בלאט 11 פון 23

נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2015 10:49 am
דורך געוואלדיג
ירא שמים האט געשריבן:אז דו וואולסט נישט ווערן אריינגעצויגען אין קיין שמועס דערמאן נישט דיינע ראיות אזוי בדרך אגב …
און בדרך אגב וועגן בעלזער רב׳ס דעה קענסטו פרעגן בעלזער רב אליינס אדער זיין ברודער בולגערייער רב שכתבם מעידים עליהם.


דאס האב איך געשריבן דא
געוואלדיג האט געשריבן:יעצט צום נושא, דא האב איך געברענגט די בריוו וואס בעלזא רב האט אונטערגעשריבן בנוגע בחירות א. די בריוו האט געשריבן בולגערייער רב ביז די ווארט יעזור וואס איז בכתי"ק פון בעלזא רב, די נוסח איז עפ"י וויאזוי בעלזא רב האט איהם געהייסן און עס שטייט נישט חוב קדוש נאר א לשון נבקש מען בעהט, בולגערייער רב האט געשריבן לשון יחיד אבקש און בעלזא רב הט געטוישט אויף לשון רבים נבקש. ב. עס שטייט דארט א פונקטליכע טעם פאר וואס עס איז וויכטיג צו וואוטען, ווייל מען האט דעמאלטס געמיינט אז מען גייט מאכן א קאנסטעטוציע פאר די מדינה און אויב וועלן זיין פרומע דעפוטאטן וועלן זיי קענען האבן א השפעה אז די מדינה זאל געשטעלט ווערן וואס מער אידישליך (למעשה איז ביז היינט נישטא אין ישראל קיין קאנסטעטוציע אןון עס איז מיוסד אויף די ענגלישע קאנסטעטוציע). ג. אין א בריוו פון י"ב סיון תש"ט צו סקווירא רבי שרייבט בולגערייער רב, איינס אז בעלזא רב אליין איז נישט געגאנגען וואוטען, צוויי אז ער האט געמאכט א גילוי דעת אויף די נחיצות פון וואוטען אן קיין שום פרעשור אדער פרעמדע השפעה אויף איהם. ד. הרי"מ לווין האט נישט באקומען רשות פון מועצגה"ת צו אריין דיי אין די ממשלה נאר נאך שוין דארט זיין האט ער באקומען רשות אז ער דארף נישט ארויס גיין פון דארט.

איז פון די פאקטן זעהן מיר 1. בעלזא רב האט געבעהטן און נישט געהייסן אדער חוב קדוש לא מיניה ולא מקצתיה נאר א וויכטיגע בקשה (יא אוודאי פאר א בעלזא חסיד איז דאס גענוג כמובן, יעדער חסיד וואלט אזוי געטוהן אבער פארט ווייט פון חוב קדוש). 2. וויבאלד עס שטייט ארויס א סיבה פאר די בקשה, קען סאטמאר רב טענה'ען אנדערש און האבן א אנדערע מיינונג און עס מוז נישט זיין גרייזיג (ביידע זענען נישט גרייזיג, נאר אנדערע סברות וויאזוי איז די ריכטיגע וועג צו טוהן). 3. בולגערייער רב ((וואס איז געווען א נאמן) שרייבט קלאר אז די גילוי דעת אויף די נחיצות פון וואוטען איז געמאכט געווארן אן קיין פרעשור אדער פרעמדע השפעות אויף איהם. ה. הרי"מ לווין האט כדלעיל אסאך זאכן געטוהן אן פרעגן מועצגה"ת.

די אלע פאקטן זענען באשטעטיגט דורך דאקומענטן און ווערן גוט צולייגט אין די ספר מקטוביץ עד ה' איייר פון צבי וויינמאן

יעצט מיט די בעקראונד קען מען זין נעמען מתווכח זיין צו די חברי כנסת טוהן עפעס אויף אדער נישט


ספרים היפך שיטת ויואל משה

נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2015 11:20 am
דורך ירא שמים
בראשית האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:אז דו וואולסט נישט ווערן אריינגעצויגען אין קיין שמועס דערמאן נישט דיינע ראיות אזוי בדרך אגב …
און בדרך אגב וועגן בעלזער רב׳ס דעה קענסטו פרעגן בעלזער רב אליינס אדער זיין ברודער בולגערייער רב שכתבם מעידים עליהם.

