תורה ומדע האט געשריבן:https://www.amazon.com/Ive-Been-Here-Before-Holocaust/dp/1614655758 גלגולי נשמות און די האלאקאוסט. נישט פשוט.
תורה ומדע: איך האב נישט געוואוסט אז האלאקוסט וויקטימס וועלכע זענען אומגעקומען אויף קידוש ה' קענען אויך מגולגל ווערן. מיין אימפרעשאן און ידיעה איז אז זיי האבן שוין באקומען דעם תיקון השלם פאר זייערע נשמות. נאכמער. ס'זענען געווען מיינונגען פון רבנים אז מ'דארף נישט זאגן קדיש נאך די קדושים וועלכע זענען אומגעברענגט געווארן דורך די נאציס, ימ"ש. ווייל זייערע נשמות האבן שוין דערגרייכט אויפ'ן העכסטן ארט.

סאטמאר רב ז''ל (רבי יואליש) שרייבט ערגעץ אז די היינטיגע נשמות זענען גלגולים פון די שואה קרבנות
תורה ומדע האט געשריבן:https://www.amazon.com/Ive-Been-Here-Before-Holocaust/dp/1614655758 גלגולי נשמות און די האלאקאוסט. נישט פשוט.
אינטערעסאנט, די נשמה׳ס וואס זענען מגולגל געווארן, געדענקען נישט גארנישט אחוץ די נאציס. די צייט וואס זיי זענען געוועהן אין הימל האט מען באוויזען אויסצומעקן זייער גאנצע לעבן פון זכרון, אחוץ די לעצטע יאר. די מעקער פון הימל האט זיך פשוט נישט געקענט אן עצה געבן מיט די טראמא וואס די מענטשליכע גוף און נשמה זענען אריבער.
חתן בחור: דו מעגסט זיין סארקאסטיש. איך האב יעצט אנגעהויבן ליינען דעם בוך פון מרס. ריגלער. זי טענה'ט נישט אויף זיכער. זי איז נישט פאר'עקשנ'ט. אין איהר מיינונג. זי ברענגט נאר די אינטערוויוס פון פארשידענע מענטשן. צווישן זיי אויך נישט אידן. וועלכע פארציילן אליין. (אן קיין שום זייטיגע מאטיוואציע פון געלט אדער כבוד) זייערע חלומות און שרעקן בהקיץ.
איך בין בטבע א סקעפטיקער. (אפילו, אפשר א גילגול פון די אלטע ליצני הדור פון אברהם אבינו'ס צייטן). אבער דאך. וואס איך האב געליינט ביזדערווייל, לייגט זיך זייער שטארק אויפ'ן שכל. ס'נישט קיין אויסגעטראכטע זאכן...!
סיקטים: ייש"כ. ס'איז ביי מיר נישט קיין ספק אז די מעשה איז אמת. איך געדענק, ווען איך בין געווען א יונגל אין חדר, האט מיין רבי פארציילט פאר די כיתה אז אין ארץ ישראל איז דא א יונגל וועלכער קען די גאנצע תורה. ער האט אפילו געזאגט דעם נאמען פון די משפחה...!
אויך. נאר אזא גרויסער בעל מחשבה ווי ר' יחזקאל לוינשטיין, זצ"ל האט געקענט זאגן אזא זאך אז ער האלט זיך צוריק פון גיין רעדן צו דעם וואונדערליכן קינד. וויייל ס'קען שאטן פאר זיין ריינע אמונה. אבער אונז פשוטי עם וואלטן זיכער געשטאנען פאר שעות אין די ליין (אזוי ווי ס'איז טאקע געווען) כדי צו קענען כאפן כאטש א בליק אויף דעם וואונדערליכן קינד...!
א יעדער ווייסט דאך דעם סוף פון די מעשה. זיינע עלטערן האבן איהם אויפגעהערט צו שיקן אין חדר. און נישט ארויסגעלאזט פון שטוב. צוליעב עין הרע. דער טאטע האט איהם גענומען צו הרה"ק מהר"א מ'בעלזא זי"ע. ער האט זיך איינגעשפארט מיט דעם קינד אין א שטוב. ווען דער אינגל איז ארויס האט ער פארגעסן אלעס וואס ער האט געקענט. און געמוזט אנהייבן אפילו פון אל"ף בי"ת...!
