בלאט 11 פון 57

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 9:07 pm
דורך יחסן_גדול
מיסטעריע האט געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 04, 2023 11:31 pm אגב איך געדענק גוט די לופט און פילווער ווען סקווערער רבי איז נסתלק געווארן, כלל ישראל ובתוכם אלע משפחות אנטי דעם היינטיגן סקווערן רבין, האבן בשעתו אין תשכ"ח נישט פארשטאנען פארוואס מעגן נישט ביידע ווערן רבי, און פלוצים היינט פארשטייט מען אז אין מאנסי אדער לינדען טארן נישט זיין קיין צוויי, אתמהה

ק/פ פון אידישע וועלט פארומס בהסתלקות כ"ק מרן אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זצוקללה"ה
פון מיינע רשימות:
קב) ביום ההסתלקות של כ"ק מרן [מסקווירא] זצ"ל לפני הלויה, ישב כ"ק אדמו"ר [מסקווירא] שליט"א באחד החדרים הסמוכים להגרויסע שטוב (שבאותה תקופה היה ישן שם האדמו"ר ממאחניווקא שליט"א שלמד אז בישיבתנו הק'), ונכנסו לשם בני המשפחה והמקורבים לדבר אודות סדרי הלוי' והקבורה וגם אודות המשך ההנהגה, אבל כ"ק אדמו"ר שליט"א לא רצה לשמוע מזה, ואמר: איך קען נישט! איך קען נישט! ואמר שימסרו את ההנהגה לגיסו הגדול כ"ק האדמו"ר מראחמיסטריווקא זצ"ל שהתגורר אז בשיכון סקווירא. אבל האדמו"ר מראחמיסטריווקא זצ"ל לא רצה לשמוע מזה, ואמר שהוא אינו הבן של מרן זצ"ל, וכ"ק אדמו"ר שליט"א צריך למלאות מקום אביו הק'. אז אמר כ"ק אדמו"ר שליט"א שבשום אופן אינו יכול לקבל עליו את ההנהגה, ואם גם גיסו אינו רוצה, אז ימלאו שניהם ביחד. אבל גם על זה לא הסכים האדמו"ר מראחמיסטריווקא זצ"ל, ואמר שהוא אינו בנו של מרן זצ"ל, וההנהגה לא שייך לו כלל. כשראה כ"ק אדמו"ר שליט"א שאין לו ברירה, אז אמר שלכה"פ ימתינו שנה עד שיקבל עליו את ההנהגה. ונשאר החלטה שישאלו את דעתו של הרה"ח ר' משה גבאי ז"ל. ויצאו אל ר' משה גבאי, שישב בחוץ בה'גרויסע שטוב' ואמר תהלים, והציעו לפניו את השאלה שיש כן. וענה ר' משה גבאי: מימות הבעש"ט הק' קומט עס אז א רבי גייט אוועק און עס איז דא א זון, נעמט דער זון איבער די הנהגה תיכף ומיד. ואז אכן לא היה לכ"ק אדמו"ר שליט"א ברירה והוצרך לקבל אז את ההנהגה ולמלאות את מקום אביו הק'. (שמעתי מאבי שליט"א שנכח אז בהגרויסע שטוב)

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 9:50 pm
דורך ברוך שפינוזה
יחסן_גדול האט געשריבן:ענה ר' משה גבאי: מימות הבעש"ט הק' קומט עס אז א רבי גייט אוועק און עס איז דא א זון, נעמט דער זון איבער די הנהגה תיכף ומיד. ואז אכן לא היה לכ"ק אדמו"ר שליט"א ברירה והוצרך לקבל אז את ההנהגה ולמלאות את מקום אביו הק'. (שמעתי מאבי שליט"א שנכח אז בהגרויסע שטוב)
איז נישט דער ראחמאסטריקווער רבי אויך געוועהן א זוהן פונעם סקווירן? (כ'מיין אז מ'שרייבט סייווי איבער היסטאריע קען מען דאס שוין אויך איבערשרייבן :twisted: )

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 9:52 pm
דורך אמאהלגעקעננט
יחסן_גדול האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 9:07 pm
מיסטעריע האט געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 04, 2023 11:31 pm אגב איך געדענק גוט די לופט און פילווער ווען סקווערער רבי איז נסתלק געווארן, כלל ישראל ובתוכם אלע משפחות אנטי דעם היינטיגן סקווערן רבין, האבן בשעתו אין תשכ"ח נישט פארשטאנען פארוואס מעגן נישט ביידע ווערן רבי, און פלוצים היינט פארשטייט מען אז אין מאנסי אדער לינדען טארן נישט זיין קיין צוויי, אתמהה

