהלכים. וועליכער סארט פייל איז די מדוברת?
[tag]שלום על ישראל[/tag] איך ווארט נאך.
א דאנק פון פאראויס!
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2013 11:22 pm
דורך נולד מאוחר
אז מיין קי בארד דריקט צוויי מאל געוויסע קנעפלעך, איז דאס סאפטווער אישא אדער הארדווער?
כרעד פון א לעפטאפ.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 4:39 am
דורך געפילטע פיש
שטעק איין א USB קיבאורד און זע אויב ס'געשעהט.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 9:48 pm
דורך שלום על ישראל
נייגעריגער האט געשריבן:שלום על ישראל האט געשריבן:סאשי פיש האט געשריבן:איך וויל וויסען אויב איך געב א פייל פאר א מענטש אויף זיין הארד דרייוו אויב עס דא א וועג אז נאר ער זאל עס קענען נוצען אבער נישט איבערגעבען פאר א צווייטען, איך קען עס לאקען?
עס זענען פארהאן פארשידענע מהלכים. וועליכער סארט פייל איז די מדוברת?
אדרבה דו האסט מהלכים? שרייב עס דא!
עס קען ביי מיר נוגע זיין "אלע" ערליי פייל'ס!
עס זענען פארהאן פארשידענע מהלכים צו פארשפארן פיילס און פאלדערס מיט א פעסווארט. איך וועל זיך באציען צו די פרייע אפציעס וואס קאסטן אייך קיין פרוטה. איך וועל אננעמען אז מען רעדט פון ווינדאס.
7-Zipא 3rd-party סאפרווער
7-זיפ איז מיין בעסטע אפציע
Windows Explorer - XP
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 9:16 pm
דורך מומחה
איך וויל דא קיינעם נישט פערזענליך טשעפען, אבער איינמאל מען נעמט ארויס (unzipped) א פייל פון די קאמפרעסד קאנטעינער (.zip .rar etc.) קען מען עס קאפיען אן קיין אפהאלט - די איינציגע וועג דערצו איז
DRMדעריבער איז די ענטפער דא נישט ווערד קיין קיבאורד קלאפעריי
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 11:55 pm
דורך געפילטע פיש
אזויווי מומחה זאגט, אפשר האסטו נישט פארשטאנען די שאלה, אבער סושי וויל א וועג "אויב איך געב א פייל פאר א מענטש אויף זיין הארד דרייוו אויב עס דא א וועג אז נאר ער זאל עס קענען נוצען אבער נישט איבערגעבען פאר א צווייטען", מיט אריינלייגן א א זיפ און יענעם געבן די פעסווארט האסטו גארנישט אויפגעטוהן.
איך טראכט יעצט, אויב יענער דארף עס נאר קענען זעהן איין מאל, קענסטו שערן דיין סקרין מיט עם ער זאל עס קענען זעהן, אבער קאפיען די פייל קען ער נישט. אבער א סקרין שאט קען ער נאכאלץ נעמען.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 9:56 am
דורך שמעקעדיג
די פאלגענדע איז נישט קיין הילף פראגע, נאר סתם נייגעריג.
ווען איך קויף אויף עמעזאן א SD קארטל פון 8 GB קומט עס אויס בערך 8 טאלער. נישט טייער, בפרט קאמפערד צו עטליכע יאר צוריק. טאמער וויל איך דאבעל די פלאץ, 16 GB, קאסט עס מיט 5 דאלער מער, בערך 13. ממש א שאד נישט צו נעמען מער. 32 GB, אויך נישט געפערליך, ארום 30 טאלער, קומט אויס א חילוק פון 17 דאלער.