גערעכט און זיין ברידער איז אויך נישט באגלייבט און ס'איז דא זאכן וואס ער שרייבט קעגן אפענע פסוקי תורה ואכ"מ.
ועיין בספר אדמורי בעלז ח"ג עמ' רנז: בשם רבי ישכר דוב; הראשונים והאחרונים לא עלה במחשבה ליסד מלוכה כמזימות הציונים הגאים, והלא בר בי רב דחד יומא יבין שכל הענין נגד דעת רבותינו ז"ל.
ובשם אביו השר שלום: אף אם יהיו רוצים להמית אותם בעינוי קשה לא יהיו יוצאים.
דאס איז מסתמא פון די בריוון פון בלאך וואס קלאפהולץ האט אריין געשטעלט ועי׳ באשכול של הגעוואגטער אינגעלע,

און זיין ברודער איז נישט באגלייבט נאר ווער? דער אינדורסקי וואס האט געהערט פון זיין שווער וואס איז אויך נישט באגלייבט…

נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2015 11:24 am
דורך [NAMELESS]
@געוואלדיג, דיין צווייטע נקודה איז נישט רעלעוואנט ווייל סאטמאר רב האט זיך נישט געדינגען דערויף פון א פראקטישן שטאנדפונקט נאר ער האט געהאלטן אז בעלזער רב האט דא געבעהטן עובר צו זיין אויף אן הארבן איסור, און ס'מאכט נישט קיין נפק''מ פארוואס בעלזער רב האט דאס געבעהטן.

Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה

נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2015 11:28 am
דורך ירא שמים
כווייס נישט פארוואס די סאטמערע דארפן אזוי וויכטיג האבן בעלזער רב אזש אז זיי דארפן אים און זיין דעה אזוי באלעסטיגן, די רבי איז דאך געווען אסאך גרעסער, נישט אזוי?!

נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2015 11:52 am
דורך [NAMELESS]
ירא שמים האט געשריבן:כווייס נישט פארוואס די סאטמערע דארפן אזוי וויכטיג האבן בעלזער רב אזש אז זיי דארפן אים און זיין דעה אזוי באלעסטיגן, די רבי איז דאך געווען אסאך גרעסער, נישט אזוי?!

כ'האב נאכנישט געהערט ביידע ארגומענטן פונעם זעלבן מענטש, געווענליך האט דאס צוטוהן אין וועלעכע יארן מען איז נתגדל געווארן אין סאטמאר.

Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה

נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2015 11:57 am
דורך ירא שמים
איך יא, פון טעלער…

נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2015 11:57 am
דורך בראשית
זקיני ביסטו צופרידן? והכל על מקומו יבא בשלום עיי"ש באדמורי בעלז בפנים.
בנוגע בעלז האב איך נישט געזיכט אריינצורעדן חוץ אז מיר ווארטן אויף א בירור להלכה.
צו שרייבן אויף זיין ברידער נאמן בעת ער איז געווען א טאל אין די האנט פון איטשע מאיר און באקומען א הויז פאר דעם והדברים ידועים ואכ"מ.
סאטמער דארף בעלז? לא ראיתי און די איינציגסטע פלאץ ווי רבנים האבן דן געווען באיחוד חברים איז געווען די עדה החרדית.

נאר אז איינער האט דא אריינגעווארפן אז וואס איז מיט בעלז ווי כאילו ער איז די פוסק אחרון אמרתי זיי קודם מברר ווער האט געפירט זיין שטוב. ואזני שמעתי מר' אהרן מרדכי רוטנר בבחינת מלאך רע בע"כ יענה אמן אז די שטיב מענטשן האבן נישט געהאט קיין דרך ארץ פאר אים און כידועה האט מען געדארפט ברענגן שלום פויגל פון אנטווערפן ווייל די מצב ארום די רבי איז געווען פויגלדיג מזרחיסטן וואס האבן איבער געלאזט בעלז הישן און געמאכט עלייה פארן מלחמה אזאך וואס איז געווען טרייף אין בעלז אט די חברה האבן אויסגעניצט דעם רבין יעצט ווען זיי האבן געטראפן א געלעגענהייט. און מקען עס אנווייזען אויף טריט און שריט נאר איך פארדין נישט גארנישט פון באשמוצען בית בעלז.