ק/פ פון אידישע וועלט פארומס בהסתלקות כ"ק מרן אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זצוקללה"ה
פון מיינע רשימות: :D :D :D :D
קב) ביום ההסתלקות של כ"ק מרן [מסקווירא] זצ"ל לפני הלויה, ישב כ"ק אדמו"ר [מסקווירא] שליט"א באחד החדרים הסמוכים להגרויסע שטוב (שבאותה תקופה היה ישן שם האדמו"ר ממאחניווקא שליט"א שלמד אז בישיבתנו הק'), ונכנסו לשם בני המשפחה והמקורבים לדבר אודות סדרי הלוי' והקבורה וגם אודות המשך ההנהגה, אבל כ"ק אדמו"ר שליט"א לא רצה לשמוע מזה, ואמר: איך קען נישט! איך קען נישט! ואמר שימסרו את ההנהגה לגיסו הגדול כ"ק האדמו"ר מראחמיסטריווקא זצ"ל שהתגורר אז בשיכון סקווירא. אבל האדמו"ר מראחמיסטריווקא זצ"ל לא רצה לשמוע מזה, ואמר שהוא אינו הבן של מרן זצ"ל, וכ"ק אדמו"ר שליט"א צריך למלאות מקום אביו הק'. אז אמר כ"ק אדמו"ר שליט"א שבשום אופן אינו יכול לקבל עליו את ההנהגה, ואם גם גיסו אינו רוצה, אז ימלאו שניהם ביחד. אבל גם על זה לא הסכים האדמו"ר מראחמיסטריווקא זצ"ל, ואמר שהוא אינו בנו של מרן זצ"ל, וההנהגה לא שייך לו כלל. כשראה כ"ק אדמו"ר שליט"א שאין לו ברירה, אז אמר שלכה"פ ימתינו שנה עד שיקבל עליו את ההנהגה. ונשאר החלטה שישאלו את דעתו של הרה"ח ר' משה גבאי ז"ל. ויצאו אל ר' משה גבאי, שישב בחוץ בה'גרויסע שטוב' ואמר תהלים, והציעו לפניו את השאלה שיש כן. וענה ר' משה גבאי: מימות הבעש"ט הק' קומט עס אז א רבי גייט אוועק און עס איז דא א זון, נעמט דער זון איבער די הנהגה תיכף ומיד. ואז אכן לא היה לכ"ק אדמו"ר שליט"א ברירה והוצרך לקבל אז את ההנהגה ולמלאות את מקום אביו הק'. (שמעתי מאבי שליט"א שנכח אז בהגרויסע שטוב)
די מעשה איז עפעס א דמיון צו װאס. הײסט זײן גאנצע רביסטעװע איז געבױעט אױף משה גבאי ? הײסט ער האט גאר אױסגעכאפט ר זלמן לײב :D :like :like

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 10:34 pm
דורך עמרם
יחסן_גדול האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 5:45 pm
עמרם האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 3:06 pm
מיסטעריע האט געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 04, 2023 11:31 pm אגב איך געדענק גוט די לופט און פילווער ווען סקווערער רבי איז נסתלק געווארן, כלל ישראל ובתוכם אלע משפחות אנטי דעם היינטיגן סקווערן רבין, האבן בשעתו אין תשכ"ח נישט פארשטאנען פארוואס מעגן נישט ביידע ווערן רבי, און פלוצים היינט פארשטייט מען אז אין מאנסי אדער לינדען טארן נישט זיין קיין צוויי, אתמהה
ווער לאזט נישט אין מאנסי צוויי?

