בלאט 11 פון 14
נשלח: דינסטאג פעברואר 19, 2013 10:45 pm
דורך זר זהב
קופערניקס, גאר גוט! -- זיך אינמיטן געדאכט אז כ'ליין גאר א פאועם, נישט אן אנאליז..
נשלח: דינסטאג פעברואר 19, 2013 10:54 pm
דורך יאיר
לעמאן דזשוס האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:לעמאן דזשוס האט געשריבן:נא, ווער נאך וויל אריינווארפן א מיינונג אינעם פאזל?!
איך!!!
איך האב א השערה אויף עטליכע פאעמס, און איך וויל זיי באלד שרייבן זען צו מיין רוח הקודש ארבעט.
יאיר, אייל דיך צו, ווייל די מידיא איז שוין אט גרייט מיט די אויסגאנג! אכציג פערצענט שטימען שוין אפגעציילט!
פארוואס מוז עס גיין אינאיינעם? מען קען קודם מעלדן וועלכע זענען די געווינער, און נאכדעם ווער עס זענען די מחברים. אפשר קען מען אפילו מאכן אן עקסטערער פארמעסט ווער עס קען צוטרעפן די מערסטע שטיקלעך

.
נשלח: דינסטאג פעברואר 19, 2013 10:55 pm
דורך לעמאן דזשוס
@יאיר, איך בין אין....איין פראבלעם-איך קען ליידער נישט אנטייל נעמען!!
דרך אגב, יידל וויזוי האסטו דיך
אן עצה געגעבן למעשה? איך שטיי מיט דעם פראבלעם!
נשלח: דינסטאג פעברואר 19, 2013 11:31 pm
דורך יאיר
לאמיר אנהייבן פרובירן צו אידענטיפיצירן די פארפאסער פון די שטיקלעך, איך וועל גיין שטיקל ביי שטיקל.
איך קלער אז דער צווייטער שטיקל, "איך וויל מיין טאטע", באלאנגט צו בן תלמיון. אויב נישט גייט עס צום ראשעקאל דקהילתינו. דזשאסט א געס.
דערנאך קלער איך אויב דער שטיקל "צוזאמען" באלאנגט צו ברסלב'ער.
נשלח: דינסטאג פעברואר 19, 2013 11:41 pm
דורך זר זהב
13 איז קאווע
14 איז ראשאקול
נשלח: דינסטאג פעברואר 19, 2013 11:51 pm
דורך זר זהב
יאנקל איז 1 אדער 12
נשלח: דינסטאג פעברואר 19, 2013 11:59 pm
דורך יואליש
אויב "איפכא מסתברא" איז נישט פשוט קאמפלעצירט, וועל איך עסן מיין נאסע רעגן שטריימעל.
אז מ'קוועטשט אויס איפכא מתברא קומט ארויס פשוט קאמפלעצירט, און פארקערט פארקערט.
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 12:16 am
דורך בן תמליון
די רעזולטאטן איז א שיינע סורפרייז, גירושין מיט בענקשטאפט זענען די העכסטע!
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 12:17 am
דורך זר זהב
50 שטימען
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 12:20 am
דורך לעמאן דזשוס
זר זהב האט געשריבן:50 שטימען
WםW
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 12:29 am
דורך יאיר
יידל האט געשריבן:נומער פינף, "דאס הינער איי". שוין, מ'האט דאך שוין באזונגען דעם מחבר'ס בקיאות און אריגינעליטעט אזש ס'מיר גארנישט געבליבן וואס צוצולייגן. איך פערזענליך האב גאר שטארק הנאה געהאט דערפון און כ'גלייך זייער דעם סטיל. די גראמען זענען געווענליך, יעדע שורה גראמט מיט די קומענדיגע. לדעתי לדעתי איז דער מחבר נישט קיין אנדערער ווי אחד מגדולי השטיבל, יאיר זאל זיין געזונט. דאס בקיאות, די לייכטע הומאר, ס'שרייט ארויס פון זיך יאיר. אבער - עז אלוועז - איי מייט בי ראנג. אן ערנסטער קאנדידאט פאר מיין שטימע, פשוט אלס די אריגינעלע געדאנק און די שווערע ארבייט וואס איז אריינגעגאנגען מלקט צו זיין די מקורות.
שוין, כ'על מיך אויך מוזן צושטעלן צו די שורה פון אומגעלונגענע צוטרעפן פון יידל

. נישקשה, די קאמפלימענטן שמעקן מיר גאנץ פיין.

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 12:29 am
דורך לעמאן דזשוס
נאט אייךוועלכע פיר פאעמעס זענען אייך דאס מערסטע געפאלן?
הסקר נגמר בתאריך דינסטאג פעברואר 19, 2013 10:35 pm
נומער 1 - ווינטער נאכט [center]12[/center]
נומער 2 - איך וויל מיין טאטן צוריק [center]15[/center]
נומער 3 - דער זארגלאזער אמאל [center]14[/center]
נומער 4 - מיין פאסט קעסטל מיין טרייסט [center]14[/center]
נומער 5 - דאס הינער איי [center]18[/center]
נומער 6 - דאס בלעטל מיין שפיגל [center]11[/center]
נומער 7 - איך בין הייליג [center]16[/center]
נומער 8 - איפכא מסתברא [center]9[/center]
נומער 9 - צוזאמען [center]6[/center]
נומער 10 - מחה תמחה [center]12[/center]
נומער 11 - קינות גירושין [center]20[/center]
נומער 12 - צעריסענע בענקשאפט [center]20[/center]
נומער 13 - ס'איז נאר די פאלשע [center]16[/center]
נומער 14 - ואיני יכול לנגוע בך [center]6[/center]
נומער 15 - שרייב און שרייב, און לעהז שטיקלעך [center]17[/center]
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 12:31 am
דורך נולד מאוחר
זר זהב האט געשריבן:50 שטימען
נישט 206?
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 12:34 am
דורך לעמאן דזשוס
נולד מאוחר האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:50 שטימען
נישט 208?
208/4=52
האבן מיר די פיר געווינער!!!
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 12:45 am
דורך לעמאן דזשוס
הינער איי[center]18[/center]
קינות גירושין [center]20[/center]
צוריסענע בענקשאפט [center]20[/center]
שרייב שרייב[center]17[/center]
ווער פון אייך האט געשטימט פאר אט די פיר??!
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 12:46 am
דורך יאיר
איך טראכט אז נומער פיר - "דער פאסט קעסטל מיין טרייסט", געהערט מעגליך צו משה געציל. אויף "איך בין הייליג" וועל איך זיך אויך צושטעלן צו די מאסן וואס זאגן אז קאווע טרינקער איז דער מחבר. און היות קאווע טרינקער האט געשריבן נאך א פאעזיע (ווער דען אויב נישט ער?) טראכט איך אז ס'קען זיין "מחה תמחה". ווען איך וואלט געהאט גאטס וואלט איך געזאגט אז "ואיני יכול לנגוע בך" געהערט צו נישט קיין אנדערן ווי יידל, נאר אזוי ווי איך האב נישט די חוצפה צו זאגן אז א יודע הכל זאל שרייבן אויף זיך אזא פאעזיע, דעריבער טראכט איך נאר הויך און איך זאג נישט עכט מיין מיינונג. דער אנדערער קאנדידאט פאר דעם פאעזיע איז ר' בנימין.
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 12:51 am
דורך לעמאן דזשוס
רבותי איצט וועט מען דארפן שטארק שטארק אנאליזירן די אינטערעסאנטע אויסגאנג....
יאנקל איא?
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 12:52 am
דורך געפילטע פיש
יאיר האט געשריבן:ווען איך וואלט געהאט גאטס וואלט איך געזאגט אז "ואיני יכול לנגוע בך" געהערט צו נישט קיין אנדערן ווי יידל, נאר אזוי ווי איך האב נישט די חוצפה צו זאגן אז א יודע הכל זאל שרייבן אויף זיך אזא פאעזיע, דעריבער טראכט איך נאר הויך און איך זאג נישט עכט מיין מיינונג.
געמאגט די זעלבע אבזערוואציע.
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 12:53 am
דורך לעמאן דזשוס
עפ"י בקשת אפאר חבירים דא, וועט מען לאזן דער עולם נאך אביסל שפעקולירן...
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 12:59 am
דורך לעמאן דזשוס
איך וויל נאר אין קורצן ארויסברענגן איין ווארט, זייער שנעל אן אבזערוואציע!!!
די וואלן, שפיגלען אפ אסאך פאקטארן פונעם ציבור שטימער. דהיינו דאס אז קינות גירושין האט אנגעצויגן אזוי הויך באווייזט קלאר אז דער ציבור האט הערצער פון פלייש און נישט פון שטיין, און אז דער מח איז נישט דער איינציגער וואס דאמינירט!!!
מען דערזעהט אזא שטיקל געשריבן מיט רויטע בלוט, געשריגן פון טיפן הארץ-גיט עס א באריר און מען גיבט אפ א שטימע
דאס אז אכט האט נישט אנגעצויגן באווייזט אז דער ציבור פארשטייט (נאכ)נישט צו די טיפסטע סארט פאעזיע פארעם וואס איז פארהאן, אויב איז 8 די טיפסטע סארט פאעזיע און איז ביי שטאפל 100 דאן וואלט איך געזאגט אז די וואלן ווייזט אז מיר שטייען ערגעץ ווי ביי 85 אין פאעזיע....בשם השם וועלן מיר זיך דערדראפן צו די גאר הויכע שטופעס און פארשטיין די אמת'ע עומק פון איפכא!!
דאס איז מיין אנאליז אין שנעל, וואס כאב געמוזט ארויסברענגן פאר אלעם!
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 1:18 am
דורך יאיר
איך הייב אן טראכטן צו ברסלב'ער אליין בכבודו ובעצמו איז נישט דער מחבר פון "דער זארגלאזער אמאל", און "צוזאמען" באלאנגט גאר צום ראשעקאל.
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 1:24 am
דורך Starbucks
איפכא מסתברא האט גערעדט צו מיר. שרייב ווייטער, הועווער יו אר.
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 2:07 am
דורך געפילטע פיש
איך האב מורא אז קרויס וועט מוזן מאכן א רעגן שטריימל סעיל אין די קומענדיגע טעג.