בלאט 11 פון 13

נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2018 1:52 am
דורך שמעון וואלף
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: דער חידוש איז אז דער מנח"א האט שוין דאמאלס געהאט ספיקות איבער דעם שידוך. ווייל דער מנחת אלעזר איז דאך געווען באוואוסט אלס דער גרעסטער קנאי און לוחם אקעגן ציונות אין אלע פארמען. אפילו אקעיגן די אגודה האט ער געקעמפט. און ער זאלל אריינפאללן מיט אן איידעם א מזרחי'סט. דער רבי ר' ברוכ'ל ראבינאוויטש איז געווען זייער א וואוילער איד און א גרויסער גאון. אבער ער איז געווען נתפס לציונות...!

וואס איז דיר א חידוש, אז די מנח"א האט געהאט ספיקות אדער דאס אז ער איז אריינגעפאלן מיט א מזחיסט, אדער ביידע?

באמת איז אבער גארנישט קיין חידוש. די שידוך איז געווארן ווען ר' ברוכ'ל איז נאך געווען א יונגל. וויאזוי האט די מנח"א געקענט קאנטראלירן מיט וועם ער דרייט זיך און וואס ער ליינט אלץ בחור. בפרט אז ער איז געווען א יתום און נאכדערצו דארט אין פוילן ווי ציונים און מזרחסטים האבן אריינגעכאפט גאר אסאך פון די יונגווארג

נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2018 1:57 am
דורך שמעון וואלף
שבת אחים האט געשריבן:
סקען זייער מעגליך זיין ווייל סאיז ידוע אז דער מנח״א פלעגט כמעט אלעס פרעגן דעם אהבת ישראל אלע זיינע פראבלעמען און שווערע קוויטלעך האט ער זיך דורך גערעדט מיט אים און ער האט געהאט א געוואלדיגע התבטלות פארן סב״ק.

די חלומ'סט. די מנח"א האט שטארק מעריץ געווען די אהבת ישראל אבער צו זאגן אז ער פלעגט אלעס פרעגן, אלע שווערע קוויטלעך, געהאט א התבטלות, דאס איז דמיונות.
די שרייבסט נאך אז ס'איז ידוע, אפשר ברענגסטי עפעס א מקור, ווייל איך האב גאר אסאך געליינט פון די מנח"א און קיינמאל געזעהן איינער זאל דאס שרייבן

נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2018 2:51 am
דורך שבת אחים
שמעון וואלף האט געשריבן:

איך זאג דיר א פאקט. מיין פאטער האט געוואוינט אין זיין ערשטע דירה טיר ביי טיר לעבן ר׳ חיים בער די מונקאטשע גבאי דאס איז וואס ער האט געזאגט. ביסט טאקע גערעכט יעדע שווער קוויטל איז איבערגעטריבן. אבער ער האט אים געפרעגט אסאך זאכן און זיין מיינונג איבער אסאך זאכן. ר׳ חיים בער האט דעס געזאגט. ער האט געזאגט ״ער האט געהאט פאר אים אזא מין התבטלות וואס ער האט נישט געהאט פאר קיינעם״ פרעג דיך נאך.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2018 2:59 am
דורך שבת אחים
שמעון וואלף האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: דער חידוש איז אז דער מנח"א האט שוין דאמאלס געהאט ספיקות איבער דעם שידוך. ווייל דער מנחת אלעזר איז דאך געווען באוואוסט אלס דער גרעסטער קנאי און לוחם אקעגן ציונות אין אלע פארמען. אפילו אקעיגן די אגודה האט ער געקעמפט. און ער זאלל אריינפאללן מיט אן איידעם א מזרחי'סט. דער רבי ר' ברוכ'ל ראבינאוויטש איז געווען זייער א וואוילער איד און א גרויסער גאון. אבער ער איז געווען נתפס לציונות...!

וואס איז דיר א חידוש, אז די מנח"א האט געהאט ספיקות אדער דאס אז ער איז אריינגעפאלן מיט א מזחיסט, אדער ביידע?

באמת איז אבער גארנישט קיין חידוש. די שידוך איז געווארן ווען ר' ברוכ'ל איז נאך געווען א יונגל. וויאזוי האט די מנח"א געקענט קאנטראלירן מיט וועם ער דרייט זיך און וואס ער ליינט אלץ בחור. בפרט אז ער איז געווען א יתום און נאכדערצו דארט אין פוילן ווי ציונים און מזרחסטים האבן אריינגעכאפט גאר אסאך פון די יונגווארג

כבין נייגעריג צי ער האט טאקע געהאט ספיקות אין אפלאזן די שידוך.

כהאב אזא אינטערסאנטע פראגע: לאך נישט :roll: אויב וואלט די מנח״א אפגעלאזט די שידוך און גענומען א געלונגע איידעם וואס וואלט דורכגעלעבט די קריג וואלט סאטמאר געוועהן אזא גרויסע אימפעריע ווי סאיז היינטיגע צייטן?

סאיז ידוע אז א ריזיגע טייל פון סאטמאר זענען באמת אפשטאמיגע פון מונקאטשע חסידים ווי למשל משפחת גאלדבערגער, ראזענבערג, פערלשטיין, האראוויץ, גרינפעלד, ווייס, שפיצער, עסטרייכער, רייזמאן, שווארץ, כהנא, גראס, קאליש, גלאנץ, וכו׳ נאר היות מונקאטש האט נישט איבערגעלאזט קיין געהעריגע יורש איז זייער רביסטיווע צאמגעפאלן. דער עלטסטער זוהן ר׳ הערשלע איז נעבעך נישט געזונט געוועהן. ר׳ משה לייב דער היינטיגער מונקאטשער איז געוועהן נאך זייער יונג און ער איז בכלל נישט די גרויסע רבי מאטיריאל אנטעקן זיין זיידע דער מנחת אלעזר וואס איז געוועהן א חכם, גאון און צדיק. פון דער אנדערע זייט איז נאר געוועהן נאך איין קנאי דער סאטמארער רב ר׳ יואליש זצ״ל וואס איז אויך געוועהן א גאון און ער האט יא געהאט די קוואליפיקאציעס פון דעם מנחת אלעזר. ממילא איז סאטמאר געווארן די גרויסע אימפעריע.

ווען די באבע וואלט געהאט רעדער...

נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2018 3:17 am

דאס אלעס??? נאר ציונות? כמיין אז ער איז אויך געוועהן זייער אויפגעקלערט? ספעציעל נאך די מלחמה. אבער קען זיין אז איך בין נישט גערעכט. כהאב אים דאך נישט געקענט.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 31, 2018 7:15 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים: דאס וואס דו רופסט אויפגעקלערט איז נישט ריכטיג. ווייל דער הייליגער מנחת אלעזר האט אויכעט געקענט מעדיצין. און ער האט טאקע פארשריבן פרעסקריפשאנס וואס די אפטייק אין מונקאטש האט רעספעקטירט. איך ווייס אז דו וועסט מיך אויסלאכן. דער אלטער בעל עגלה וועיס נישט וואס ער רעדט. איך האב גערעדט צו מענטשן וועלכע זענען געבוירן אין מונאקטש. און זיי האבן דאס פארציילט. נאכמער. ס'איז געווען א פאל וואס דער מנח"א האט פארשריבן עפעס א מעדיצין פאר איינעם פון די חסידים וואס האט געליטן אויף די אויגן. און דער אפטייקער האטציך געוואונדערט פו וואו דער מנח"א האט שוין געוואוסט פון די מעדיצין. ווייל דאס איז נאך געווען א נייע מעדיצין וואס מ'האט נאר געוויסט פון דעם אין די גרויסע שטעט אזוי ווי וויען...!

לעניננו. דער עיקר חיסרון איז אז ער איז געוון נתפס לציונות. און לאמיר רעדן אפן ער איז געווען געשלאגן אויף זיין יראת שמים...!

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 01, 2018 9:50 pm
דורך יין שרף
berlbalaguleh האט געשריבן:און לאמיר רעדן אפן ער איז געווען געשלאגן אויף זיין יראת שמים...!

ח"ו, איך בין מוחה אויף דיין לעצטיגע דברי זלזול ושתות אויף רבנים.

היום אומר לו עשה כך אויפן קאשוי'ער לרפו"ש, עד שאומר לו..

