בלאט 11 פון 11

Re:

נשלח: זונטאג יוני 02, 2024 5:22 pm
דורך אקטיווע שרייבער
געדאנקן האט געשריבן: מאנטאג אפריל 03, 2023 1:38 pm איך בין נייגעריג אויב דער עולם דא ניצט טאקע די פאון אום שבת.
כבר היה.

Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 2:08 pm
דורך געטרייע טאטע
איז טאקע דא א ביהמ"ד וואס די מקוה האט הייסע וואסער אום שבת?

Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 2:19 pm
דורך א גוט יאר
געטרייע טאטע האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 2:08 pm איז טאקע דא א ביהמ"ד וואס די מקוה האט הייסע וואסער אום שבת?
וועלכע נישט?

Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 2:20 pm
דורך געטרייע טאטע
איך מיין רוב האבן לוילעך אום שבת נישט צו קאלט אין נישט צו הייס

Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 2:46 pm
דורך א גוט יאר
איך געדענק גיין אין בריעדיגע מקוה שבת

Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 2:49 pm
דורך צוויי
אריין און ארויס איז נישט קיין פראבלעם

די אמת איז אז אסאך זענען טאקע מקפיד נישט צו גיין אין מקוה שבת, ביי חסידים האט מען אבער נישט מקפיד געווען דערויף, מ'דארף טאקע אבאכט געבן אז ס'זאל נישט הייסן רחיצה

אונזערע צדיקים האבן אונז מגלה געווען אז ס'הייסט נישט רחיצה (אויב מ'ווייקט זיך נישט) און דאס איז פונקט גענוג פאר אונז.

נוצן א טעלעפאון שבת איז געהעריג חילול שבת, אן אריינגיין פונקטליך בבירור הלכה, האבן אונזערע גדולי הדור (און אויך די פריערדיגע) מגלה געווען אז אויך די היינטיגע עלעקטער איז חילול שבת (צו ס'איז אן איסור דאורייתא צו דרבנן צו עפעס אנדערש כאפט נאר א חילוק די שטראף וואס מ'באקומט אויב מ'איז עובר, און אויך אלץ אמירה לעכו"ם ווען ס'איז שבות דשבות אדער אנדערע צירופים, אבער איסור בלייבט איסור), און א פאון האט נאך איסורים אויסער עלעקטער,

Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 2:53 pm
דורך סקעפטיקער
עס איז ממש געווען א גילוי מן השמים?

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 5:03 pm
דורך הכנה דרבה
מן השמים קען נישט זיין ווייל תורה לא בשמים היא.

Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2024 2:14 pm
דורך מילך טראק
איך גלייב אז די שאלה איז נאר נוגע וועגן ניצן א פליפ פאון אדער די היים פאון ווייל א סמארט פאון איז דאך סתם אזוי אסור (נאך הארבער ווייל שבת איז מותר ביי פיקוח נפש) מהאט עס נאר מתיר געווען לצורך פרנסה וואס שבת איז אסור אלטס ממצוא חפציך

Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2024 2:17 pm
דורך היימלינד
מילך טראק האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 2:14 pm איך גלייב אז די שאלה איז נאר נוגע וועגן ניצן א פליפ פאון אדער די היים פאון ווייל א סמארט פאון איז דאך סתם אזוי אסור (נאך הארבער ווייל שבת איז מותר ביי פיקוח נפש) מהאט עס נאר מתיר געווען לצורך פרנסה וואס שבת איז אסור אלטס ממצוא חפציך
אין איסור חל על איסור

קרעדיט: בעלעגלה

Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2024 2:22 pm
דורך מילך טראק
ברוך השם איך ניץ נישט קיין פאון און איך גיי נישט אין מקוה

Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2024 2:24 pm
דורך מילך טראק
צ/ק
איך גלייב נישט סאיז הארבער ווייל רחיצה איז אויב עפעס נאר א דרבנן , און א פאון קען זיין שאלות פון א דאורייתא

Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2024 4:37 pm
דורך רויטער
ברוך השם איך ניץ נישט קיין פאון און איך גיי אין מקוה

Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2024 5:01 pm
דורך ראדני
צוויי האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 2:49 pm אריין און ארויס איז נישט קיין פראבלעם

די אמת איז אז אסאך זענען טאקע מקפיד נישט צו גיין אין מקוה שבת, ביי חסידים האט מען אבער נישט מקפיד געווען דערויף, מ'דארף טאקע אבאכט געבן אז ס'זאל נישט הייסן רחיצה

אונזערע צדיקים האבן אונז מגלה געווען אז ס'הייסט נישט רחיצה (אויב מ'ווייקט זיך נישט) און דאס איז פונקט גענוג פאר אונז.