יעצט שטעלט זיך מיין קשיא צו די פאון מאנופעקטשורערס, היתכן אז זיי זענען אזעלכע רויבערס, פאר א 8 GB פאון טשארדזשד מען למשל 199, און פאר 16 GB א הונדערטער מער, $299. הישמע כזאת?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:08 am
דורך [NAMELESS]
אלטע קשיא. איך מיין אז די תירוץ איז אז זיי זענען גרייט צו פארדינען ווייניגער געלט פאר די פאון מיט די ווייניגסטע מעמארי , מיט'ן חשבון אז ס'וועט זיך אויסצאלען דורך די קויפער'ס פון די פאונ'ס מיט מער מעמארי. אזוי קענען זיי פארקויפען די פאון פאר מענטשען וואס קענען נישט אפארדען צו באצאלען צו סאך
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:14 am
דורך געפילטע פיש
כ'מיין אז די מעמארי אויף א פאון איז אביסל טייערער און בעסערע קוואליטעט ווי די SD קארטלעך. אויב האט די פאון א SD קארד סלאט לוינט זיך טאקע נישט צו קויפן די טייערערע.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:44 am
דורך סאשי פיש
כגעפילטע, איך טראכט אז אפשר ווייל די פאון האט מער גיג דארף די פאון האבען בעסערע פראסירסערס וכו׳
וועגען דעם קאסט עס טייערער?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:59 am
דורך שמעקעדיג
נאופ, אלעס הבלים. פראסעסאר איז אלעס די זעלבע, ס'איז נאר די פלאץ א חילוק.
געפילטע, דו האסט אמאל געהערט פון אזא זאך ווי טייערערע מעמארי?
באמת אויף SD קאטלעך איז אויך דא בעסערע, איינע פון די ביליגערע קאמפאניס Trenscend האב איך זיך שוין מיאוס אפגעבריהט און פלוצים פארלוירן אלע בילדער דערויף, אויף א אופן וואס אפילו די קאמפאני אליין האט עס נישט געקענט רעקאווערן, און איך זעה אסאך רעוויאוס אויף עמעזאן די זעלבע. היינט גיי איך בעיקר מיט בעסערע און מער רעלייעבל קאמפאניס אפילו עס איז אביסל טייערער, ווי SanDisk, Sony וכדומה. ממילא קען זיין אז זיי נוצן א בעסערע קוואליטי. אבער אפילו אזוי, איז נאך אלץ נישט בארעכטיגט א חילוק פון $100 פאר 8 גיג. ס'איז א רויבעריי אין לשער.
פונקט ווי איך האב שוין געשריבן אין א אנדערע אשכול, אז גוגל פארקיפט זייער נעקסוס פאון אדער טאבלעט פאר 200-300 דאלער, פארוואס בעטן אנדערע 600-700 דאלער, ווי סעמסאנג און HTC און מאטאראלע א.א.וו. סתם רויבעריי.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 11:23 am
דורך געפילטע פיש
אוודאי איז דא טייערערע און ביליגערע מעמארי, קוואלטעט, וויפיל ריד\רייטס ס'קען פארנעמען, ספיד, אלעס האט צו טוהן, אין SD קארדס אליין האסטו די classes פון קארדס וואס דאס האט צו טוהן מיט די קוואליטעט. כאפסט נישט אז אין א SD קארד פיט אריין בריווח 64 גיג אויך, אבער אין א פאון וואו יעדע מילימעטער איז געמאסטן, אריינשטופן טאפעלט מעמארי, זעלבע ספיד, נישט ווערן הייס, אין די זעלבע פיצי פלאץ קען זיין $100 זאל זיין בארעכטיגט, די $50 ביי די נעקסאס פאון ציווישן די 8 און 16 גיג איז זיכער בארעכטיגט.
די LG\גוגל נעקסאס פאון איז נישט ממש די זעלבע ווי די טאפ אוו די ליין סעמסאנגס און HTCס, די קעמרע איז היפש שוואכער, די בעטערי, און כ'מיין די פראסעסער אויך. ווי אויך האט ער נישט קיין רימאוועבעל מעמארי אדער בעטערי. אבער דאס איז זיכער אז די 700 דאלערדיגע פרייז איז ארויפגעטריבן כדי די קעריערס זאלן עס קענען פארקויפן פאר 200 מיט א צוויי יאר קאנטראקט. מיינסט טאקע זיי צאלן די 500 דאלער דיפרענס?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 11:30 am
דורך petergrifin
גוגל דארף נישט מאכן א פראפיט פון די עצם טעבלעט זיי פארדינן געלט
פון פלעי סטאר משא'כ די אנדערע מעניופעקשערס מיזען מאכן א פראפיט
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 11:36 am
דורך שמעקעדיג
געפילטע פיש האט געשריבן:די LG\גוגל נעקסאס פאון איז נישט ממש די זעלבע ווי די טאפ אוו די ליין סעמסאנגס און HTCס, די קעמרע איז היפש שוואכער, די בעטערי, און כ'מיין די פראסעסער אויך. ווי אויך האט ער נישט קיין רימאוועבעל מעמארי אדער בעטערי.