נאך א קליינע נקודה לגבי בעלזא געזאגט האט ער אז טשעבינע רב האט געגעבן דעם היתר און ווי אינטערסאנט אנצואווייזן אז טשעבינער רב'ס נאמען איז ניטאמאל דא אויפן ערשטן קו"ק. נו איטשע מאיר האט פיין געקענט די ארבעט.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2015 12:04 pm
דורך [NAMELESS]
ירא שמים האט געשריבן:איך יא, פון טעלער…

מענטשן אאומענטשן קרמית?...

Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה

נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2015 12:16 pm
דורך ירא שמים
כזעע אז די מעשיות וואו אזוי מהאט אויסגענארט בעלזער רב טוישען זיך מיט די יארן, והדברים ידועים ופשוט וברור ואכמ״ל.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2015 12:29 pm
דורך cictim
א שיינע מעשה פון הרה"ח ר' אהרן טויבער ז"ל.

[Untitled].pdf

נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2015 12:42 pm
דורך cictim
בלה"ק:

[Untitled] (1).pdf

נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2015 4:14 pm
דורך בראשית
נאך איין ווארט אריין ווארפן בשם מרא דארעא ישראל רבי משה ארי' פריינד ז"ל אז בעלזא רב האט אים געפרעגט וואס איז דו דעת פונעם סאטמער רב לגבי חינוך עצמעי האבן די גבאים אים געוויזן ביים האלז מיט די פינגער אויב ער וועט רעדן. און די גבאים האבן אים געזאגט אז ער האלט דערפון. ונאמן עלי את דבריו צו האבן א שטיקעלע השגה פון אונטער די קוליסן.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2015 5:22 pm
דורך diff
דער עונש פאר נישט גלייבן אין נישט מכבד זיין איז. אז די אייגענע גלייבט מען יעדער שטות און מזעצט אובנאן יעדער ע"ה

נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2015 5:50 pm
דורך berlbalaguleh
ירא שמים האט געשריבן:כזעע אז די מעשיות וואו אזוי מהאט אויסגענארט בעלזער רב טוישען זיך מיט די יארן, והדברים ידועים ופשוט וברור ואכמ״ל.

ירא שמים: אויב דו באמערקסט האביך כמעט גארנישט געזאגט אין די פרשה. כ'האב געטון אוי ווי מיין רבי, דער הייליגער יארמער רב שליט"א האט געטון. אמאל ווען די באקאנטע מעשה האט זיך פארלאפן. די מלחמת היצרים. דער יצר טוב און דער יצר הרע. ווען די וועקער האט געקלונגען ביי איהם אין שטוב אום זיבן אזייגער פארטאגס. דער יצ"ט האט געזאגט ...שטיי אויף. און דער יצר הרע האט געזאגט...שטיי נישט אויף. האט ער זיי ביידע ארויסגעשיקט אין קאך זיי זאללן דארט פיהרן די מלחמה ווייטער. און ער האטציך אויסגעדרייט אויף די צווייטע זייט און ווייטער געשלאפן. די זעלבע דא. איך האב געלאזט די נארישע, איינגערעדטע מענטשן ברענגען אלערליי טענות און ארגומענטן פארוואס זייער רבי האט זיך געקריגט מיט'ן צדיק הדור. דער בעלזער רב, זי"ע. מ'האט דאך איהם נישט געקענט אוועקמאכן אזוי ווי אלע אנדערע גדולי ישראל וצדיקים. מ'האט פשוט געזאגט אז זיי זענען שקצים און ציונים. און ערלעדיגט. זייער גאנצע תורה ויראת שמים האט שוין נישט עקזיסטירט. אזוי האט מען געטון מיט'ן קלויזנבורגער רב, און נאך צענדליגע אנדערע צדיקים. אבער בעלזער רב, וועלכער איז דאן געווען דער זקן צדיקי הדור, האט מען נישט געקענט סתם אזוי מאכן פאר א שייגעץ, ח"ו. האט מען אויפגעמאכט דעם ארגומענט אז וויבאלד ער איז געווען אן עלטערער איד, האבן איהם די געמיינע אגודה מענטשן ובראשם דער שייגעץ און עם הארץ איטשע מאיר לעווין פארנארט...! והכל על מקומו יבא במחלוקת...!