נוצן א טעלעפאון שבת איז געהעריג חילול שבת, אן אריינגיין פונקטליך בבירור הלכה, האבן אונזערע גדולי הדור (און אויך די פריערדיגע) מגלה געווען אז אויך די היינטיגע עלעקטער איז חילול שבת (צו ס'איז אן איסור דאורייתא צו דרבנן צו עפעס אנדערש כאפט נאר א חילוק די שטראף וואס מ'באקומט אויב מ'איז עובר, און אויך אלץ אמירה לעכו"ם ווען ס'איז שבות דשבות אדער אנדערע צירופים, אבער איסור בלייבט איסור), און א פאון האט נאך איסורים אויסער עלעקטער,
יוזל און מוחאמאד האבן אויך מגלה געוועהן זאכן, ביי אונז אידן איז דא א פראצעס וויאזוי מען אנדשייד הלכה.
אגב, איך בין מגלה אז מען ברויך שלאגן כפרות, ערב פסח שני מיט א פרה אדומה וואס איז א בן אחר בן פון א שור הנסקל. פרעג מיך אפ.

Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?

נשלח: מאנטאג יולי 29, 2024 12:16 am
דורך yesiknow
איז גיין אין א הייסע מקוה ערגער ווי בכלל נישט(ווען מען דארף) גיין ?
על פי זוהר איז שבת צופרי דכצך וויכטיגער ווי ערב שבת אדער פונקט אזוי וויכטיג

Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?

נשלח: מאנטאג יולי 29, 2024 1:03 am
דורך וואלווי
yesiknow האט געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2024 12:16 am איז גיין אין א הייסע מקוה ערגער ווי בכלל נישט(ווען מען דארף) גיין ?
על פי זוהר איז שבת צופרי דכצך וויכטיגער ווי ערב שבת אדער פונקט אזוי וויכטיג
גיין אין הייסע וואסער שבת איז א הלכה'דיגע אישו, משא"כ זוהר און אלע וויכטיגע ענינים איז נישט מענדעטארי. אפי' ווען מ'דארף גיין, איז אין הלכה איז נישטא קיין חיוב צו גיין, ממילא איז נישט שייך ביי דעם צו גיין איז ערגער (אדער בעסער) מצד הלכה למעשה

Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?

נשלח: מאנטאג יולי 29, 2024 9:19 am
דורך מילך טראק
צוויי האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 2:49 pm אריין און ארויס איז נישט קיין פראבלעם

די אמת איז אז אסאך זענען טאקע מקפיד נישט צו גיין אין מקוה שבת, ביי חסידים האט מען אבער נישט מקפיד געווען דערויף, מ'דארף טאקע אבאכט געבן אז ס'זאל נישט הייסן רחיצה

אונזערע צדיקים האבן אונז מגלה געווען אז ס'הייסט נישט רחיצה (אויב מ'ווייקט זיך נישט) און דאס איז פונקט גענוג פאר אונז.

נוצן א טעלעפאון שבת איז געהעריג חילול שבת, אן אריינגיין פונקטליך בבירור הלכה, האבן אונזערע גדולי הדור (און אויך די פריערדיגע) מגלה געווען אז אויך די היינטיגע עלעקטער איז חילול שבת (צו ס'איז אן איסור דאורייתא צו דרבנן צו עפעס אנדערש כאפט נאר א חילוק די שטראף וואס מ'באקומט אויב מ'איז עובר, און אויך אלץ אמירה לעכו"ם ווען ס'איז שבות דשבות אדער אנדערע צירופים, אבער איסור בלייבט איסור), און א פאון האט נאך איסורים אויסער עלעקטער,
ביסט זיכער אז דאס באלאנגט אין תורה און מחשבה אשכול אדער ווייל ס'איז נישט דא קיין תורה בלי מחשבה האסטו עס דא אריינגעווארפן?

ווי שטייט אז חילוק פון אריין און ארויס אדער זיך ווייקן?

ס'איז פארהאן אידן וואס זענען "מקפיד" נישט מחלל שבת צו זיין אבער ביי חסידים האט מען נישט "מקפיד" געווען.

ס'איז געהעריג חילול שבת אהן דערוך טוהן הלכה

ווער זענען די "פריערדיגע" וואס האבן געהאלטן אז א פאן איז חילול שבת? איר מיינט מסתמא די "פריערדיגע" סקולענער רבי?

וועלכע נאך איסורים אויסער עלעקטעריק?

Re: איז גיין אין א הייסע מקווה שבת הארבער ווי ניצן א פאון?

נשלח: מאנטאג יולי 29, 2024 12:54 pm
דורך [NAMELESS]
אפשר גייט עס אריין אין די מתוך "מיעוט" עוונות