בלאט 11 פון 14

אויסגעדראשן לשמה ספעציעל פאר סוכות! שואלין ודורשין לפני החג

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 1:24 pm
דורך יואב
סוכות אינדערפריה אין בית מדרש.

האלא, דו שטייסט חוץ לסוכה. גיב אבאכט. רוק דיר נאך אביסל אריין, אט אזוי. זעהסט נישט דא איז נישט דא קיין סכך? א חסידישער איד קוקט אלץ בעפאר.

נא, עה, עההע. אה. מ'שאקלט אויף דרום קודם. דרום איז דארט. ניין, די אנדערע זייט. אט אזוי. ניין, ניין, מעלה מטה. דאס ביסל ווייסטו אויך נישט? וועלעכע חדר האסטו געלערנט.

גיב אבאכט אויפן שפיץ פונעם לולב. נאה! דו זעהסט נישט ס'האקט אריין, קענסט דאס פסול מאכן אין א רגע. אך, כ'האב דאך געוויסט מ'ברויך זיי אנזאגן.

א רעגענדיגן סוכות אינדערפריה.

נו ר' משה יענקל, געשלאפן אין סוכה די נאכט?

פרעג נישט וואסי געווען. כ'בין געגאנגן שלאפן צוועלף, האט סתם געדריזלט. הערשט אום איינס דרייסיג האט זיך גענומען גיסן. איך בין געשלאפן כ'האב גארנישט געשפירט. מיין בחור איז געלאפן צו מאכן די שלאק. דריי אזייגער האב איך זיך אויפגעוועקט כ'האב געזעהן ס'רעגנט מער נישט האב איך געפענט דעם שלאק. אום פינעף האב איך זיך אויפגעוועקט אינגאנצן נאס, כ'האב פראבירט נאכדעם צוריק איינצושלאפן אינדערהיים, ס'איז אבער מער נישט געגאנגן. שוין, אפגעקומען אביסל פארן מצווה.

יא איך האב אויך נישט געלעקט קיין האניג די נאכט. געגאנגן שלאפן בין אויך שוין צוועלף, כ'האב אבער נישט געקענט איינשלאפן ווייל די חברה דארטן אויבן האבן געזינגן ביז ווייסעך וויפיל אזייגער. אזוי ס'האט אנגעהויבן רעגענען—גראדע צוואנציג נאך איינס שוין—בין איך אריינגעגאנגן שלאפן אינדערהיים. לאמיר האפן היינט נאכט וועט זיין א שיינע וועטער. שוין, עמער גיין דאווענען. מ'האט שוין געזאגט קדיש?

שכח ר' משה יאנקל און ר' מאטל פארן אפדעיט, די ציבור איז ווי אייביג אלץ נייגעריג צו הערן אלע אייערע סוקסעסן און דורכפעלער. און יעצט צו א קורצע אדווערטייזמענט.

"די שערי כפרות האבן זיך שוין טאקע געשלאסן, אבער די שערי לולבים זענען נאך ברייט אפען פאר אייך. פארשליסט אבער נישט אייער טיר מיט די געהעריגע שלאס, באנוצט זיך א גאנץ יום טוב נאר מיט א שבת שלאס".

נעקסט. היות צוליב די שטארק פארנומענע טעג זענען מיר נישט אנגעקומען אריינצושרייבן אינעם געהרטען רובריק וועלעכס געפינט זיך ממש א שפאן אוועק פונעם סאמע אלוועלטליכן אומאפהעניגן ארטעדאקסישן שופר, און סערווירט שוין דעם הענגעדיגן ציבור פאר 127 יאר כולם שווין לטובה שרייבן מיר דא אראפ די וויכטיגע שאלות.

דו האלטס די ערבות אין פריזדשדער? וויקלסט איין די לולב אין האנטוכער? דער אתרוג לאזטו אינעם פושקע? וויאזוי שאקלן די בני בית און די קינדער? אויף קאווע מאכט מען א לישב? די יהי רצון זאגט מען אנעם אתרוג? די קינדער האסטו אויך געקויפט סעטס? דו בינדסט אליין די רינגעלעך? פארוואס האסטו אזא קיישעלע? עסט ביי דיר אינדערהיים? אלע סעודות? פששששששששששששש.
-------
שמעקעדיג האקט

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 11:35 pm
דורך שמעקעדיג
ר' משה יענקל: ברר..... אוי, עס איז קאלט אינדרויסן, כ'בין שיער נישט פארפרוירן געווארן די נאכט אין סוכה!
ר' מאטל: יא יא, איך אויך... נישט פארגעסן, "גלאובעל ווארמינג", חחחחחחח..................

