בלאט 11 פון 26

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 5:49 pm
דורך חד גדיא
איך זעה דא פאטאקי08. איז דאס ידידינו פון די אלטע אכסניא?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 8:45 pm
דורך זר זהב
ברוכאבע פאטאקי08, נעמטייך שרייבן

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 7:25 am
דורך בדחן
שלום עליכם, עליכם שלום.

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 9:53 am
דורך טעפל
בדחן האט געשריבן:שלום עליכם, עליכם שלום.

שלום עליכם!! א קנאקעדיגע נאמען האסטו זיך געגעבען, לאמיר האפען אז דו וועסט דא אסאך צולייגען!
איך זעה אז די האסט נאך איינגעשריבען פאריאר!

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 9:55 am
דורך ראשעקאל
שלום עליכם בדחן!
וואספארא סארט בדחן ביסטו, א גראמער אדער א וויצלער....?

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 10:48 am
דורך שמעקעדיג
שלום עליכם. מען האט נארוואס פארענדיגט צו טאנצן.
די כלה ווערט געבעטן אריינצוקומען צום בענטשן.
און דער בדחן קען שוין אנהייבן!

נו, געגאנגען. שאמייאח טעסאמאח....

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 10:48 am
דורך איך אויך
אפשר א מארשאליק.

שלום עליכם!

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 12:58 pm
דורך בדחן
ראשעקאל האט געשריבן:שלום עליכם בדחן!
וואספארא סארט בדחן ביסטו, א גראמער אדער א וויצלער....?


עטץ זענטץ פינעם אלטען דור וואס מיינט אז א בדחן איז איינער וואס קען גראמען אדער זאגען וויצען..
עס איז שוין שוין לאנג אנדערע צייטען, א בדחן היינט איז א אנדערע מעשה, חוץ פינקי און מרדכי דוד קען איף געציילטע גיטע בדחנים,

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 2:23 pm
דורך שמעקעדיג
טאקע אנדערע צייטן.
היינט דארף מען קענען מאכן וויינען, ותו לא מידי.

נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 5:10 pm
דורך לעמיל
ווער פלעגט אייביג בעטן פאר א קאלטע טרינק? מיר זענען געהאלפן געווארן מיט מאראנצן זאפט
מר' מאראנצןזאפט מאכט אייך באקוועם, און גיבטס און פיינע געטראנקען.

נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:59 pm
דורך דולה ומשקה
לכבוד די ערשטע יאר טאג פון קאווע שטיבל וויל איך באגריסען אלע אונזער מיטגלידער, פאר מאכען קאווע שטיבעל פאר ווער זי איז.
ולמען העתיד שרייבטס מער, כאטש א תגובה כל שהוא, אבער לאז דיך הערען.
ברענג אונז אריין צו אייער ידידים מקורבים און בני המשפחה.

נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 3:19 pm
דורך דולה ומשקה
artist, atmybest, Ben-Shishim, berlbalaguleh, boxcover, Bpjew, cash, chaims, chosen people, gehlungen, greener, happy, itsnotme, JoyOfCoffee, matovu, schwartz10952, sefish, sunbar, אבי גערעדט, אברעמעל, אוהב דעת, אוהב ספרים, איחוד פעלד, אייגענארטיג, איינגעמיירעט, אפשר דאך, אריק, בן ישראל, בן מלך, בן תמליון, בן-זומא, ברזלי הגלעדי, גוטע פינטעלך, גלות יוד, געוואלד געשריגן, געפילטע פיש, גראדער, דָּוִד, דולה ומשקה, דעינעש, דענקער, דעת יחידאה, דעתי הענייה, הדד בן בדד, היימישער ליטוואק, היסטאריקער, הירשל ציג, העלא, הרב_שלום, זיידעטשקע, חזקיהו המלך, חשבון, טישו באקס, טעפל, טראכט, טרופ תלמיד, יאיר, יונגערמאנטשיק, יידל, ל.רוזן, מ גפני, מאיר_וואלף, מורינו הרב, מיין מיינונג, מים חיים, מנשה לוסטיג, משה רוקח, משולם שטיינפעלד, משכיל, נוי יארק, נייגעריגער, על מה ולמה, ענדע צדיק, ענן כבד, עסן עסט'זיך, עפלשלאכטץ, פאדעם, פאזעטיוו, פאטאקי08, פאר הדור, פיינע קאווע, פיקציע, ציבעלע-קיגל, קאווע טרינקער, קאצקע ציקער, קורץ און שארף, קרעקער, ראשעקאל, שטאנג, שמענדריג, שמעקעדיג, שעפטל, שרייבער

נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 6:00 pm
דורך היסטאריקער
יעצט באמערקט אז מען האט מיך קיינמאל נישט באגריסט דא,

אם אין אני לי מי לי, ברוך הבא

נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 7:45 pm
דורך חשבון
שלום וברכה

נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 8:26 pm
דורך שמעקעדיג
יהא בואכם לשלום!

נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 9:19 pm
דורך יאנקל
שלום עליכם חשבון. יא, האסט געמאכט א גוטן חשבון מיטן אהערקומען.

נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2013 2:22 am
דורך טעפל
שמעקעדיג האט געשריבן:יהא בואכם לשלום!

יהא בואכם לחיזוק הקאווע שטיבל וכל גרורותיה..

נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2013 12:09 pm
דורך דולה ומשקה
היסטאריקער האט געשריבן:יעצט באמערקט אז מען האט מיך קיינמאל נישט באגריסט דא,

אם אין אני לי מי לי, ברוך הבא


זעה איין תגובה צוריק, מיר האבען אייך דערמאנט!
אזא איינער ווי היסטוריקער איז אונז אוממעגליך אויסצולאזען!

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 2:33 pm
דורך לעמיל
וויאזוי פלעגט די באבע זאגן, אז מען קען מען
שלום עליכם מר' az mken az mken, מאכט אייך באקוועם

מזל טוב "קופערניקס" לכבוד דיין געבורטסטאג!!!

נשלח: דינסטאג פעברואר 19, 2013 10:14 am
דורך נייגעריגער
ס'קען זיין אז ס'נישט דעם ריכטיגער אשכול, אבער פטור בלא כלום אי אפשר, און נאך אלעם איז די נאמען פונעם אשכול "באגריסונגן" און נישט שלום עליכם....
[center]ברכת מזל טוב חמה ולבבית צו אונזער טייערע חבר "קופערניקס", לרגל זיין דערגרייכן דעם 540'טע געבורטסטאג!!
ויהיו רצון מלפני אדון העולמים אונז זאלמער נאך לאנגע יאהרן קענען נהנה זיין מאוצריו הטוב
[/center]
יא איהר ליינט גוט! היינט - פעברואר 19 2013 - איז די גוגל האומפעידזש דאדדל פאר די גאנצע וועלט עפעס אן אסטראנאמישן כלי וואס איז מעשי ידיו פון קופערניקס'ען, לכבוד זיין 540'טע געבורטסטאג!
דא האט איר אויף יוטובדעם גאנצן רוקעדיגן דאדדל!

נשלח: דינסטאג פעברואר 19, 2013 10:17 am
דורך sunbar
540, נישט 504

נשלח: דינסטאג פעברואר 19, 2013 10:22 am
דורך נייגעריגער
sunbar האט געשריבן:540, נישט 504

גערעכט!!!
שוין פארראכטן!

נשלח: דינסטאג פעברואר 19, 2013 10:55 am
דורך ברסלבער
נייגעריגער האט געשריבן:[center]ברכת מזל טוב חמה ולבבית צו אונזער טייערע חבר "קופערניקס", לרגל זיין דערגרייכן דעם 540'טע געבורטסטאג!!
ויהיו רצון מלפני אדון העולמים אונז זאלמער נאך לאנגע יאהרן קענען נהנה זיין מאוצריו הטוב
[/center]

מזל טוב! מזל טוב!
אריין אין "זקני אדמורי"ם ורבנים בדורינו" אשכול...
אדער אין "זאלן עלטערע רבנים רעזיגנירן" אשכול (חס ושלום...)