בלאט 11 פון 12

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2024 6:27 pm
דורך צקון לחש
צומישט און צוחישט האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 2:05 pm (ס'דא א באקאנטע ווידאוי.. ואכמ"ל)
סתם אנצורייצן איז נישט שיין...

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:19 pm
דורך הכנה דרבה
צומישט און צוחישט האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 2:05 pm
טמיר האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 8:58 am
סביב העולם האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 5:08 pm נישט עס צו מאכן א מאחורי שמועס, אבער וואס טוט מען ווען מען איז מקיים דעם ולערב וגו' און א קינד קלאפט אין טיר?
מ'שרייט ארויס, שעפעלע טאטי מאמי מאכן יעצט א בעבי.

מיין רבי פלעגט זאגן דער אמת איז די בעסטע ליגנט
סוי וואס שרייט מען ווען זי איז א מעוברת ומינקת?..
--
(ס'דא א באקאנטע ווידאוי.. ואכמ"ל)
דעמאלטס באשאפט מען רוחניות'דיגע בעיביס כמבואר בספרים.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:19 pm
דורך הכנה דרבה
אגב, פון וועלכע ווידיאו רעדסטו, א לינק האסטו?

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:32 pm
דורך אתערותא דלתתא
הכנה דרבה האט געשריבן: דעמאלטס באשאפט מען רוחניות'דיגע בעיביס כמבואר בספרים.

וועלכע ספרים?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:33 pm
דורך הכנה דרבה
דאכצעכמער אין אוצרות חיים (מהרח"ו) האב איך עס געלערנט.

Re:

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:34 pm
דורך אתערותא דלתתא
ווער האט געשריבען די אוצרות החיים?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:35 pm
דורך הכנה דרבה

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 11:36 pm
דורך אתערותא דלתתא
שקויעך

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 10:06 pm
דורך הייליג
שמעקעדיג האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 8:10 am
Chasidishmashpia האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 4:09 am
היימלינד האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 11:46 am #2 איר קויפן דעם ספר "מה טובו" וואס איז א ריכטיגער eye opener פאר צומישטע נשמות

וואס איז די ספר מה טובו ? ווער איז די מחבר?

מה טובו אוהליך: די תורה'דיגע השקפה אויף שלום בית און קדושת הבית (Yiddish Edition)
https://a.co/d/3GAg73H
ווער איז די מחבר? און וואס בערך שטייט דארט?
ס'איז א ספר וואס אויב זי וועט עס ליינען וועט עס העלפן פאר די פראבלעמן פון די וואס ווילן זייערע ווייבער זאלן אנדערש אויסזעהן? אדער פארקערט?

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 10:11 pm
דורך מילך טראק
ווייס נישט ווער די מחבר איז מסתמא נישט קיין גורער חסיד, שטייט אנפאנג גרויסע ווארנוג אז בחורים זאלן עס נישט ליינען ווייל סקען זיי שאטן, למעשה שטייט דארט גארנישט ספעציעל, סך הכל איין ווארט אזעל פי תורה מעג מען ליב האבן די אייגענע ווייב, ער ברענגט גאנצעטע ריאות אויף א אזא פשוטע זאך

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 10:16 pm
דורך צוויי
הייליג האט געשריבן: ווער איז די מחבר? און וואס בערך שטייט דארט?
ס'איז א ספר וואס אויב זי וועט עס ליינען וועט עס העלפן פאר די פראבלעמען פון די וואס ווילן זייערע ווייבער זאלן אנדערש אויסזעהן? אדער פארקערט?

ס'קוקט מיר אביסל אויס ווי דו טרייסט זייער שטארק צו טוישן און איבערמאכן דיין ווייב,

דאס וועט בשום אין אופן קיינמאל ארבעטן. פאר קיינעם נישט, און זיכער נישט פאר א ווייב. נישט קיין חילוק וויפיל ספרים און הוכחות מ'וועט איר געבן צו ליינען און צו הערן וכדו', דאס דארף קומען פון ליבשאפט, און עכטע קער, און ס'וועט גיין כמים פנים אל פנים, און זי וועט וועלן עכט זיך צושטעלן צום מאן, דעמאלטס קען מען צוביסלעך אנפאנגען צו בעטן זאכן, פארשטייט זיך זייער צוביסלעך און מיט א מאס, די איבריגע וועט שוין נאכקומען אליינס.