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 24, 2015 11:46 pm
דורך בראשית
הגם איך האב נישט א פראבלעם אז אפילו דו וועסט זאגען אז ער האט זיך בעצם אליינס אראפגעזעצט אויף סוגיות החמורות דן געווען אלע צדדים כידוע ווי ער האט געטוהן אין אלע מקצועות התורה און מן הסתם האט בעלז א ענין נישט ארויס צוגעבן זיינע תשובות, וכידוע איז שטארק מפורסם זיין דעת תורה ביי אלע ענינים אלס פוסק הדור, איז בנידן דידן דארף מען זיין בלינד און מען טאר אפילו נישט פרעגן מהיכן דנתנו, און מן הסתם איז עס א בזיון כבוד בית בעלז אז ער האט זיך באנוצט מיט א טשעבינע רב... און אז משה רבינו האט געקענט מאכן א טעות אבער אונזער רב איז דאך אין הימל ער קען נישט... אויך איז ידוע אז ער איז געווען עומד בראש ביי אלע ענינים וואס יהדות החרדית האבן דעמאלט געפירט למשל גיוס בנות... און קומט דאך אויס בפשטות אז רבי משה ארי' זצ"ל איז אינו נאמן...

נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 3:14 am
דורך קפה נמס
אוי וויי, כ'האב געמיינט אז דו האסט אינסייד אינפארמעישן פון אינדורסקי אז בעלזער רב זצ"ל איז יא געווען משלנו. ער האט אפילו געפרעגט ר' משה ארי' וואס איז דעם רבין'ס מיינונג לגבי חינוך עצמאי... ווי קומט פלוצלינג אז דו זאלסט דארפן אזוי ליצנות מאכן פון בעלזער רב מיט זיינע תשובות און ידיעות...אתמהה !

נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 3:25 am
דורך [NAMELESS]
@ירא שמים, נאך די לעצטע תגובה פון @בראשית ציה איך צוריק, מען זעהט טאקע די קעגנזייטיגע ארגומענטן ביי די פארשוינען. און אז איך האב שוין דעם פעדער אין די האנט: איך בין מוחה אויף די שרעקליכע דברי זלזול.

נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 3:53 am
דורך קפה נמס
בראשית האט געשריבן:באמת האב איך שוקל געווען בפאר איך האב איך האב ארייגעווארפן מיין ערשטע הערה צי סאיז בעסער צי לאזן דעם אשכול אינטן אין לאזן פארגעסן אדער יא אריינווארפן א ווארט, ולפי דעתי יצאתי את חובתי. און איך וועל מיך בשום אופן נישט אריין לאזן אין זינלאזע ויכוחים. ועוד יותר הרב שך האט געזאגט ענליכעס ברבים ווען ער האט אים מספיד געווען. דארפסט א מקור אויף דעם אויך?

I love you @בראשית.
דורכאויס דעם אשכול טוסטו אלע טיפישע סאטמארע שטיק. א. דו שרייעסט כסדר אז דו ווילסט זיך נישט מתווכח זיין, ב. דו זאגסט איינמאל און נאכאמאל אז ווער ס'וויל באמת פארשטיין פארשטייט, ג. דו כאפסט דיך ארויף אויף איינצעלנע ווערטער פון גדולים און ספרים זיי איבערצודרייען אויף דיין זייט, ד. דו רייסט אראפ דיינע קעגנער פערזענליך, ה. אלע מעשיות געגן דיר זענען הויל שקר בעת כל דמיון לצידך דינט אלץ ראיות מוכחות (לדוגמא, אז דער בית ישראל וואלט געשריבן דער ויוא"מ...), ו. דו ברענגסט ראיות קעגן ציונות כאילו דיינע קעגנער זענען בעד ציונות, ז. דו טאנצט אויף ביידע חתונות, קודם האלט דאך יענער ווי מיר, חוץ פון דעם איז זיין מיינונג גארנישט, בדרך ממ"נ. וואו, ממש גארנישט אויסגעלאזט! איך וואלט דיך חושד געווען אלץ טעללער אליין...

