בלאט 11 פון 19
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 9:33 pm
דורך [NAMELESS]
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 9:36 pm
דורך chaims
Get a message that something went wrong
Sent from my DROID Pro using Tapatalk 2
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
נשלח: דינסטאג יוני 23, 2015 9:39 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: מיטוואך יוני 24, 2015 9:28 am
דורך פרייוויליג
ראש הישיבה האט געשריבן:געטראפן אין א גרויסע מנין צענטער.
די בהמות פון אזא צעטל איז גדול טפשתו מבהמתו. דאס טייטשט אז יעדעס מאל איינער לייגט אריין א רעקלאמע און עס איז דארט דא א "אימעיל אדרעס" דארף מען יענעם אויך אנקאלן ער זאל אראפנעמען די טרייפענע אינטערנעט אדרעס...
נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 10:39 am
דורך שמעקעדיג
..
נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 11:18 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווער איז ערגער, דער בהמה איונ'ם ווידיאו? אדער דער ווס פסקנ'ט אזעלכע עמהעראצישע פסקים.
ליהוי ידוע אז א מענטש האט א שטיקל חזיר ביי זיך אינדערהיים, טאר מען עס איהם נישט באגנבנ'ען, על אף אז ס'איז אסור בסחורה (דרך קבע), וכ"ש א סמארטפאון וואס איז מותר בסחורה אפילו פאר די וואס האבען ממציא געווען אן איסור השתמשות.
ובדרך פנימיות התורה. דער שאלאכץ פון א פרוכט איז געמאכט צו באשיצען דער פרוכט און ס'איז זייער ויכטיג דערצו. אבער מ'טאר זיך נישט אויסמישען צווישען דער שאלאכץ און דער פרוכט. אז מ'בייסט אריין אין א מאראנץ שאלאכץ האט מען געמאכט א גרייז. ס'איז ראטזאם פאר מענטשען זיך אויסצומיידען דער אינטערנעט וואס מער ווייל מ'קען זינדיגען דערויף, אבער דער אינטערנעט איז נישט דער איסור, דער אויסמיידען דער אינטערנעט איז א היכי תימצי פאר מאנכע אויסצומיידען געוויסע עבירות. די חברה וואס זענען פארכאפט אין קליפות ווייסען נישט קיין חילוק.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 11:29 am
דורך יהושע חיים
קודם דארף מען זעהן זיין תשובה פארן זאגן אזוי
דער צעטיל איז געמאכט פאר עמך אידן וואס קענען נישט לערנען אבער אינז דא וואס אינז קענען ב"ה דורך לערנען א תשובה דארף מען עס אהער ברענגן און מפלפל זיין דערין
נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 11:32 am
דורך ירא שמים
ליטוואק וואו קומט צו דיר אזעלכע חסידישע תורות ?[emoji1]
נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 11:39 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
"איך האב געקוקט אין חידושי ר' חיים הלוי און אין אור שמח מיט משנה ברורה און איך האב נישט געטראפען דאס פאסיגע ווערטעל, האב איך געמוזט זוכען דארט" (קרעדיט: דער רעבע זחיסויגנייני)
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 10:40 pm
דורך [NAMELESS]
/
נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 8:05 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
[center]וויכטיגע מעלדונג:[/center]
היות אז ס'איז נתברר אז אלע מכשולות פונ'ם וואט'ס-אפפ וואס פיהרט צו אינטערנעט וואס פיהרט צו.... קומט פון דרוקען די קנעפליך אופ'ן פאון און דער קאמפיוטע"ר, דעריבער טוהן מיר מעלדען אז דאס האבען פינגער'ס אויפ'ן האנט איז שטארק נישט ערלויבט ביי אונז. נאר איין מיטעלער פינגער אויפ'ן לינקען האנט פאר תפילין (און אמאל לעת הצורך אויף פטור צו ווערען פון א נודניק) מעג מען האלטען. פאר ווייבער איז בכלל נישט ערלויבט צו האבען פינגער'ס.
איינער וואס קעןן אויפווייזען א וויכטיגער נויט צו האבען פינגער'ס זאל קומען אין אפיס מיט זיין פינגער'ס און די רבנים הצדיקים שליט"א וועלען דן זיין בכובד ראש וואס צו טוהן.
[center]א דאנק
הנהלת המוסדות
מיסודן של כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה זי"ע
בנשיאות בנו כ"ק אדמו"ר שליט"א[/center]
נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 8:46 am
דורך שמעון וואלף
איך וואלט ענדערש געהייסן אראפנעמען נאר די מיטעלסטע פינגער, כידוע ווערט עס גענוצט פאר זאכן שאין רוח חכמים נוחה
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 9:18 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
און וואס איז ווען דער גאנצע 'מענטש' איז איין שטיק מיטעלסטע פינגער?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2015 6:53 pm
דורך diff
נאך דיע דברי חכמה. וועט מען עם לאזן ווי ער איז אין דו ווי דו ביסט
נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 12:04 am
דורך מאטי
היות די וועלט איז ליידער מלא זוהמא, ממש אין בית אשר אין שם חטא, דעריבער בהסכמת גדולי הפוסקים טוען מיר אפעלירן אן איסור אראפצוברענגן קינדער אין אזא מקום סכנה וואס רופט זיך "וועלט". א זכר ונקיבה לצורך מצות פו"ר זאל זיך יעדער דורכרעדן מיט זיין פריוואטן דיין.