אגב, מה טובו איז א סארט ספר וואס דו וועסט לכאו' וועלן געבן פאר דיין ווייב זי זאל ווערן אויפגעקלערט (אלעס עפ"י תורה), אבער ווי געזאגט וועט עס נישט העלפן אויף די מהלך פון איר וועלן איבערטוישן אויף איין מאל. נאך דעם וואס עס וועט האלטן אויף א דרך ווי איך האב פריער דערמאנט, וועט די ספר שוין אטאמאטיש מער אריינגיין אין איר, און איר העלפן צו פארשטיין וואס איר מאן דארף טאקע עכט וכו'.

פאר מער איבער דעם מהלך צו מאכן בעסער דעם שלום בית, וואס וועט גראדע אויך העלפן אז די ווייב זאל זיך מער צושטעלן, איז ברייט אויסגעשמועסט אין די בלעטער פון דעם דאזיגן אשכול.

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 3:31 am
דורך עמקות התם
מילך טראק האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 10:11 pm ווייס נישט ווער די מחבר איז מסתמא נישט קיין גורער חסיד, שטייט אנפאנג גרויסע ווארנוג אז בחורים זאלן עס נישט ליינען ווייל סקען זיי שאטן, למעשה שטייט דארט גארנישט ספעציעל, סך הכל איין ווארט אזעל פי תורה מעג מען ליב האבן די אייגענע ווייב, ער ברענגט גאנצעטע ריאות אויף א אזא פשוטע זאך
גוט געזאגט, איך האב אמאל געזעהן דעם בוך, און איך ווינדער מיך מה כל הרעש וואס זאגט ער שוין? עד כדי כך מען דארף עס געבען פארען ווייב?
וואס שרייבט ער שוין וואס א פרוי/מאן זאלען נישט האבען געוויסט ביפאר?
אפשר איז דא א נייע מהדורה וואס איך האב נישט געזעהן

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:45 am
דורך איש מרדכי
סביב העולם האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 1:19 am איך קען נישט רעדן פאר יעדן, און געוויס בין איך נישט אויסשטאפירט מיט אונטערהער אפאראטן אין יעדנס בעדרום... אבער איך וואלט זיך געטרויט צו זאגן אז די וועלכע קענען נישט האבן - לפחות נאך עטליכע יאר נאך די חתונה - א שטארקע שינוי ביי די פרוי בענין זה, האבן פונקט אזוי אסאך אנדערע אישו'ס, און זעהן זיך שטארק נישט אויג אויף אויג.

און געוויס, ווען סיי וועלכע זאך קומט באגלייט מיט א דיסרעספעקט צו די פרוי און אירע מענטשליכע רעכטן איז עס א רעצעפט פאר א דורכפאל לכתחילה, און טראגט צוריק די דעסייער פונעם מאן עשר מעלות אחורנית.
ווי אזוי קומט פון זיך אליין א שטארקע שינוי ביי די פרוי?
אפילו איך טשעק אלע באקסעס בנוגע איר רעספעקטירן אין טוישן די בעיבי'ס דייפערס כמבואר בתגובת @ברוך שפינוזה
איז נאך אלס דא אינפארמעישען בענין זה וואס פעילט איר. נישט אזוי?

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:55 am
דורך סביב העולם
דער ענטפער איז זייער שטארק אנדערש ביי יעדן איינעם. כ'גלייב נישט אז ס'איז דא א פרוי וואס איז דורך דעם סיסטעם און האט מורא פון וואס מ'האט איר אויסגעלערנט צו מורא האבן, און וועט פון זיך אליין אנהייבן טוישן זאכן. אבוויעסלי איז עס מיט אן אתערותא פון דעם מאן. נאר וואס, דער מאן מעג סודזשעסטן איידעלערהייט ברמיזא, און אויב בויט זיך אויף א טראסט און רעספעקט וועט זי עס - אין 99 פראצענט פעלער - צופרידענערהייט ממלא זיין, לפחות למחצה לשליש, ומעלין בקודש.

וואס איז יא וויכטיג צו געדענקען, 1) עמאשענעל סופפארט איז וויכטיג פונקט אזוי ווי טוישן דייפערס, מ'דארף זיין גיביג און ווארעם סיי בלב און סיי במעשה און 2) אויב מ'האפט צו קענען לעבן מיט א פרוי זיבעציג אכציג יאר, איז נישט עכט סענסיבל צו האפן אז זאכן טוישן זיך אין איין טאג אדער אפילו אין איין חודש... עס קען דויערן א גוטע פאר חדשים ביז א יאר צו אנהייבן זעהן א רמז קל פון א שינוי, און אפילו דאן גייען זאכן גרעדזשועלי.

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 12:31 pm
דורך איש מרדכי
דאונט געט מי ראנג, אין די בעדראם האב איך שוין געטוישט כמה זאכן, ווי למשל די שווארצע גארביטש בעגס ביי די ווינדאויס אז סזאל זיך ח"ו נישט אריינשווערצן די בלאסע ליכטיקייט פון די לייט לאמפס אדער פון די לבנה דורך די האלב באוואכטע ווינדאוי שעיטס, דעיס איז שוין אראפ! און שוין מער פון דעים אויך.

און ב"ה זי איז מסכים צו אלע שינויים, אבער דאס באדערט מיר אז זי איז מסכים, ווען נישט איך נעם די גאטס אראפצונעמען גארביטש בעגס וואלט עס געווען דארט ביז די 120.
יעדע זאך דארף איך עקסטער מסביר זיין און זי מסכים זיין, בקיצור.. ס'מיר שווער צי שרייבן אסאך, איך שרייב דורך on screen keyboard

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 1:19 pm
דורך סביב העולם
1) איך רעד דוקא נישט פון בעדרום ספעסיפיקלי, דא איז פארט נישט מאחורי... ס'איז דא גענוג אנדערע זאכן ווי די דיבעיט איז רעלעוואנט און אפי' וויכטיגער ווי דארט.

2) זי איז מסכים אבער ס'באדערט דיר - מיינט דאס אז עס באדערט דיר אז דו דארפסט איר זאגן? אדער די פוינט איז אז ס'איז א גאנצע בעק נ פארטה יעדעס מאל. אויב באדערט דיר אז דו דארפסט איר זאגן, איים סארי אבער ס'מעג דיר באדערן. ס"ה האסטו עס געזאגט איין מאל און געענדיגט מיט די גילטי און 2 סענטס קאנטשעס פארעווער אויף דעם נושא. איי נעקסטע וואך גייסטו עס האבן נאכאמאל אויף אן אנדערע נושא?! נו, טאף לאק, פארדעם איז זי א פרוי און דו א מאן. די וועש וואשן דארף זי נישט אנקומען זאלסט איר מסביר זיין און ס"ה איז דא א דרייסיג פערציג פרטים וואס דו וועסט דארפן מסביר זיין. בבא היום וועסטו האבן פארגעסן דערפון.

אויב איז דיין פוינט אז ס'איז א בעק נ' פארטה יעדעס מאל, דארפסטו סיי געדענקען אז תפסת מרובה לא תפסת, און יאג זיך נישט אין ערגעץ פליז... און בעיקר - אויב גייסטו מיט געדולד און רעספעקט קומט א פוינט ווי זי טראסט און געט נאך - ברצון גמור - 1-2-3. האב געדולד, ס'לוינט זיך.

אויב באדערט דיר נאך עפעס אנדערש וואס כ'האב נישט אויסגערעכנט, זיי מסביר. אבער דערווייל קוקט אויס ווי דו האסט די זעלבע "סטראגל" וואס רוב באקוועמע אנ"ש האבן ווען זיי האבן חתונה מיט א סיסטעם-פראדאקשן וואוילע תלמידה. און ביי רוב האט זיך די אישו היבש מינימיזירט במשך הזמן.

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 2:34 pm
דורך הייליג
הייליג האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 10:06 pm
שמעקעדיג האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 8:10 am
Chasidishmashpia האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 4:09 am
היימלינד האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 11:46 am #2 איר קויפן דעם ספר "מה טובו" וואס איז א ריכטיגער eye opener פאר צומישטע נשמות

וואס איז די ספר מה טובו ? ווער איז די מחבר?

מה טובו אוהליך: די תורה'דיגע השקפה אויף שלום בית און קדושת הבית (Yiddish Edition)
https://a.co/d/3GAg73H
ווער איז די מחבר? און וואס בערך שטייט דארט?
ס'איז א ספר וואס אויב זי וועט עס ליינען וועט עס העלפן פאר די פראבלעמן פון די וואס ווילן זייערע ווייבער זאלן אנדערש אויסזעהן? אדער פארקערט?
קען ביטע איינער ברענגן עטליכע דוגמות פון די אינהאלט הספר?

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2024 11:48 am
דורך חכם עתיק
הייליג האט געשריבן:
ווער איז די מחבר? און וואס בערך שטייט דארט?
ס'איז א ספר וואס אויב זי וועט עס ליינען וועט עס העלפן פאר די פראבלעמן פון די וואס ווילן זייערע ווייבער זאלן אנדערש אויסזעהן? אדער פארקערט?

קען ביטע איינער ברענגן עטליכע דוגמות פון די אינהאלט הספר?

סיז ווערד די פאר דאללער.

מיר האבן עס גענוצט צו לערנען צוזאמן מיטן אשת חיל.
(נישט ריזיגע חידושים)

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2024 2:31 am
דורך טמיר
א הערליכע שמועס מיט אזא קאפל. די מאן גלייבט נישט און גארנישט, און די ווייב איז א רעביצען... פאר מיך איז עס געווען זייער moving

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2024 2:37 am
דורך טעלעגראם
שמעקעדיג האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 8:10 am
Chasidishmashpia האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 4:09 am
היימלינד האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 11:46 am #2 איר קויפן דעם ספר "מה טובו" וואס איז א ריכטיגער eye opener פאר צומישטע נשמות

וואס איז די ספר מה טובו ? ווער איז די מחבר?

מה טובו אוהליך: די תורה'דיגע השקפה אויף שלום בית און קדושת הבית (Yiddish Edition)
https://a.co/d/3GAg73H
איז דעס די זעלבע זאך נאר צען דאלער ביליגער ?
מה טובו אהליך - חלק א: די תורה'דיגע השקפה אויף שלום בית (Yiddish Edition) https://a.co/d/46Fo5Ea

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2024 12:32 pm
דורך תשפג
טעלעגראם האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 2:37 am איז דעס די זעלבע זאך נאר צען דאלער ביליגער ?
מה טובו אהליך - חלק א: די תורה'דיגע השקפה אויף שלום בית (Yiddish Edition) https://a.co/d/46Fo5Ea
די טייערע האט 428 בלעטער, משא״כ די ביליגערע האט נאר 110 בלעטער.

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2024 12:44 pm
דורך בונה של טוב
איך ווייס נישט אויב איינער דא האט עס שוין דערמאנט (כ׳נישט דורכגעליינט דא יעדן׳ס piece) אבער אין קעיס איינעם וועט עס צוניץ קומען: ס׳דא א וואטסאפפ גרופע וואס ווערט אנגעפירט דורך אן ארטאדאקסישע רביצין פאר פרומע פרויען וואס ווילן חיזוק אין אזא מערידש ווי זייער מאַן גלייבט נישט אין תורה מן השמים, ס׳איז אפילו דא דארט מאמעס פון קינדער וואס זייער מאַן גלייבט נישט אין באשעפער

אויב איינער וויל אויסגעפינען מער וועגן די אנפירערין פון די גרופע קענט איר הערן די אינטערוויו פון איר מיט איר מאַן דא:



ווי איך האב שוין פריער דערמאנט איז זי ארטאדאקסיש (נישט חרדי) אבער חסידישע און ליטווישע פרומע פרויען טרעפן אסך גוטע חיזוק דארט לויט וואס כ׳האב געהערט

(חיזוק: נישט צו שטיין די מאַן אויפ׳ן קאָפּ און וויאזוי זיך אן עצה צו געבן ווען די מאן גלייבט נישט און זיי פרובירן נאך אלס מחנך צו זיין די קינדער על פי תורה

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2024 1:13 pm
דורך טעלעגראם
בונה של טוב האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 12:44 pm
א לינק צו די גרופע ביטע?