נאר אז האסט שוין דערמאנט רב שך'ס הספד, האב איך מיך דערמאנט וואס כ'האב געהערט פון א איד וואס איז געווען אנוועזנד ביי רב שך אין שטוב גלייך נאך די באקאנטע הספד ווי רב שך האט זיך אויסגעדרוקט אויף רביה"ק "לא ירדו חבריו לסוף דעתו", האט איינער געפרעגט רב שך א"כ פארוואס פירט זיך דער ראש ישיבה אנדערש ווי דעם רבי'נס פסק, ענה לו מרן: איר האט פארגעסן וואס די גמרא זאגט ווייטער..לא ירדו חבריו לסוף דעתו של ר' מאיר לכן אין הלכה כמותו !

נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 4:12 am
דורך בראשית
רב ש"ך האט געזאגט נאכמער אז ביי די אגודה קרייזן האט מען אלס מורא געהאט וואס סאטמער רב וועט זאגן און דאס האט זיי געהאלטן נישט פארן צו ווייט.
יעצט איך זעה נישט ווי איך האב מיך סותר געווען וועגן בעלז און ס'איז גארנישט פערזענליך נאר מ'האט אים געניצט ולכן לדעתי בפרשת גיוס בנות האט מען נישט געהערט פון אים ווייל ער האט טאקע גארנישט מיטגעהאלטן און איך האב אפילו נישט אריינגעקראכן אין פרטים ווי מ'האט אים געפירט אין בארד אריין ודי בזה און דיינע נערישע מחאות קומט בכלל נישט אריין דא ווייל טשעבינע רב איז געווען א פוסק און ווי שטייט עפעס אז בעלזע רב קודש קדשים מיז עפעס טראגן דעם טיטעל?
און די טענה אויף מיינע תגובות ווי איך ווייז אז זיין זענען געווען אנטי ציוני איז פשוט ווייל רוב ספרים אין די ערשטע פינעף זייטן זענען געווען פון די דתי לאומי אין זייערע שטיצער התקופה הגדולה עלה נעלה וכו' איז וואס דיין טענה צו מיר פונקטליך?
איך פארשטיי אמת טיט וויי ערגעטץ האב איך געטאטשט א פינטל איז אזכיר על הציון...

נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 8:13 am
דורך diff
א הלכה ספר איז עס נישט. ווייל פאר א חסיד איזעס כמפי הגבורה. און פאר א צווייטן איזעס אפשר השקפה

נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 9:07 am
דורך בראשית
קודם א דאנקן פאר דערמאנען אז איך בין נישט געקומען דא פאר ויכוחים איז האף איך אז דאס איז מיין לעצטע תגובה.
בנוגע די בית ישראל דארפסטו פארשטיין א פוילישע רבי'ס א ווארט זיכער וואלט ער נישט ארויסגעגעבן אזא ספר אבער אין יסוד הדברים און מהות הציונת האט ער אויך געהאלטן.
יעצט איך בין א תלמוד פון ישיבת טשעבין נישט סאטמער אלזא איז מעגליך זיי האבן א בעסערע מהלך און דברים אלו איך האב בלויז געזאגט די טענות פון בעלז הישן נישט סאטמער ואתכם הסליחה.
יעצט פאר איינער וויל אריינווארפן זיינע מחאות וויל איך זאגן אז בעלזא רב איז קודש קדשים א אפענע בעל רוח הקודש און ס'איז נישט קיין סתירה מיט וואס איך האב געשריבן, אדרבה ווייסט איינער פון דריי פסקים וואס די וועלט פאר ריפט זיך אויפן בעלזא רב?
לענינינו זיצן מיר אויף א זייטל וואס יעדער וואס טיט אין קירוב ווערט אראפגעריסן אויב מ'קען אויפווייזן אז איינע פון די ראיות איז א טעות ווערט ער גאר א העלד איי אפשר וועט עס אריינווארפן אין איינעם ספקות קען ער גאר זיין א מסית דאס אלעס איז נישט אינטערסאנט ואין פוצה פה ומצפצף. טאמער קומט איינער און באשרייבט רבי שמעון בר יוחאי צו ער איז געווען א גערעגטע מענטש ממש ווי די אמאליגע משכילים איז עס אריבער גאנץ בשתיקה. על כבודי לא מחיתם על כבוד בשר ודם מחיתם.
אונטערשטע שירה א ירא דבר השם האט נישט וואס צוזיכן אויף דעם סייט, וקבל את האמת ממי שאמרו.
וקריינא דאיגרתא איהו להוה פרוונקה. הצלחה רבה.

Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה

נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 9:16 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יעצט איז ער טאקע אוועק געגאנגען, דער 'נישט ווכח'ן'? אדער וועט ער ווידער זינדיגען און צוריק קומען? אדער איז ער אפשר באשעפטיגט מיט'ן מצוה פון 'נישט גייען אין בחירות', דער זיבעטע מצוה תמידית?

נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 12:58 pm
דורך berlbalaguleh
בראשית: אויב איך האב גוט געהערט (געלייענט), האסטו דיך געזעגנט פון קאווע שטיבל לעולם דויד. איך זאג דיר בנאמנות איך וויין א בכי תמרורים, מיט עכטע קראקאדיל טרערן אדער גאר ווי א ביבער, איבער דעם וואס האט אונז געטראפן. אדער דארף איך נייע גלעזער...

בכל אופן. אנא ממך. ביטע לאז אונז נישט איבער אליין אויפ'ן וואסער. כך דרכה של תורת קאווע שטיבל. זה בונה וזה סותר. אבער צום סוף גייט מען ארויס אז אלע בלייבן גוטע פריינט. איך וואלט, נאך אלע ויכוחים און דעבאטעס און חילוקי דיעות נישט געגעבן קיין צוויי סענט פאר אלע שיטות און דיעות וועלכע ווערן דא אויסגעלופטערט. ס'איז מיר איין חילוק צו די מסקנא בלייבט אזוי אדער אזוי. די עיקר איז אז דער וועלפעיר טשעק קומט ב"ה אריין מדי חודש בחודשו אויף ביידע נעמען... אקעי, ס'איז נאר געווען א דזשאויק. איך נעם ב"ה, ח"ו נישט קיין וועלפעיר אפילו אויף איין נאמען אויכעט נישט. ס'נאר אז .."דיברה תורה כלשון בני אדם"...

בכל אופן. מ'דארף האבן אביסל א שטערקערע הויט. נישט פונקטליך אזוי ווי אן עלעפאנט, אבער מעין, א מקצת... ווען איך זאל האבן אן אלפ'ל פאר א יעדעס מאל וואס איך האב געליטן בזיונות דא אויף קאווע שטיבל וואלט איך שוין געקענט קויפן א שיינע קאר. נאך שענער ווי די וואס מ'געווינט...? אויף די נייטרא ראפעל... אשר על כן, בעט איך דיך בארעכן דיך און טויש דיין מיינונג לטובה און פארבלייב דא אין קאווע שטיבל לאורך ימים ונשים, ביז דו וועסט פארדינען דעם טיטל פון ..."חבר הכבוד" פון צען טויזנט תגובות (זאכליכע אדער נישט), אזוי ווי אונזער געטרייער חבר ..."שמעקעדיג" וועלכער האט זייער א חשוב'ע פאזיציע דא אין קאווע שטיבל. א יעדער בלאז וואס גייט ארויס מהגה פיו הקדוש, באקומט תיכף דאזנס אף לייקס. נישט אזוי ווי דער בעל עגלה וועלכער דארף שוויצן פאר א יעדן לייק וואס ער באקומט שוין. כדלים וכרשים דפקנו דלתיך... (פאר דעם וואס קען עס נישט אפליינען קענמען עס שרייבן געפינטלט. אדער אויף אונגאריש אדער ענגליש...!... :lol: :roll: