בלאט 11 פון 28

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 11:10 am
דורך דבי''ר קדשו
ישמעאל הכהן האט געשריבן:מיין טאטע קען ווערן מונקאטשער רבי ווייל זיין טאטע האט געוואונט אין מונקאטש? און מיין מאמע קען ווערן בערעגסאזע רביצין ווייל איר טאטע האט געוואנט אין בערעגסאז?

דער חילוק איז נאר אז דוא קענסט ווערען ............. אין עהר איז געווארען אין פארמאגט ריעל עסטעט פאר צוואנציג (20) מיליאן דאללאר . אין האט דזשאבס פאר זיינע קינדער . אין פארט אין איין קעדילעק . אין לייגט זיך צו נאכמיטאג ציא שינת צהרים .

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 12:35 pm
דורך שמו יגער
פארוואס האסטו דיך דווקא געוואשן צום קראלי׳ן רבי׳ן בנוגע זה?? לאמיר כאפן א שפאציר אין וויליאמסבורג, בארא פארק און מאנסי און זען אלע שטיבלעך און בתי מדרשים, רבותיהם שמותיהם למיניהם, וויפיל פןן זיי איז זייערע זיידעס געווען פאקטישע רבנים אין די שטעט וואס הענגט אויפן טאוול אינדרויסען פון בית מדרש?? אלא מאי, וואס איך האב געכאפט איז מיינס......

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 12:52 pm
דורך ישמעאל הכהן
ווייל ער מאכט א שטארקע פאמפע, און ס'איז איין שטיק שיזעל. ער נעמט זיך ארום מיט אכט גבאים אונטערן זיין רוקן ס'קוקט אויס בערך ווי א טרעקטאר טרעילאר שלעפט א באקס עפלעך

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 12:58 pm
דורך שמו יגער
אבער וואס האט דאס מיט וועלכע נאמען ער האט זיך ליב צו רופן???

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:00 pm
דורך ישמעאל הכהן
ס'האט נישט. דאס בעזטע איז בן הרה"ק מספינקא

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:48 pm
דורך berlbalaguleh
סאשי פיש האט געשריבן:קראלי רבי

עיין נחום. (נח"ש(

נשלח: מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:53 pm
דורך berlbalaguleh
I'm back האט געשריבן:יא, אבער פליז מאך זיכער אז טאמער דיין טאטע איז מונקאטשער רבי, זאל דיין מאמע זיך רופן מונקאטשער רביצין, ווייל אז נישט, סאונד עס פאני, און זיי וועלן זיין די געלעכטער אין שטאט.

זי קען צושרייבן "מלפנים, הרבנית מ'בערעגסאז תליט"א(.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 8:02 pm
דורך סאשי פיש
ר׳ מיילעך בידערמאן ביי זיין טאכטערס חתונה.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 12:35 pm
דורך געפילטע פיש

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 1:10 pm
דורך סלינקי
דער בעל שם טוב האט געהייסן אליהו גוטמאכער? ער שרייבט דארט "א בעל שם מיט זיינע בחורים"

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 1:16 pm
דורך קאווע טרינקער
סלינקי האט געשריבן:דער בעל שם טוב האט געהייסן אליהו גוטמאכער? ער שרייבט דארט "א בעל שם מיט זיינע בחורים"

יעדע גוטע איד וואס האט עוסק געווען אין קמיע'ס און אין רפואה, פלעג מען רופן "בעל שם", ר' אליהו גוטמאכער איז געווען א גרויסע בעל שם, עס איז דא פון אים זייער אינטערסאנטע בריווען.
אויב איך בין זיך נישט טועה, איז ער געווען א חובב ציון (ווער נישט?)

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 1:25 pm
דורך סלינקי
אהא, געפילטע האט געשריבן בעל שם 'טוב' האב איך געמיינט אז ער האט פארשטאנען אז עס איז רבי ישראל בן אליעזר.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 1:40 pm
דורך סאשי פיש
[center]קרעטשניף רבי אין אומאן צום ערשטען מאל!![/center]
ביים ציון
34388.jpg
34388.jpg (68.3 KiB) געזען געווארן 2104 מאל

ביים דאווענען
34385.jpg
34385.jpg (69.62 KiB) געזען געווארן 2104 מאל

34391.jpg
34391.jpg (65.82 KiB) געזען געווארן 2104 מאל

ביים ארויסגיין
34394.jpg
34394.jpg (59.49 KiB) געזען געווארן 2104 מאל

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 3:02 pm
דורך סאשי פיש
איינע פון די באבובע רבי׳ס אין קעמפ
דאס איז א גארטעל?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 4:07 pm
דורך רויטע וואנצעס
א חידוש! דער אלטער קרעטשינפער זצ"ל איז דאך געווען אזוי ברוגז אויפן אייניקעל פארן אנטלויפן קיין ברסלב! (טאקע די אייניקעל אין די בילדער מיטן הייליגן טאט'ן)

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 4:22 pm
דורך מ גפני
מעגליך אז ער וויל אים אהיימברענגן

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:00 pm
דורך chosen people
סוף ימיו האט ער איהם ארויס געוויזן שטארקע ליבשאפט.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:06 pm
דורך געפילטע פיש
סלינקי האט געשריבן:אהא, געפילטע האט געשריבן בעל שם 'טוב' האב איך געמיינט אז ער האט פארשטאנען אז עס איז רבי ישראל בן אליעזר.

אה, כ'האב נישט געכאפט, איך האב נישט געלייענט דארט און בהעברה בעלמא האב איך געמיינט עס ס'דארף צו זיין דער בעל שם, שקויעך פאר'ן פאררעכטן.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:09 pm
דורך געפילטע פיש
סאשי פיש האט געשריבן:איינע פון די באבובע רבי׳ס אין קעמפ
דאס איז א גארטעל?

יא, ער לערנט פשט אין מפסיק בין לבו לערוה אזויווי בין כסה לעשור, און בין פסח לעצרת, די גאנצע שטרעקע פון די הארץ ביזן ערוה.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 1:18 pm
דורך קרעקער
וואו קויפט מען דעם קרעטשניפער היט?
סאיז צווישן א פלאכע און הויכע ביבער הוט

נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 11:43 am
דורך סאשי פיש
ביים דאקטער!!!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 11:47 am
דורך שרייבער
סאשי פיש האט געשריבן:איינע פון די באבובע רבי׳ס אין קעמפ
דאס איז א גארטעל?

דאס איז א צאנזע גארטל, דער ברך משה דאכט זיך פלעגט אויך אזוי גיין שבת (איך מיין אזוי, בין איך מיך טועה?) וכן בנו יבלחט"א האדמו"ר מהר"א שליט"א

נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 12:26 pm
דורך געפילטע פיש
ס'דאך פשוט אזוי, וואס מער ערוה אלץ מער גארטל פעלט אויס...