אלע חסידים וואס זענען געגאנגען צי כ"ק די רבי שליט"א ר' יעקב יוסף, קענען גערען באשטיין אז ר' יהושע זאל אויכט זיןן א רבי
ריכטיג, ער האט די פולע רעכט צו זיין א ראחמיסטריווקא רבי אין מאנסי, אבער כדי נישט צו וויי טוהן זיין פעטער רבי אברהם דוב, און כדי נישט צו שאפן מחלוקת און פאליטיק מיט די לאנג-יעריגע קהל ראחמיסטריווקא-מאנסי, מעג ער זיך רופן מיט אן אנדערע צו-נאמען, נישט ראחמיסטריווקא-מאנסי.
נישט גערעכט, זיין טאטע איז געווען ראחמיסטריווקא רבי מעג ער זיך אזוי ריפען, איך מיין רוב עולם גייט עס נישט אהן,

אז מרעדט שוין פון טוישען א נאמען, האב איך געהערט פון אונטער די קאליסען אז ביי איינער פון די מיטונגען מיט כ"ק רבי יעקב יוסף שליט"א אז ער זאל אנעמען די כתר האדמורי"ת בשלימת האט די רבי ארויפגעברענגט אז מ'דארף צילייגען א נאמען ווייל על וויל נישט טשעפענען זיין פעטער ר' יהושע

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 1:06 am
דורך שמעון וואלף
יחסן_גדול האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 7:13 am
מיסטעריע האט געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 04, 2023 11:48 pm איך וויל קלאר שטעלן, איך פארשטיי זייער די ווייטאג, ווען מ'האט א בא'טעמ'טע רבי זושא, אין דער שוואכסטער זוהן פון רבין ריקט זיך אהן אזוי מיר נישט דיר נישט אונטערן פוס.... אבער זייט וויסן טייערע לינדענער חסידים, ענק דארפן נישט מקבל מרות זיין פון איהם, אבער די די באבל וואלט במילא געפלאצט, ווייל די יעצטיגע לינדענער רבי איז א פלעינע ביזנעסמאן, און מער ווי א רב פון א ביהמ"ד וואלט ער במילא נישט געווארן, ער גייט נישט אנקומען צו ווייט, אבער איך וואונדער מיך אויף די די רבי'ס האחים הקדושים אנגעהויבן ביים בארא פארקער רבין, ער וואלט געדארפט זאגן פאר די 15 לינדענער חסידים איך קען נישט ווייטאגן מיין ברודער איך קען ענק נישט אויפנעמען אלס מיינע חסידים, די לינדענער שטיבל קען נישט זיין אונטער מיין הנהגה, נאר וואס דען "מ'מישט זיך נישט", די זעלבע אין מאנסי די ברודער זענען שטיל, מ'וועיסט נישט" וואס זענען זיי אנדערש פון זייער פעטער אין סקווירא.... מ'דארף מיר אפילו נישט ענטפערן, איך האב שוין פריער ערקלערט, א קליינע אויסגעשפילטע פלאץ וואס האט נישט געהאט גענוג חסידים כדי חלוקה פאר אלע ברודער'ס רבי'ס, אבער מ'האקט א גאנצען טאג אויף סקווירא און מ'מאכט זיי נאך טריט ביי טריט, נישט פאר דעם זענען אונז אוועקגעגאנגען פון סקווירא אז פערציג יאר שפעטער טוהט מען זיי נאך אויף יעדע שריט
מען קען נישט ארויף צווינגען אויף יונגערלייט וועמענס חסיד צו זיין, אין מאנסי ווילן זיי רבי יעקב יוסף, נישט רבי יהושע, אין לינדן ווילן זיי רבי זושא, נישט רבי יעקב יוסף מלינדען.
איך בין נישט אזוי באקאנט מיט די גאנצע רשה פון אדמור"י ראחמיסטריווקע אבער דאס וואס די שרייבסט, פון דעם האב איך זייער הנאה.

ווער האט אפגעמאכט ווער זאל ווערן רבי אין וועלכע שטאט? למשל לינדען. האבן זיך אהינגעצויגן עטליכע אינגעלייט אין געגרינדעט א שול. פארוואס זאלן די רבי'ס קינדער אדער משבקי"ם קענען איינטיילן אז זיי מוזן זיך מקבל מרות זיין פאר פלוני טווערסקי? די אלע קינדער פון די פריערדיגע רבי'ס זאלן מוחל זיין אליינס זיך בויען און נישט גנב'נן דאס וואס א צווייטער האט געבויעט.

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 1:16 am
דורך יחסן_גדול
מיסטעריע האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 11:25 am האדמו"ר רבי זושא שליט"א רעזיגנירט פון די לינדענער אדמורו"ת!!!

בייגעלייגט איז זיין רעזיגנאציע בריוו

עס קומט אריין פיינע נייעס, כ״ק אדמו״ר רבי זושא שליט״א וועט מן הסתם נישט גיין קיין וויליאמסבורג, נאר אנשטאט דעם עפענען א ביהמ״ד אין די אנדערע עק פון בארא פארק אונטער א צווייטע נאמען.