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 1:47 am
דורך רויטע וואנצעס
נא ווי ביסטו געגאנגען כאלהאמאעד האלטן???? שטפ"א!!!!!!!!!!!!

זייט דראשונג האט זיך אנגעהויבן דראשן, האט זיך נאך נישט געדראשט אזא דראשונג ווי די אויבן דערמאנטע דראשונג.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 2:04 am
דורך kliger
סא וואס בלייבט צו רעדן ווען איך טרעף מיין חבר אין שוהל????

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 2:19 am
דורך יואב
שמעקעדיג האט געשריבן:ר' משה יענקל: ברר..... אוי, עס איז קאלט אינדרויסן, כ'בין שיער נישט פארפרוירן געווארן די נאכט אין סוכה!
ר' מאטל: יא יא, איך אויך... נישט פארגעסן, "גלאובעל ווארמינג", חחחחחחח..................


ערעב משה יענקל: אוי זאגט איר גוט ר' מאטל. גלאבעל, שמאבעל. סארא שטותים זיי רעדן אלץ צוזאם. ס'איז מיר ממש א פלא ווי דער עולם גולם לויפט זיי נאך אין וואנט אריין. איז דער וועלט שוין טאקע אזוי משוגע? אוי, מיר דארפן דערויף עקסטער דאנקן אז 'והבדילנו מן התועים'.

דער שמוציגער גוי, נו, וויאזוי הייסט ער נאר דארט דער אנטיסעמיט, גיי געדענק די אלע שמות נרדפים. אה! 'גאור'. דער שייגעץ על גאור פייגערן זאל ער, זאל ער נאר שלאפן איין נאכט אין סוכה, און דערנאך לאמיר זעהן צו ער וועט ווייטער פרעדיגן זיינע שמוציגע עבודה זרות. ס'דערמאנט מיר די באקאנטע מעשה מיין טאטע--זאל האבן א ישועה בקרוב--פלעגט פארציילן יאר יערליך מוצאי כ"א כסלו מיט יענעם פריץ וואס איז געקומען אין דארף. קענסט די מעשה, יא? א קיצור די וואגן האט זיך איבערגעדרייט, און די קינדער האבן איהם באווארפן מיט אתרוגים ממש ווי די בני מחוזא אויף ר' זיירא'ן. יע, אזא מפלה אויף אלע אנטיסעמיטן.

ר' מאטל: יע, יע. יעצט סוכות איז דאך א צייט ווען די אידן ווערן באשיצט פון די גוים דורך די ענני הכבוד, זאלן די אנטעסימיטן האבן קיין שום שליטה אויף אונז. שטייט דאך אבער אז לעתיד לבא וועלן די גוים דווקא נישט קענען אויסהאלטן אין די סוכות צוליב "היץ". איז ער דאך יא גערעכט דער גוי.

משה יענקל: נישטא אזא זאך דער גוי זאל זיין גערעכט. דאס ברויך מען האלטן אין איין חזר'ן. דער גוי איז טמא, דער גוי איז איין שטיק זוהמה, דער גוי רעדט נארישקייטן. איי ס'שטייט די גוים וועלן צושטויסן די סוכה צוליב די היץ, אונז ברויכמער נישט פירן דעם אויבערשטענ'ס חשבונות.

ר' מאטל: פיין, עמער זיך גיין לייגן, מארגן איז אויך א טאג. עלען מיר גיין אויפטוהן אביסל פאר אידישקייט.

משה יענקל: איך נוץ דעם אלטן "טא טווענטי היטער" ס'איז א מחיה. די היינטיגע מיט די אלע קנעפלעך טויגט אויף כפרות. ס'האלט אין איין מאכן קונצן ביי מיר. כ'האב געהאט די ערשטע טעג ס'האט זיך מיר אויסגעלאשן ווייל די שבת זייגער איז געוועזן פארדרייט. פרעג בעסער נישט. אלץ מיינט מען די ניייע וועט זיין בעסער.

ר' מאטל: יא, איך האב זיך שוין אויסגעלערנט מ'בלייבט ביים אלטן. כ'האב פונקט געזאגט אין שטוב מ'זאל נישט קויפן מער די אלע היינטיגע מאשינען. ממש געמאכט פון פאפיר. מיין זוהן האט געקויפט איינס ביי חזקל'ן. געלט האט ער געצאלט ווי אן עושר, אבער דער הייצער וויל זיך פשוט נישט אנצונדן. די בעסטע איז נאך די אלטע פעסטע מאשינען, דאס ארבייט א מחיה. פיין, די זייגער לויפט, דער וועקער זייגער קלינגט שוין באלד.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 2:34 am
דורך רויטע וואנצעס
יואב דא האסטע נאך א אויסגעדראשענעם: "איך הארגע מיך פאר געלעכטער".

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 12:50 pm
דורך יואב
אפשר ברויך מען מאכן א באזונדערן אשכול וואו מ'וועט קענען מיטהאלטן טעגליכע שיחתן של הני תרי צנתרי דדהבא, ערעב משה יענקל, און הרב ר' מאטל.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 5:28 pm
דורך געפילטע פיש
איך האב געמיינט אז דיזע גאנצע אשכול איז מרגלא בפומיהו פון די צוויי גאלדענע אידן.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 3:06 pm
דורך שמעקעדיג
ט"ו ט"ו לגזירה שוה, לרבות יו"ט האחרון.

פונקט ווי אחרון של פסח איז דא די באקאנטע אויסגעדראשענע "קניידל פארעם" דזשאוק וואס אפילו נאכן קיצלען קען מען קוים שמייכלען דערפון, אזוי איז יו"ט האחרון של סוכות אויך דא א אויסגעדראשענס וואס איך הער עס ביי אסאך משפחות. שמיני עצרת ביינאכט ווען מען עסט אינדערהיים נאך א גאנצע וואך אין די סוכה, נאך וואס דאס קינד מאכט א המוציא אויף די חלה גיט דער טאטע א געשריי: "נו, לישב"!....

אה, וואס פארשטייט דער גוי צו א גוטן קאמעדי.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:54 pm
דורך מאטי
ר' מאטל: יואב! גיי ברענג אריין א סעלצער.. אבער שוין! 

יואב גייט צום פרידזש.... 

ר' מאטל: נו!!!!!!!

יואב : איין מינוט איך זוך יעצט.

ר' מאטל: הוי אזא בטלן צו זיין... נו יואב, ברענג שוין אריין דער עולם (איך) איז דורשטיג!

יואב : איך טרעף נישט.. כ'מיין ס'איז נישטא.. קיין סעלצער אין פרידזש.

ר' מאטל : וואס הייסט ס'נישט דא? איך האב אליינס אריינגעלייגט פארן זמן! הו דער שלימזל.. צו וויין פארשטייט ער.. קארבענעט שמארבאנעט. אבער א פשוט פלעשל סעלצער קען ער נישט טרעפן!! שוין כ'וועל מוזן אליינס גיין.

ר' מאטל גייט צום פרידשעדער. שטופט אוועק יואב און זאגט :

איך העלל דיר ווייזן דו חאלעמאק וואס דו ביזט.. קוק דא!! רוק אוועק דעם גרויסן שיסל פאלאטשינטא, הא הא! זעהסט? כ'האב דיר געזאגט אז......... אוי וויי.. אוי וויי, ווי איז עס?  
אלטע פייגא'לע!!!! קום אהער! אבער שוין!!!!!

יואב דו קענסט שוין צוריק גיין, נו גיי שוין! ...

אלטע פייגע'לע האב איך דיר נישט געזאגט זאלסט אריינלייגען צוויי סעלצערס אין פרידזשעדער? הא?? וואסי מיט דיר? פארדעם שיקט מען דיר אין סקול ? 

אלטע פייגע: איך בין אפילו נישט דא געווען פארן זמן, כ'בין געווען ביי באבי.

ר' מאטל : אה! יא? אקעי גיי צוריק.

שוין: מנוחה ושמחה.......

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 10:40 am
דורך געפילטע פיש
סארי, איך קען נישט יואב אלץ אזא אותו מקום, ווילסט זעלצער? בעט שיין. דיין מאמע האט דיר נישט אויסגעלערענט צו זאגן פליז?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 10:46 am
דורך איך אויך
כ'האב באמערקט דיין מליצה.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 11:49 pm
דורך אפטעמיסט
די מלמדים וועלן קיינמאל נישט אויסוואקסן זייער קרענק פון טייטשן די פסוקים מיט די מאדנע ווערטער. צום ביישפיל , "מות יומת"- "געטייט זאל ער געטייט ווערן", "והנה"- "און אט", "מילדות"- "די הייבאמס", "קטורת"- " א פייעראפער". און דער ליסטע גייט אן.

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 19, 2013 11:33 pm
דורך טשולענט
די פרייליכסטע מינוטן יום טוב אין בעסמעדריש איז בשעה שהכוהנים עולים לדוכן.