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 12:38 am
דורך גרויסע מענטשעלע
נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2015 12:43 am
דורך נ נח
נישט אזא אפגעפרעגטע טענה...
עי׳ גמ׳ בבא בתרא
״ומיום שפשטה מלכות הרשעה שגוזרת עלינו גזירות רעות וקשות ומבטלת ממנו תורה ומצות ואין מנחת אותנו ליכנס לשבוע הבן ואמרי לה לישוע הבן דין הוא שנגזור על עצמנו שלא לישא אשה ולהוליד בנים ונמצא זרעו של אברהם אבינו כלה מאליו אלא הנח להם לישראל מוטב שיהיו שוגגין ואל יהיו מזידין".
נשלח: פרייטאג אוגוסט 21, 2015 9:59 am
דורך שמעקעדיג
מען טאר נישט נוצן א בעל תפלה מיט א סמארטפאון...
(לייען די קאמענטס, גאנץ אינטרעסאנט)
http://www.vosizneias.com/212849/2015/0 ... r-service/
נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:17 pm
דורך שעפטל
נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:32 pm
דורך [NAMELESS]
פארוואס איז ס'ווייבל בכלל ערלויבט צו האבן א פאון? פארוואס מיינסטו דארף זי עס שוין? ווייסט וואס זי קען אלץ טון מיט דעם? מ'דארף זיך שוין נעמען צו דעם.
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 2:10 pm
דורך petergrifin
היתכן עס געפונט זיך אינטערנעט אין די מוסדות אפיס? כמעט איעדער חדר אדער סקול ווי איך גיי צו פאר סערוויס געפונען זיך דארט מיידלעך (רח''ל) אין אפיס און נעקסט דאאר האט די מענער אפטיילונג געפילטערטע אינטערנעט ל''ע.
נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2015 3:13 am
דורך שמעקעדיג
בכבוד רב,
גע'חתמ'עט דורך די KJB (קרית יואל בריונים)
Re: טעראר מיטלען אינם אינטערנעט מערכה
נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2015 8:01 am
דורך פליקער
אזוי גייט זיין איבעראל, נישט נאר די ענקעוודא, אזוי פאסירט ווען מען לאזט צי איינעם שולט צי זיין אויף א צווייטען, ווען מין גיבט אויף פרייהייט אפילו א פיצי, האט עס ווייטע קאנצעקווענצען,
די פאקט איז אז די מענטשליכע נאטאר איז אזוי, ווען איינער פארקויפט מיר א אתרוג, אדער גיבט מיר ערב פסח מצה, אדער אפילו פארקויפט מיר א שאכטל מילך אין גראסערי, שפירט זיך אויף אמאל עפעס מער שטערקער פון מיר, נא איידיע פון ווי זיין קאנפידענץ נעמט זיך, אבער ער שפירט מער געלינגען, איך שטיי דאך פאר אים פארכטיג מיט דרך ארץ און א גראדע ליין, איי איך בין קליגער רייכער וכו' מער פון אים, דאס קומט אויף א מאל עפעס נישט אריין, ער איז שטאלץ מער פאורפול און אויב גייט עס אים אין קאפ אריין ווערט ער א געפאהר פאר די מענטשהיייט עד כדי כך אז מען קען פון אים נישט אויסהאלטן, על אחת כמה וכמה די מענטשהאפטיגער פראבלעים ווערט פיל פאכיג מער ווען איינער ברויך הילף ביי א צווייטען, דאן וועט ער אים אלע מאל גיבן א אלטעטוט, ווי למשל איך וויל ער זאל אן נעמען מיין בחור, אדער מיין זין'ס מלמד, אדער שואל עצה זיין מיט טיפול מיחוד, שלום בית, ווייזן א מראה פאר א רב, וכדומה, אפילו איך בין הינדערט מאל קליגער שענער רייכער, נישט נוגע, איצט איז ער שטערקער און ניצט עס אויס צי א מאקס,
השתא עבדי, אז מען גיבט כוח פאר א וועד לעשות כרצונם, שפילן זיי זיך ארום מיט מיין רעגעסטראציע קארטל ווי א קאץ איבער א מייז, זיי וועלן אזא הנאה נישט אזוי שנעל אויף גיבן, ווער רעדט נאך ווען מען האט איינעם געכאפט, מען האט בארירט זייער כבוד, ער איז דאך גערעכט, דאן איז דאך מיין בליט לכתחילה הפקר, מען מעיג מיך פאר אזא גרויסע נבירה ווי ליגענט זאגן פאר אזא הייליגע וועד מארדן מיך מיט די קינדער, מען ברויך דעריבער אזא וועד וואס ווערט א בית וועד לרשעים, פשוט זיי קענען נישט עומד בנסיון זיין פון נישט ווערן היטלער'ס קאפא'ס, ווערן זיי נעבעך רשעים און פייניגן דעם ציבור אינטער די פאן פון צניעות פילטער שמילטער אדער סיי ווי זיי קענען איינעם א רביעית בליט אויסצאפן כאפט מען זיך צי ווי צי געבראטנעס.