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 1:56 am
דורך יחסן_גדול
יחסן_גדול האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 1:16 am
מיסטעריע האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 11:25 am האדמו"ר רבי זושא שליט"א רעזיגנירט פון די לינדענער אדמורו"ת!!!

בייגעלייגט איז זיין רעזיגנאציע בריוו

עס קומט אריין פיינע נייעס, כ״ק אדמו״ר רבי זושא שליט״א וועט מן הסתם נישט גיין קיין וויליאמסבורג, נאר אנשטאט דעם עפענען א ביהמ״ד אין די אנדערע עק פון בארא פארק אונטער א צווייטע נאמען.
געהערט פון כלי ראשון אז דעם מיטוואך וועט כ״ק רבי ר׳ זושא שליט״א לאזן וויסן א קלארע ענטפער בנוגע וויליאמסבורג.

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 2:45 am
דורך [NAMELESS]
יחסן_גדול האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 1:56 am
יחסן_גדול האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 1:16 am
מיסטעריע האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 11:25 am האדמו"ר רבי זושא שליט"א רעזיגנירט פון די לינדענער אדמורו"ת!!!

בייגעלייגט איז זיין רעזיגנאציע בריוו

עס קומט אריין פיינע נייעס, כ״ק אדמו״ר רבי זושא שליט״א וועט מן הסתם נישט גיין קיין וויליאמסבורג, נאר אנשטאט דעם עפענען א ביהמ״ד אין די אנדערע עק פון בארא פארק אונטער א צווייטע נאמען.
געהערט פון כלי ראשון אז דעם מיטוואך וועט כ״ק רבי ר׳ זושא שליט״א לאזן וויסן א קלארע ענטפער בנוגע וויליאמסבורג.
לאמיר העלפן דעם רבי'ן מיט די החלטה מצד אחד איז וויליאמסבורג א סאטמערע שטאט בפרט לעצטענס ביי קהילת מהר''יי ויקם דור חדש ווי די ציבור איז מער ווייניגער חסידים איז שווער א נייע אדמו''ר זאל מצליח זיין און עס איז טאקע נאכנישט געווען א רבי מיט גרויס הצלחה הגם דינוב האט יא געזעהן א שטיקל הצלחה איז עס אויך א דאנק חסידי מונקאטש ממקורם און זיין זוהן וואס איז יארן געווען א מגי''ש.
מצד שני קען מען טראכטן סוף סוף וואלגערן זיך ארום צענדליגע צו הונדערטע אזעלעכע יחידים וואס באלאנגן נישט אין ערגעץ און פאסען זיך נישט אריין אין סאטמער עובדים זענען זיי אויך נישט זיך צו טרעפן דאס מקום ביי ר' מאטל זילבער פאר זיי קען א נייע חסידישע פארווע רבי זיין א ישועה און צוביסלעך קען ער זיך שטארק בויען מיט מוסדות וואס עס הערשט א שטיקל חלל אין שטאט בפרט אין מיידל סקול.

ראחמיסטריווקא מאנסי

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 2:57 pm
דורך עמרם
קריאת שם פאר כ''ק מרן רבינו יעקב יוסף שליט"א
כבוד רבינו שליט"א

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 5:45 pm
דורך צפת
לאמיר עס צונעמען אביסל...

זיי האבן אראפגענומען דער "קדושת, אדוננו, מורינו" און האבן בלויז איבערגעלאזט דער "רבינו".
משא"כ דער שווער פארמאגט יא דער טיטל "מרן", אבער נישט אלס "מורינו" - כלומר, ער איז א מרן, אבער נישט אונזערס. די שאלה איז בלויז, וועמענ'ס יא?
אבער נאך אלעמען, האט דער שווער א בענעפיט, אז ער איז א "מרן" בשעת דער איידעם איז נישט קיין "מרן".

נאך א חילוק איז דא, אז דער שווער'ס כבוד איז הייליגער ווי דער איידעמ'ס כבוד. דער שווער איז "כבוד קדושת" - הייליגע כבוד, דער איידעם איז בלויז "כבוד" - דער כבוד, אן הייליג.
קוקט אויס אז דער שווער פארמאגט אייגנקייטן וואס דער איידעם פארמאגט נישט.

דארף מען דאס אפלערנען בכובד ראש...

