בלאט 11 פון 12
נשלח: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 11:06 am
דורך יושר
#אבי גערעדט
נשלח: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 11:09 am
דורך יושר
ער האט טאקע דאס מאהל אסאך אדווערטייזמענט'ס וואס איז זייער נארמאל. אבער קענסט נישט זאגן א דריטל. דאס מאל האט ער לאנגע ארטיקלן און ס'איז באמת דא וואס צו לייענען.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 11:13 am
דורך נח בער
יושר האט געשריבן:איצט געקויפט מצליח. באמת הערליך איבערגעמאכט. ס'איז א דיקער ביכל פון 124 זייטן. און נאך פאר אזא ביליגער פרייז. איין זאך זעה איך אויך אז דאס מאהל איז ער מלא וגדוש מיט אדווערטייזמענט'ס פון די גרעסטע אידישע קאמפעניס. זאל ער מצליח זיין.
אדער אריינגענומען א געשליפענעם סעילסמאן, אדער געגעבן פרייע עדס מיטן חשבון אז שפעטער וועלן זיי נאכקומען פאר געלט.
ביידע זענען גוטע געדאנקען, טראץ וואס דאס מיינט נישט אז עס וועט זיך אויסארבעטן.
ווי אזוי עס זאל זיין, וועלן מיר אים געבן נאך א שאנס ווייל מיר לעכצן נאך א גוט געשריבן אידיש ווארט, און האפנטליך וועט מען דארט טרעפן פיינע מטעמים.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 11:22 am
דורך פישלע העררינג
א בעסערע נאמען פאר זיין פאבליקעישאן וואלט געוועהן "דער אלארמיסט". [tag]חזקיהו המלך[/tag] קען זיין דער רעדאקטער. איז די וועלט טאקע אזא מסוכן'דיגע פלאנעט צו וואוינען?...
זאל ער אבער מצליח זיין מיט זיין נייע פרנסה און מאכן אסאך געלט. דאס דארפן דאך אלע אידן.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 11:36 am
דורך נח בער
מענטשן
גלייכן שלעכטע נייעס! פארוואס? דאס איז אן ארטיקל פאר זיך און מען קען ליינען אינעם לינק.
מען קען זאגן אז דער "מצליח" איז נישט קיין נייעס אויסגאבע, און אז ער נעמט די שלעכט-ברענגען נייעס צו א ווייטערער עקסטרעם ווי געוואוינט אבער אפשר ווייסט ער נישט מבחין צו זיין אויף לימיט'ס.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 11:39 am
דורך אבי גערעדט
יושר האט געשריבן:ער האט טאקע דאס מאהל אסאך אדווערטייזמענט'ס וואס איז זייער נארמאל. אבער קענסט נישט זאגן א דריטל. דאס מאל האט ער לאנגע ארטיקלן און ס'איז באמת דא וואס צו לייענען.
גערעכט איך קען נישט זאגן אז ס'איז א דריטל, וויבאלד ס'איז עטוואס מער פון א דריטל.. יא גאנצע 51-52 פון די 124 זייטן זענען אדווערטייזמענטס, הגם איך געב אים אלע רעכטן וויבאלד ער בעט גאר ביליג, אבער פאקט בלייבט פאקט
נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 12:50 pm
דורך [NAMELESS]
/
נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 1:00 pm
דורך מאראנצןזאפט
כלל ישראל איז שוין ווייטער אונטער אטאקע... גאט באהיט, א מין אבסעסיע מיט אטאקעס.
ער מיינט איך האב געדולד אים צו סעקירן און לערנען בלק. זאל ער ביטע געבן א קוק אויף מאמענט ווי אזוי מלאונטשט א נייע מאגאזין.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 1:06 pm
דורך sefish
ס'הייבט מיר אן שיינען אז איר זענט א ''מאמענט'' איינגעשטעלטער...
נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 1:14 pm
דורך סאשי פיש
אויב עס איז אמת גיי איך יעצט לויפען עס קויפען!!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 1:17 pm
דורך sefish
איך אויך!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 1:44 pm
דורך יושר
WOWֱֱ איך האב ליעב די גאט'ס פון מצליח. איך מיין זיי זענען די ערשטע אידישע אויסגאבע וואס באשרייבט העלבראנץ. קוקסט אויס געוואלדיג!!! איינער ווייסט צו ס'איז שוין דא צו באקומען אין געשעפטן???
נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 7:07 pm
דורך מ גפני
יושר האט געשריבן:WOWֱֱ איך האב ליעב די גאט'ס פון מצליח. איך מיין זיי זענען די ערשטע אידישע אויסגאבע וואס באשרייבט העלבראנץ. קוקסט אויס געוואלדיג!!! איינער ווייסט צו ס'איז שוין דא צו באקומען אין געשעפטן???
עמי באשרייבט זיי אויך (א חוץ אויב זיי ווערן נישט פאררעכנט אלץ אידן...)
נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 9:14 pm
דורך sefish
עמי איז ענגליש
נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 10:08 pm
דורך [NAMELESS]
משפחה אין עיברית האט שוין
נשלח: פרייטאג אפריל 11, 2014 11:46 am
דורך מ גפני
sefish האט געשריבן:עמי איז ענגליש
סאו וואס איז די גרויסע חידוש אז מ'האט זיי באשריבן "אויך" אויף אידיש??
נשלח: זונטאג אפריל 13, 2014 4:43 pm
דורך שמעקעדיג
למעשה אלע האבן דעם זעלבן תוכן?
אפשר קען איינער אראפשרייבן בקיצור נמרץ וואס איז אים נתחדש געווארן פון לב טהור נאכן אדורכלייענען די אלע אויסגאבעס? עפעס וואס מיר האבן נישט געוואוסט? לשבח אדער לגנאי??
נשלח: זונטאג אפריל 13, 2014 4:48 pm
דורך אבי גערעדט
מצליח איז גאנץ פיין, נאר איין קליינער פראבלעם, דהיינו אז האלב, יא פונקט האלב פונעם מאגאזין איז אדווערטייזמענטס
נשלח: זונטאג אפריל 13, 2014 8:17 pm
דורך מאראנצןזאפט
איך וויל גראטולירן דעם בעל מצליח, ער האט צוגעשטעלט אן ערשט קלאסיגע אפהאנדלונג אויף לב טהור. געקויפט, געליינט, און הנאה געהאט. ווי עס שיינט האט מצליח גענומען א נייע פאזיטיווע ריכטונג.
וואס עס שטערט מיר נאר, אז ער האט גענומען א דיפלאמאטישע צוגאנג און ער דעקט לב טהור גאנץ מענטשליך כאטש ער האלט זיך נישט אפ צו שמייסן דא און דארט. - - דאס איז ווייט נישט די באהאנדלונג וואס דער מענטשן פרעסערישע קולטיסט פארדינט.
בכל אופן, איך בין העפי פאר הרב שפילמאן, און די פילע אדווערטייזמענטס גיט אים א פינאנציעלע באזע צו נאך מער פארשטארקן זיין מאגאזין אין דער צוקונפט.
נשלח: מאנטאג אפריל 14, 2014 1:04 am
דורך שמעקעדיג
דער עמי איז נישט אייניג פאזיטיוו לגבי דעם קולט?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 17, 2014 4:20 pm
דורך שצם_חנכל
עמי איז אויך פאזיטיוו צו לב טהור און שרייבט גאנץ איבערצייגענד. ער רייסט אריין אין משפחה וויפיל ס'גייט.
פראנקפורטער האט באזוכט דארט און ער האט פרישע בילדער וואו מען זעט די אינגלעך זיך שפילן לוסטיג לעבעדיג
כ'בין שוין אינגאנצען צומישט כ'ווייס נישט וועם צו גלייבן
נשלח: דאנערשטאג אפריל 17, 2014 11:33 pm
דורך petergrifin
שצם_חנכל האט געשריבן:כ'בין שוין אינגאנצען צומישט כ'ווייס נישט וועם צו גלייבן
איך בין גארנישט צומישט. אין מײ אפיניון איז עס געװען א באצאלטע קלעסעפײד. נאכ׳ן װאטשען יו טוב קליפס
װעגן דעם העלבראנץ האב איך נישט קײנע ספיקות.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 17, 2014 11:45 pm
דורך שצם_חנכל
וועלעכע קליפס לאזן איבער א בלי ספק'דיגע מסקנא?