ס'הייבט זיך אן ווען די לווים גייען וואשן די דוכענערס, איז אזוי, מ'קומט אריין אין א קליין צומער וואו די ערד שווימט אין בלאטע, צען לווים כאפן אן דעם טעפל צוזאמען ס'קוקט אויס ווי מ'זאל כאפן די ערשטע רעפטלעך ברויט נאך פסח, די כהנים ווערן נאס פון קאפ ביז פיס ווי צו מקיים זיין דעם ורחצו ידיהם "ורגליהם", גערייניגטערהייט קערט מען זיך צוריק אין סמעדריש.

יעצט הייבט זיך אן די טליתים אויסטויש, די פרישע יונגעלייטלעך באטן אן זייערע טליתים פאר די בחורים, (וואס הייסט ער איז דאך שוין א טאטע), איינער כאפט דעם שכן'ס שטריימל זיך איבערצודעקן אנשטאט דעם טלית, א צווייטער שטעלט א טישו אונטען קאפל, א מער כיטרער יונגערמאן גנב'ט זיך אריין אונטערן חבר'ס טלית נישט נכשל צו ווערן בראויה אסורה.

נאכדעם זענען דא די מכניסי אורחים, אזעלכע וואס האבן גאר אסאך פלאץ אונטער זייער טלית, זיי נעמען אריין די קליינע בחורים (ה' ירחם) און קליינע קינדער וואס די פאטער איז געלאפן הכנות נאך צוויי טאג יום טוב, בקיצור, גאר דערהויבענע מינוטן.

פון די זייט שטייט א עלטערע בחור וואס איז זיך מחזק מיט פאן, און ווי נאר יעדער איז פארשטעקט אונטערן טלית, קומט ער פארקניפן עטליכע טליתים איינס צום צווייטן בכדי שלא ינתק החבילה, און ער מאכט פליטה.

און דא קומט דער הויעך פונקט, מ'האלט נאך קדיש און דער עולם שרייט גוט מוטיג "שכויעך כהנים" בשעת די פאר יונגעלייט קניפן אויף זייערע טליתים, און די בחורים פרובירן זיך צו דערמאנען פון ווועמען מ'האט געבארגט דעם טלית, אין צוויי ווערטער: ריין עקשן.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 2:38 am
דורך Josh
:like האהאהא! יו איז דאס א פאני אשכול. איך קען נישט סטאפן לאכן. א באנדע ליצים. קיפ איט אפ, יו גייס ראק!

נעה, עס פאסט נישט פאר אזא גרויסע אינגל צו האבן א צומי. אמת דו ביזט שוין א גרויסע אינגל?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:05 am
דורך רקבשמחה
גיפערליך איז נאר,ווען מ'שלינגט אראפ א שירעם,און ס'מאכט זיך אויף אינערווייניג...

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 4:18 am
דורך יואב
פון צווישן די שטארק קארענדיגע אקטיוויטעטן וועלעכע ווערן בלויז מער אויסגעדראשען מיט די וואטסעפעריי, ציילט זיך די כמעט נישט באוויסטזיניגע געלעכטער ס'שאפט דעם היימישן עולם ווען א "גוי" (...) זינגט אן אידישע ניגון. כ'הייב נישט אן צו פארשטיין די קאמישע זייט פון אזא אקציע. מילא איינמאל, נו, פונקט גוט פאר כיתה ב' אינגלעך. נאך אלעם וואס איז דען דער קונץ? וויפיל אידן קענען זינגן "גוישע" ניגונים? שוין, א דאפעלטער הסתרה!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 11:01 am
דורך shem-tov
שבת מיטזאגן מיטן בעל תפלה. וטטטטטהר לבינו לעבדך באמת. אדער ביים ליינען. ולזזזזבח השלמים בקר שנים

קען זיין סהאט א מקור.

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 8:01 pm
דורך ברעט מענינג
ווער וויל דאווענען מעריב?
אקעי מיר האבן שוין 4 איך און די, די און איך.

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 8:03 pm
דורך דער (פינטעל) איד
ברעט מענינג האט געשריבן:ווער וויל דאווענען מעריב?
אקעי מיר האבן שוין 4 איך און די, די און איך.

האלט מען טאקע ביי צוויי. ווייל 'די' איז נישט 'דו'



.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 12:13 am
דורך קאווע טרינקער
נא, וואס זאגן זיי, וויפיל אינטשעס?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 12:49 am
דורך רויטע וואנצעס
ווען האסטו יארצייט? ביי די ערשטע שניי חאחאחא

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 12:52 am
דורך אפטעמיסט
גע'מיר א טפח