יואליש האט געשריבן:לענינו, די גאנצע שמועס פון יא העפי נישט העפי איז אירעלעוואנט. נישט נאר ס'איז אירעלעוואנט נאר ס'איז געפרעגט מיט אן אגענדע צו באפרידיגן א פון פריערבאשטימטע הנחה. ענטפערט ער יא, כ'בין מער צופרידן פון פארדעם, איז ער א ליגנער. ענטפערט ער ער איז נישט מער צופרידן, ווערט א שמחה אין שטאט. ענטפערט ער ווי רוב מענטשן, אמאל איז ער העפי אמאל נישט, אדער מיט געוויסע זאכן איז ער העפי מיט געוויסע זאכן נישט, איז ער צי א קאמפליצירטער מענטש מיט קאמפליצירטע ענטפערס.
מסכים אז סווערט "געפרעגט מיט אן אגענדע צו באפרידיגן א פון פריערבאשטימטע הנחה". אבער פארוואס זאגסטו אז סאיז אירעלעוואנט? אויב עמיצער מאכט אזא דראסטישן שריט ווי איבערלאזן זיין סביבה, משפחה און חברים ליגט מסתמא אונטער דעם א גוטע סיבה. "צופרידן" איז א שם הכולל וואס מען נוצט פאר דעם: ער איז נישט געווען צופרידן (מיט די ווייב, סביבה, קהילה וכדומה), און ווען ער האט געזען אז ער קען זיך נישט קיין עצה געבן האט ער אפגעמאכט אז ער מוז אוועקגיין. וועגן דעם קומט אויף די קשיא: און יעצט ביזטו יא צופרידן?
עס קען זיין אז יענער פרעגט עס מיט אן אגענדע, אבער די קשיא איז א בארעכטיגטע קשיא.