בלאט 11 פון 12

נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 8:06 pm
דורך מנשה לוסטיג
די ערשטע בילד קוקט אויס.. ליידיג

ליפא מאכט היסטאריע אויף בראדוועי

נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 11:16 pm
דורך איש צדיק תמים
די שוי איז די סאמע ערגסטע אימפראפעסניאלע שוי וואס בראדוועי האט געזעהן.
מוזיק-געסאקט
די סקריפט-געסאקט
ליפא׳ס זינגען-זיין מייק האט על פי רוב נישט געארבייט.
די ״ארץ ישראלדיגע״ קווייער-שוואכע מעשיות
די פראפס-וואס ווער ווי ווען צוויי בענקלעך און אטישל.
הקיצור די רבנים האבן דאס נישט געדארפט אסר׳ן ווייל פאר רוב מענטשען איז דאס לכאורה געווען די לעצטע ליפא שוי וואס זיי האבן געספענט צוויי צענט דערויף.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 11:19 pm
דורך איך אויך
פון די בילדער דא קוקט עס אויס בערך ווי די לעוועל פון מיין כתה ח פלעי.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 11:20 pm
דורך בעל הבית
היתכן ביסט געגענגען

נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 11:23 pm
דורך איש צדיק תמים
אזוי האב איך געוואלט, פרי קאנטרי!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 11:37 pm
דורך בעל הבית
ביסט גארנישט אזא צדיק תמים

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 3:37 pm
דורך yatzmachp
קיינער האט נישט געקענט אינטערברענגען ליפא, ווי ליפא אליין. איך בין אלס געווען א פען פון אים מיט אלע איסורים צוזאמען. איך בין געווארן אנטוישט מיט אים ווען איך האב איינגעזען אז ליפא האט נאר איין פרינסיפאל, אהבה רבה

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 3:40 pm
דורך דער (פינטעל) איד
מ'שמועסט אז ס'איז געווען א פלאפ עצום דער גאנצער שוי

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 6:32 pm
דורך מנשה לוסטיג
די מוסר השכל איז אבער.. ליפא געבט נישט אויף! ער ארבעט שוין אויף נאך א מעכטיגע פראדזשעקט

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 6:34 pm
דורך טעפל
מנשה לוסטיג האט געשריבן:די מוסר השכל איז אבער.. ליפא געבט נישט אויף! ער ארבעט שוין אויף נאך א מעכטיגע פראדזשעקט

דאס ווייזט נישט אויף גרויס חכמה..

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 6:46 pm
דורך מנשה לוסטיג
צו שטיין בראש ההר דארף מען נישט זיין א חכם, מ'דארף קענען קריכן

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 12:55 pm
דורך חד גדיא
ליפא ליפא, וואו איז דיין העמד?

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 1:16 pm
דורך גנדי
וואס איז פשט פון די בילדער?

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 2:41 pm
דורך ברעט מענינג
פארוואס ווערט ער אזוי אפגעפליקט?
איז דען נישט געווען בעסער אפאר יאר צירוק

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 2:54 pm
דורך [NAMELESS]
/

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 3:32 pm
דורך מנשה לוסטיג
דאס איז אויך אסור?

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 3:39 pm
דורך אפטעמיסט
ס'איז נישט אסור, אבער ער איז גוט צעפראסקעט...

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 4:01 pm
דורך zurich
אפטעמיסט האט געשריבן:ס'איז נישט אסור, אבער ער איז גוט צופראסקעט...

יו בעט!!

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 4:10 pm
דורך נולד מאוחר
מבשרי אחזה

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 7:31 pm
דורך שטילע אינגערמאן
מלמד: פארוואס האסטו עיהם געשטויסן?
אינגעל: משה האט מיך געהייסען.
מלמד: אז ער וועט דיך הייסן טאנצן נאקעד וועסטו עיהם אויך פאלגען?

קאמאנטרען זענען איבריג

נ.ב. די קומעדיגע קאנצערט קומט ער אריין מיט גאטשעס, נישט חזון איש,
יא יא לאכטס פון מיר, ליפא ווערט מער צודרייט מיט יעדע שעה

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 11:21 am
דורך שמעקעדיג
נולד מאוחר האט געשריבן:מבשרי אחזה

:lol: :lol:

נשלח: פרייטאג פעברואר 07, 2014 9:01 am
דורך גוטע פינטעלך
חד גדיא האט געשריבן:ליפא ליפא, וואו איז דיין העמד?


בעסער פרעג ליפא ליפא ווי איז דיין בארד (שתי שערות אינטער'ן ארעם)?
מילא דעם בארד אויפ'ן פנים, אבער אונטער'ן ארעם, לא ילבש ?

נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 11:26 am
דורך נאטרוליסט
ראשעקאל האט געשריבן:/


פון אינערליכע קוועלער ווייס איך בנאמנות אז ליפא איז צוגרינד. ער ווייסט דערפון, ער איז צעשאסן אינעווייניג אבער ער האט נישט קיין וועג צוריק.

עס פאסט אים נישט מודה צו זיין פאר די גאנצע וועלט אז "יא, כ'האב ביטער געGOOFED". זיין געוויסן לאזט אים נאכנישט דאס טאן. אבער די בעל האט שוין געקלינגען ביי אים אזוי הויך, אז ער איז שרעקליך פארלוירן פון זיין מצב.