אויף דעם מוז איך מחולק זיין. זיי זענען די טאפ אויף די ליין מיט כמעט יעדע קאמפאונענט, און ס'איז קלאר א פארגלייך צו די בעסטע אין די מארקעט.
ס'איז אפילו פאראן א רומער אז די נייע נעקסוס 5 פאון וועלכע ערשיינט בקרוב, גייט האבן א מעכטיגע קעמרע מיט א NIKON לענז.
און די לעצטיגע פאונס פון מאטאראלע און HTC פארמאגן אויך נישט קיין רעמאוועבל מעמארי און בעטערי.
גיב א קוק די גוגל נעקסוס 7, די נייעסטע טעבלעט. כמעט די בעסטע אויפן מארקעט. און אויך די ביליגסטע.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 11:47 am
דורך שלום על ישראל
האב איך עס פארפאסט, אדער האט טאקע קיינער נאכנישט גערעדט דערוועגען?
די גוגל טאבלעטן (נישט עכט גוגל) לויפן אויף די גוגל-פארוואלטעטע אפערעיטונג סיסטעם, ענדרויד. ענדרויד איז אפען-סארס, ד.ה. אז א פאבריקאנט צאלט נישט פאר די OS, משא"כ ווינדוס וואס קאסט געלט צו קויפן אדער iOS וואס קאסט געלט צו דעוועלאפן.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 11:56 am
דורך געפילטע פיש
petergrifin האט געשריבן:גוגל דארף נישט מאכן א פראפיט פון די עצם טעבלעט זיי פארדינן געלט
פון פלעי סטאר משא'כ די אנדערע מעניופעקשערס מיזען מאכן א פראפיט
גוגל מאניפאקטשורט נישט אליינס, די נעקסעס 4 האט LG געמאכט, אנדערע זענען געווען געמאכט דורך סעמסאנג, HTC, אדער Asus.
שמעקעדיג האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:די LG\גוגל נעקסאס פאון איז נישט ממש די זעלבע ווי די טאפ אוו די ליין סעמסאנגס און HTCס, די קעמרע איז היפש שוואכער, די בעטערי, און כ'מיין די פראסעסער אויך. ווי אויך האט ער נישט קיין רימאוועבעל מעמארי אדער בעטערי.
אויף דעם מוז איך מחולק זיין. זיי זענען די טאפ אויף די ליין מיט כמעט יעדע קאמפאונענט, און ס'איז קלאר א פארגלייך צו די בעסטע אין די מארקעט.
ס'איז אפילו פאראן א רומער אז די נייע נעקסוס 5 פאון וועלכע ערשיינט בקרוב, גייט האבן א מעכטיגע קעמרע מיט א NIKON לענז.
און די לעצטיגע פאונס פון מאטאראלע און HTC פארמאגן אויך נישט קיין רעמאוועבל מעמארי און בעטערי.
גיב א קוק די גוגל נעקסוס 7, די נייעסטע טעבלעט. כמעט די בעסטע אויפן מארקעט. און אויך די ביליגסטע.
כ'זאג נישט ס'איז א שוואכע פאון, איך האב עס גראדע געקויפט אויסצוטרייען, ס'איז א הערליך שיינע סאלידע פאון, פילט זיך ווי א חפצא ווען מ'האלט עס, אפשר מער ווי די HTC אויך, אבער... דאך האט עס אביסל א שטייטערע פראסעסער
(1.9 ווס. 1.5), אביסל שוואכערע בעטערי
(2100 vs 2300-2600 mAh), אביסל שוואכערע סקרין
(1920x1080 vs 1280x768), אביסל שוואכערע קעמרע
(8mp vs 13), און האט נישט קיין LTE. ממילא טאפ אוו די ליין איז עס נישט, כאטש ס'האט זיך געלוינט יעדע פעני פון די $250 וואס כ'האב געצאלט דערפאר.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 12:05 pm
דורך שמעקעדיג
נאך א מאדנע שאלה וואס איך האב. (אפשר באלאנגט עס אין זאכן וואס איך וויל וויסן - אדער רעגט מיך אויף...)