Re: Re:

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 9:16 pm
דורך kolal1
שמעון וואלף האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 3:28 am
קהל'ס נער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 4:55 pm פארוואס פאלט קיינער נישט איין אז ס׳קען זיין צוויי ראחמיסטריווקא רבי׳ס אין מאנסי?
קאר סערוויס מעיג זיין מאטיס און בעריס.
גראסעריס מעיג זיין עווערגרין און ראקלענד.
יעדע ביזנעס איז דא כאטש צוויי דא אין מאנסי, פונקט ראחמיסטריווקא רביס קען נאר זיין איינס?
איך מיין זיי האבן א פראבלעם דערמאנט ווייל נאכדעם וועט פלאצן די באבל וואס דארף צו גיבן די אימפרעשאן אז זיי זענען עפעס בעסער ווי א צווייטן, און ביי זיי איז די גאנצע כבוד בכלל נישט תופס מקום.
איך געדענק אז באבוב פלעגט טראגן די פאן פון שלום כאילו זיי זענען די פארטרעטער דערפון. למעשה איז ארויסגעקומען זייער ריכטיגע פרצוף און מ'קען זיך לערנען פון זיי וואס מיינט א ריכטיגע נוקם ונוטר טינה ומחזיק במחלוקת.

עינדליך שפילט זיך אפ אין ראחמיסטריווקע מאנסי, און זיי ווייסן נאכנישט וויאזוי דאס צו פעיסן. מה יאמרו הבריאות, וואס וועט די גאס זאגן אז מ'קומט זיך נישט אויס, אזש ס'פעלט אויס א טיילונג, און ככל החסידות בית ראחמיסטריווקע.
נישט פינקליך
ווייל זיי ווילן נאכמאכן ויזשניץ מאנסי
מיט וועם זיי האבן געלעבט צוזאם אלע יארן
און זיך משדך געווען אסאך
זעהט אויס אז סגייט נישט

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 9:35 pm
דורך אמאהלגעקעננט
צפת האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 5:45 pm לאמיר עס צונעמען אביסל...

זיי האבן אראפגענומען דער "קדושת, אדוננו, מורינו" און האבן בלויז איבערגעלאזט דער "רבינו".
משא"כ דער שווער פארמאגט יא דער טיטל "מרן", אבער נישט אלס "מורינו" - כלומר, ער איז א מרן, אבער נישט אונזערס. די שאלה איז בלויז, וועמענ'ס יא?
אבער נאך אלעמען, האט דער שווער א בענעפיט, אז ער איז א "מרן" בשעת דער איידעם איז נישט קיין "מרן".

נאך א חילוק איז דא, אז דער שווער'ס כבוד איז הייליגער ווי דער איידעמ'ס כבוד. דער שווער איז "כבוד קדושת" - הייליגע כבוד, דער איידעם איז בלויז "כבוד" - דער כבוד, אן הייליג.
קוקט אויס אז דער שווער פארמאגט אייגנקייטן וואס דער איידעם פארמאגט נישט.

דארף מען דאס אפלערנען בכובד ראש...
נאכגעמאכטע שארפקײט און פיקחות האט אלע מאל יענע טעם. ( בד״װ מרן איז אױך טײטש אונזערס נאר אױף ארמיש פרעג איבער דײן מלמד אין ת״ת תולדות יעקב יוסף )

Re: ראחמיסטריווקא מאנסי

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 10:18 pm
דורך יחסן_גדול
עמרם האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 2:57 pm קריאת שם פאר כ''ק מרן רבינו יעקב יוסף שליט"א
כבוד רבינו שליט"א
דער רבי שליט״א מהרי״י האט דאך געזאגט אז דאס רבי׳סטעווע וועט גיין צוביסלעך, דעריבער הייבט מען אן מיט ׳כבוד׳, במשך הזמן וועט צוקומען דאס טיטל ׳קדושת׳, אזוי אויך שרייבט מען יעצט ׳רבינו׳, בבוא הזמן וועט צוקומען דאס ׳מרן אדוננו מורינו׳…
מען דארף נאר האבן געדולד!

נקודה למחשבה: דער באיאן׳ער רבי שליט״א אין זיינע ערשטע רבי׳סטעווע יארן האט נישט געלאזט שרייבן כ״ק. אזוי אויך דער וויזניצער רבי מהר״י לאזט ביז היינט נישט שרייבן כ״ק, נאר מרן.

סך הכל, די אמת׳ע ערליכע רביים לאזן נישט שרייבן אויף זיך קיינע טיטלען.