שאל אביך פראגראם: הרב מרדכי וועבער: יליד פאפא - זיידע פונעם מגיד מישרים הרב מנשה ישראל רייזמאן - זיינע זכרונות פונעם בעל ויגד יעקב מפאפא זי"ע ביי וועמען ער איז געווען ביים יציאת נשמה - אלס תלמיד פונעם בעל ויחי יוסף - די אויסבראך פון קריג זייענדיג אין קריג אינאיינעם מיטן קלויזנבורגער רב - אלס משב"ק ביי הרה"ק מבעלזא זי"ע און ערשט-האנטיגע עידות פונעם הילד הפלא https://www.yiddish24.com/interviews/130/51958
הערט פון 6-, אבער ממש "ערשט-האנטיגע" איז עס נישט ווייל דער בעל מספר "האט זיך נישט צוגעשטופט"
נאר דאס גייט שוין אריין אין ענייני אמונה פון גילגולים. אין פאקט. אין ארץ ישראל איז דא א מיידל פון עטליכע צוואנציג יאר. וואס זי האט פארשידענע פערזענליכקייטן. איינס איז פון א קליין קינד. ווען זי האט די פערסאנאליטי נעמט זי א מוצץ (צאמי) און רעדט ווי א בעיבי/טאדדלער. אויך האט זי א פערסאנליטי פון א פיאנא שפילער. זי האט קיינמאל נישט געלערנט מיוזיק. אבער ווען זי האט די פערסאנאליטי קען זי שפילן זייער שיינע מיוזיק. די גרעסטע (פרייע) דאקטוירים און סייקייעטריסטן אין א"י פרובירן צו געבן פארשידענע הסברים וועלכע לייגן זיך נישט אויפ'ן שכל. אבער דאס ווייזט אז ס'האט עפעס צו טון מיט גילגולים.
לענייננו. אונז האבן דאמאלס געוואוינט אין ארץ ישראל. מיין טאטע זאגט אז די גאנצע מדינה האט זיך גערודערט מיט דעם יונגל. אלע צייטונגען האבן געזוכט צו אינטערוויוען דעם קינד. זיין טאטע האט איינגעזעהן אז דאס איז נישט גוט פאר איהם. ס'קען שאטן פאר אן עיה"ר. איז ער געגאנגען מיט זיין יונגל צו דעם היילגן בעלזער רב זי"ע. דער רב האט איהם אריינגענימען אין א שטוב. ווען ער איז ארויס האט ער אלעס פארגעסן. מ'האט פארציילט אז ווען דער יונגל איז נאכדעים צוריקגעגאנגען אין חדר האט ער אלעס פארגעסן. אפילו א"ב און עברי. ער האט געמוזט אנהייבן לערנען אלעס פון אנהייב.
היסטאריע האט געשריבן:פין דער גאנצע מעשה איז א ראי' אויף צוויי זאכן.
אז זוהר איז אמת.
אז אור החיים הקדוש איז יא געשריבן מיט רוח הקודש.
היסטאריע: נאר נישט גאנץ זוהר. ר' משה די ליאון האט צוגעלייגט א סאך זאכן. טאקע שיינע מאמרים. אבער נישט אויטענטיש פון ר' שמעון בר יוחאי. אזוי האלטן א סאך היסטאריקער. אריינגערעכנט ר' יעקב עמדין. נאר אן אינטרעסאנטע זאך אז אפילו ר' יעקב עמדין אליין האט אויך נישט געהאלטן אז גאנץ זוהר איז אויפגעמאכט. ווייל ער ברענגט יא די תפילה פון בריך שמיה. וואס איז א זוהר אין פ' ויקהל. אויך ברענגט ער כוונות לפני הטבילה פון זוה"ק.

די מאכסט מיר לאכן מיט דיין תמימות (אדער איגנארענץ, וועהל דיר אויס).
די שרייבסט אויך
דער רב האט איהם אריינגענימען אין א שטוב. ווען ער איז ארויס האט ער אלעס פארגעסן.
ביסט אפשר בלינד? די זעהסט נישט אז דער קינד אליין פארציילט אנדרעש?
berlbalaguleh האט געשריבן:דער קינד מעג פארציילן אנדערש. נאר דו נעם א קינד פון 5 יאר און זאג איהם אן אז ער זאלל נישט פארציילן פאר קיינעם וואס ער קען.לאל. ווער איז דא דער תמים אדער דער איגנארעימוס.?! (איגנאראנט)
דער תמימות איז געדרינגען פין דעם וואס דו שרייבסט און דו ביסט מחלק צווישן זוהר און זוהר, כאילו דער קינד האט נאר געקענט זאגן אטענטישע שטיקלעך. אבער ער האט דאך אויך געזאגט אור החיים הקדוש, איז מה לי דער זוהר אדער יענער.
בכלל איז ווי עס זעהט אויס דער דער מעשה איבער געטריבן אויך וואס ער האט געקענט. נישט אז עס מאכט עס א קלענערע חידוש, אפילו איינער זאל קענען א קאפיטעל תנ"ך פין זיך אליין איז א חידוש. אבער אז דער קינד זאל קענען אלעס מיינט אז מען האט עס צוגעפיצט לויט די השגות פין די מספרים.
כלפי דער חלק צו ער האט פארגעסן תיכף אדער נאך א צייט, זעהט איך נישט פארוואס די האלסט אז דיין ווערסיע איז מער ווי דער קינד'ס, ער זאגט אז ער האט געהערט פין זיין טאטע אלע פרטים.