אסאך מאל ווען מען טוט א געוויסע פראצעדור אויפן קאמפיוטער, קומט עס באגלייט מיט א WIZARD, בפרט ווען מען אינסטולירט א פראגראם אדער א נייעם שטיקל הארדוועיר. דו דרוקסט ACCEPT אויף די טערמ'ס (נעוואדע וואדען) און נעקסט, נאכאמאל נעקסט, אפאר מאל דארף מען אבאכט געבן מען זאל די-סעלעקטן אפאר אפשענעל חזיר'יי וואס די קאמפאניס ווילן דיר אריינשמירן, ווי אומגעבעטענע טולבארס און טוישן האום פעידזשעס אויפן בראוזער וכו', נאכדעם זעהט מען שוין ענדליך די גרינע ליין הייבט זיך אן רוקן, "אינסטולינג.. פליז וועיט" בעטן זיי שיין, און אזוי ביז צום סוף. ווען אלעס איז פארטיג כשולחן הערוך, אנשטאט זאגן "קאנגראטולאציעס", וועט ער מיר הייסן דרוקן דעם פיינעל קנעפל, נאר אנשטאט "נעקסט" איז עס "פיניש".
קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס אויף דער וועלט איך דארף דריקן פיניש ווען עס איז שוין ממילא פארטיג? וואס איז דער ענין דערפון.
איך ווייס אז קיינער האט נישט קיין ענטפער, ס'איז א סארט טראדיציע, אבער דאך האב איך מקיים געווען דעם ישיחנה..
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 12:43 pm
דורך שלום על ישראל
פארוואס דען נישט א מודעה אז עס איז פארטיג? שטעל דיך פאר אז נאכדעם וואס דו זעהסט שוין ענדליך די גרינע ליין הייבט זיך אן רוקן טוישטו צו אן אנדערע סאפטווער פראגראם (אנטשולדיגט: עפפ), און ווען דו קומסט צוריק זעהסטו ... גארנישט.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 12:46 pm
דורך שמעקעדיג
זאל ארויפקומען בלויז א מודעה.
Thanks, you have successfully installed the bla bla bla
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 05, 2013 10:02 pm
דורך סאשי פיש
איך האלט אין איין האבען פראפלעמען מיט מיין אינטערנעט,
איך האב א ווייערליס מאדים, איך האב געקאלט HP און זיי זען נישט קיין פראפלעם און ווען די אינטערנעט פראוויידער האט געמאכט שטאטער די אינטערנעט ארבעט עס א מחיה, און ווען זיי מאכען עס שנעלער האלט עס אין איין מאכען פראפלעמען?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 11:26 pm
דורך petergrifin
איך פלאן צי טוישען פון ספרינט צי װערײזן פשוט װעגן איך דארף סעלפאן סערװיס װאס ארבײט מאוסט אװ די טײם. עניװעי, מײן ״פראגע״ איז
איך װיל אן ענדרויד פאון – יעצט איז דא א חילוק אין ריסעפשען צװישען למשל די etc. s4 vs htc one vs droid max?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 11:37 pm
דורך שמעקעדיג
נישטא קיין גרויסע נפק"מ. אלע האבן פיינע רעסעפשאן, עקקארדינג צו מערערע רעוויואס.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 11, 2013 1:38 pm
דורך סאשי פיש
סתם א פראגע פאר נייגעריגייט
די סעלפאון אנפאנג ווען עס איז ארויסגעקומען האט געקאסט טייער געלט יעדע מינוט צו רעדען מיט די צייט איז עס געווארען ביליגער און ביליגער ביז היינט קען מען האבען UNLIMITED רעדען פאר די זעלבע פרייז וואס מען צאלט פאר א היים טעלפאון,
משא"כ די אינטערנעט אויף סעלפאון ווערט טייערער און טייערער אמאל האט יעדער געהאט UNLIMITED מיט די צייט איז עס געווארען ווייניגער GB היינט מיין איך אז קיינער געט שוין נישט UNLIMITED אינטערנעט,
וואס איז פשט דערפון?