ווער עס קען די היסטאריע פון אדמור״י בית ראחמיסטריווקא, דער זעהט בחוש אז הרה״צ מרן רבי יעקב יוסף שליט״א איז אן אמת׳ע ראחמיסטריווקא רבי.
ווען רבי דוד׳ל ראחמיסטריווקא איז נסתלק געווארן איז הרה״ק רבי אהרן מבעלזא זי״ע געקומען צו זיין זוהן רבי יוחנן׳טשע מנחם אבל זיין, דערביי האט ער זיך אנגערופן ״ראחמיסטריווקא רבי״! רבי יוחנן׳טשע האט רעאגירט: ״מיין טאטע איז געווען א רבי״, האט דער בעלזא רב נאכאמאל געזאגט: ״ראחמיסטריווקא רבי״ עטליכע מאל, ביז רבי יוחנן׳טשע האט נישט געהאט קיין ברירה.
בנו הרה״ק רבי ישראל מרדכי זי״ע האט אלס געלאזט וויסן אז ער איז נישט קיין רבי, נאר דער ברודער אין אמעריקא איז א רבי. ועוד מימרות וסיפורים כידוע.
הרה״ק רבי חי יצחק זי״ע פלעגט אלס זאגן אז ער איז נישט קיין רבי, נאר ער האט א קרעמל… ועוד אמר ״איך בין נישט קיין רבי, אבער דער טיש איז א טיש״. ועוד מימרות כידוע.
און יעצט שפיגלט זיך דאס אפ אין כבוד רבינו מהרי״י שליט״א, וועלכער האט זיך אלע זיינע קינד׳ערישע און בחור׳ישע יארן געווייקט ביים עלטער פעטער רבי ישראל מרדכי זי״ע, אזוי אויך נאכן חתונה וואוינענ׳דיג אין ארה״ק, וואו ער האט זיך געלערנט דאס פשטות און עניוות ושפלות פון ראחמיסטריווקא בפרט, און אצילות פון טשערנאביל בכלל.
אזוי אויך האט ער זיך דאס געלערנט פון זיין גרויסן זיידע זי״ע הכ״מ.
אבער אלע זיינע פעטער׳ס האבן דאס נישט אין זייער בלויע בלוט (דשינ״ס בלע״ז), זיי זענען אויפגעוואקסן אין מלכות בית סקווירא, וואו עס איז נישט פארהאנען נישט קיין פשטות, עניוות און שפלות פון ראחמיסטריווקא, און נישט קיין אצילות פון טשערנאביל, נאר עס איז גאר עפעס אנדערש.
יעצט שטעלט זיך די קושיא, ווי אזוי קען סקווירא מחליט זיין ווער עס זאל זיין דער ׳ראחמיסטריווקא׳ רבי אין מאנסי, זיי פארשטייען דאך בכלל נישט צום באדייט פון ראחמיסטריווקא?
ווי עס זעהט אבער אויס פארשטייען די ראחמיסטריווקא חסידים אין מאנסי צום באדייט פון ראחמיסטריווקא, דעריבער האבן זיי זיך געקליבן דעם רבי׳ן וועלכע אנטלויפט פון די רבי׳סטעווע, און נישט דער וועלכע האט דאס באלד געכאפט מיט ביידע הענט.

Re: ראחמיסטריווקא מאנסי

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 11:20 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
יחסן_גדול האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 10:18 pm

וואס מיינט אצילות?

Re: ראחמיסטריווקא מאנסי

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 3:54 am
דורך יחסן_גדול
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 11:20 pm

קוק נאר אויף מרן רבי יעקב יוסף שליט״א וועסט דו פארשטיין.

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 6:40 pm
דורך יחסן_גדול
IMG_0569.jpeg

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 11:41 pm
דורך יחסן_גדול
ברכת מזל טוב אל מול פני הקודש כ״ק מרן אדמו״ר הרה״צ רבי ישעי׳ משולם זוסיא שליט״א לרגל התמנותו לאדמו״ר מראחמיסטריווקא-וויליאמסבורג.
יאריך ימים על ממלכתו הוא ובניו בקרב ישראל.

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 2:01 am
דורך צפת
וויליאמסבורג האט זוכה געווען מן ההפקר.

פון די געלונגענסטע רבי'ס בדורינו, פון די געלונגענע לבית רחמסטריבקא... זאלן זיי נאר זיין גוטע מבינים אויף אים און אים אויסנוצן ווי עס דארף צו זיין.

די שטאט וויליאמסבורג פארמאגט א היסטאריע פון נישט קענען האלטן ביי זיך קיין אדמורי"ם, און אויב יא, דאן איז דאס שוואכע אויסגעשפילטע רבי'ס. זאל דאס מאל זיין אן אויסנאם און זאל ער טאקע ברעכן דעם סטאטוס און ווייזן, אז מען קען זיין א געלונגענע אדמו"ר אפילו אין וויליאמסבורג.

אויב איז ער דארט מצליח, קען עס אים גאר גוט געלונגען. א ריכטיגער עובד ה' אין וויליאמסבורג, האט נישט וואו זיך צו דרייען, אפשר ביי ר' טודרוס? - אויך נאר פאר א געוויסער סארט מענטש. ער קען נאך שיין מצליח זיין דארט.

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 2:15 am
דורך [NAMELESS]
צפת האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 2:01 am וויליאמסבורג האט זוכה געווען מן ההפקר.

דינוב האט גאר שיין מצליח געווען קעגן וואס ער האט געהאט אין פלעטבוש.
ר' טודרוס סטייל מענטשען וועלן נישט גיין צו עם ווי פארשטענדליך אויב עפעס וועט ער ערפילן א אומזעהבארע פראקציע וואס וואלגערן זיך יעצט אין בתי מדרשים איבער די שטאט, אפשר אביסל סטוטשין חסידים וועלן ריליסען די פרעשור און סוויטשען אהין

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:35 pm
דורך היימלינד
עמעזאן האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 2:15 am
צפת האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 2:01 am וויליאמסבורג האט זוכה געווען מן ההפקר.

פון די געלונגענסטע רבי'ס בדורינו, פון די געלונגענע לבית רחמסטריבקא... זאלן זיי נאר זיין גוטע מבינים אויף אים און אים אויסנוצן ווי עס דארף צו זיין.

די שטאט וויליאמסבורג פארמאגט א היסטאריע פון נישט קענען האלטן ביי זיך קיין אדמורי"ם, און אויב יא, דאן איז דאס שוואכע אויסגעשפילטע רבי'ס. זאל דאס מאל זיין אן אויסנאם און זאל ער טאקע ברעכן דעם סטאטוס און ווייזן, אז מען קען זיין א געלונגענע אדמו"ר אפילו אין וויליאמסבורג.

אויב איז ער דארט מצליח, קען עס אים גאר גוט געלונגען. א ריכטיגער עובד ה' אין וויליאמסבורג, האט נישט וואו זיך צו דרייען, אפשר ביי ר' טודרוס? - אויך נאר פאר א געוויסער סארט מענטש. ער קען נאך שיין מצליח זיין דארט.
דינוב האט גאר שיין מצליח געווען קעגן וואס ער האט געהאט אין פלעטבוש.
ר' טודרוס סטייל מענטשען וועלן נישט גיין צו עם ווי פארשטענדליך אויב עפעס וועט ער ערפילן א אומזעהבארע פראקציע וואס וואלגערן זיך יעצט אין בתי מדרשים איבער די שטאט, אפשר אביסל סטוטשין חסידים וועלן ריליסען די פרעשור און סוויטשען אהין
ריליסען וועט נישט זיין גענוג, עס איז זייער אן אנדערע סארט הנהגה אפשר אפילו סתירה'דיג
בד"וו איז ער אנטי ר' מוטל ושיטתו [שמעתי מבנו לפני כמה שנים], אבער היות ער האלט זיך נישט פאר קיין מאן דאמר און א בעל שיטה זיכער נישט ווייסט מען נישט פון דעם.
גראדע האט ער געלערנט אין סטוטשין ביי רבי אליעזר פאר כמה שנים, איך גלייב נישט אז זיין התנגדות קומט פון דארט. ויש לדון

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 7:12 pm
דורך נחום הסופר
ווער קען אויסרעכענען דעם ראכמיסטריווקער רבין'ס קינדער לפי סדר חשיבותם?

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 8:38 pm
דורך מיסטעריע
צפת האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 2:01 am וויליאמסבורג האט זוכה געווען מן ההפקר.

פון די געלונגענסטע רבי'ס בדורינו, פון די געלונגענע לבית רחמסטריבקא... זאלן זיי נאר זיין גוטע מבינים אויף אים און אים אויסנוצן ווי עס דארף צו זיין.

די שטאט וויליאמסבורג פארמאגט א היסטאריע פון נישט קענען האלטן ביי זיך קיין אדמורי"ם, און אויב יא, דאן איז דאס שוואכע אויסגעשפילטע רבי'ס. זאל דאס מאל זיין אן אויסנאם און זאל ער טאקע ברעכן דעם סטאטוס און ווייזן, אז מען קען זיין א געלונגענע אדמו"ר אפילו אין וויליאמסבורג.

אויב איז ער דארט מצליח, קען עס אים גאר גוט געלונגען. א ריכטיגער עובד ה' אין וויליאמסבורג, האט נישט וואו זיך צו דרייען, אפשר ביי ר' טודרוס? - אויך נאר פאר א געוויסער סארט מענטש. ער קען נאך שיין מצליח זיין דארט.
אלס איינער פון די ראחמיסטריווקא בני יואל.... דהיינו געקליבן דעם רבין זצ"ל אלס די פערזענליכקייט וואס ער איז געווען, (און נישט גענומען דעם סקווערן שוואגער אלס מנהיג אין יענע יארן וד"ל), און נישט ווי די היינטיגע חסידים וואס נעמען די קינדער פשוט אלס המשכה צום טאטן ואכמ"ל, איך האלט זיי זענען פיינע אינגערלייט, אבער נישט אזוי ווי צפת לייגט דאס אראפ.

שטעלט זיך די פראגע, אויב וואלט ער געגאנגען קיין מאנסי וואלט ער נאכאלס געווען "פון די געלונגענסטע רבי'ס בדורינו, פון די געלונגענע לבית רחמסטריבקא", די זעלבע זאך פארקערט אויב וואלט רבי יהושע געגאנגען קיין וויליאמסבורג וואלט צפת אויכעט געשריבן די זעלבע הגדרה "א ריכטיגע עובד השם" אדער ווי ער זאל נאר גיין איז ער פארפלעקט מיט די חטא אז ער איז א איידעם אין סקווירא... וד"ל.

קאמענטארן זענען איבעריג

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 8:56 pm
דורך מיסטעריע
איך וויל קלאר שטעלן איך מיין נישט דווקא צפת וכת דילי', איך כשלעצמי זעה איך מיר מער אין איינקלאנג אפילו פאר רבי יעקב יוסף פון מאנסי, פשוט פאר די איינציגע סיבה, אז א רבי איז דער פערזענליכקייט זעלבט פון איהם דוקא, און נישט קינדער וכדומה, און אויב זאל ווען זיין א אייניקל וואס שטייגט איבער די קינדער זאל דאס זיין די אפציע, און אויב איז דאס א איידעם זאל זיין אזוי, און אויב קיינער נישט פון זיי, זאל עס אפילו זיין א תלמיד פונעם רבין, כפי שהיה בימים הראשונים להתייסדות חסידות, ביז ס'איז געווארן קאמפעני'ס, ראחמיסטריווקא האט געהאט א חן פון די אמאליגע דור, און נישט געווען קיין קאמפעני וכו', היינט מכלומר'שט זענען זיי א קאמפעני ווי אלע אנדערע, נאר נישט גענוג פלייש צו קענען סערוויסן אזויפיל קינדער פאר פרישע צווייגעלעך און די חסידיק-קאמפעני אימפעריע.

אבער וואס האט מיך געכאפט פו צפת, אז ער רייסט אראפ רבי יהושע אין מאנסי, אז ער האט נישט גארנישט, למעשה רבי זושא אין וויליאמסבורג האט דיך אויכעט גארנישט??!! קומט מען אויף מיט א נייע ספין, "פון די געלונגענסטע רבי'ס בדורינו, פון די געלונגענע לבית רחמסטריבקא... זאלן זיי נאר זיין גוטע מבינים אויף אים און אים אויסנוצן ווי עס דארף צו זיין" עכל"ק של צפת.

אלעס איז געטריבן מיט עקלהאפטיגע שנאה און אגענדעס, און איך קעניש דערליידן אזאנס זאל האבן זיך ערווארבן פון די רבי זצ"ל'ס הארעוואניע כל ימי חייו, וואס אונזערע עלטערע געדענקן און ווייסן, נישט דער נייע צוגעקומענע חברה, וואס האבן פארשלייערט די גאנצע זאך אין א חסידיק-קאמפעני ווי אלע אנדערע פירמעס