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 01, 2018 10:22 pm
דורך berlbalaguleh
יין שרף:איך נעם אן דיין מחאה. אבער איך האב געלערנט אין קאשוי. און איך געדענק וואס דער היינטיגער קאשוי'ער רבי שליט"א לרפו"ש האט אלץ אנגעשטעלט. ר'האטציך ארומגעריסן מיט די עלטערע בחורים אויף א טעגליכן אופן. בעיני ראיתי ווי ער האטציך שיעור צופראסקעט מיט אן עלטערן בחור. און נאך א סאך אנדערע זאכן שאין אני רוצה לפורטם. איך אליינס האב געהאט מיט איהם א ..."פריינטליכע"...קאנפראנטאציע. אין קאשוי איז געווען א מנהג אז א סאך בחורים זענען געפארן פון קעמפ אין פארקסווילל קיין סקווירא אויף שבת מברכים אלול. א סאך בחורים זענען געפארן מיט א באס. און איך בין געווען פון די טייל בחורים וואס זענען נישט געפארן. נאר געבליבן אין קעמפ. ווען דער באס איז ארויסגעפארן פון קעמפ, קומט ער צו צו מיר און פרעגט מיך פארוואס איך בין נישט געפארן...? האביך איהם געענטפערט...אן א ספעציעלן טעם...! זאגט ער פאר מיר...אז א משוגע'נער האט אויך א טעם...נו, אזוי ענטפערט א משגיח. דער צוקונפטיגער ממלא מקום פון זיין טאטן...! איך וואלט איהם געדארפט ענטפערן אז פאר מיר איז דער קאשוי'ער רב, דער רבי, אויך גענוג גוט פאר שבת מברכים אלול...!

זיין טאטע דער דאמאלס'דיגער קאשוי'ער רב זצוק"ל איז געווען ממש דער היפוך פון איהם. ער איז געווען זייער א נעימות'דיגער מענטש. ער האט געקענט א יעדן בחור ביי זיין נאמען. און ר'האט מיטגעהאלטן מיט א יעדן בחור וואו ער האלט אין לערנען און יראת שמים.

לגבי דעם רבי ר' ברוכ'ל מ'מונקאטש: איך האב געהערט און געליינט הונדערטער מעשיות. פארשטייצעך איך גלייב נישט די מערסטע פון זיי. אבער איינס איז זייער אינטרעסאנט...ער פלעגט דאווענען זייער שנעלל שמונה עשרה. ענדיגן נאך פאר א יעדן. האבן איהם די גבאים מעורר געווען איבער דעים. אז ס'פאסט נישט אז די רבי זאלל ענדיגן שמו"ע פאר א יעדן. ער זאלל זיך כאטשיג מאכן ווי ער דאוונט לענגער. האט ער געענטפערט...דאס איז שוין נאכ'ן מאכן זיך...!

איך האב פערזענליך גארנישט אקעיגן איהם. אבער איך מעג געבן א נייטראלע, רעאליסטישע אפשאצונג...!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 12:02 am
דורך שמעון וואלף
שבת אחים האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: דער חידוש איז אז דער מנח"א האט שוין דאמאלס געהאט ספיקות איבער דעם שידוך. ווייל דער מנחת אלעזר איז דאך געווען באוואוסט אלס דער גרעסטער קנאי און לוחם אקעגן ציונות אין אלע פארמען. אפילו אקעיגן די אגודה האט ער געקעמפט. און ער זאלל אריינפאללן מיט אן איידעם א מזרחי'סט. דער רבי ר' ברוכ'ל ראבינאוויטש איז געווען זייער א וואוילער איד און א גרויסער גאון. אבער ער איז געווען נתפס לציונות...!

וואס איז דיר א חידוש, אז די מנח"א האט געהאט ספיקות אדער דאס אז ער איז אריינגעפאלן מיט א מזחיסט, אדער ביידע?

באמת איז אבער גארנישט קיין חידוש. די שידוך איז געווארן ווען ר' ברוכ'ל איז נאך געווען א יונגל. וויאזוי האט די מנח"א געקענט קאנטראלירן מיט וועם ער דרייט זיך און וואס ער ליינט אלץ בחור. בפרט אז ער איז געווען א יתום און נאכדערצו דארט אין פוילן ווי ציונים און מזרחסטים האבן אריינגעכאפט גאר אסאך פון די יונגווארג

כבין נייגעריג צי ער האט טאקע געהאט ספיקות אין אפלאזן די שידוך.

כהאב אזא אינטערסאנטע פראגע: לאך נישט :roll: אויב וואלט די מנח״א אפגעלאזט די שידוך און גענומען א געלונגע איידעם וואס וואלט דורכגעלעבט די קריג וואלט סאטמאר געוועהן אזא גרויסע אימפעריע ווי סאיז היינטיגע צייטן?

סאיז ידוע אז א ריזיגע טייל פון סאטמאר זענען באמת אפשטאמיגע פון מונקאטשע חסידים ווי למשל משפחת גאלדבערגער, ראזענבערג, פערלשטיין, האראוויץ, גרינפעלד, ווייס, שפיצער, עסטרייכער, רייזמאן, שווארץ, כהנא, גראס, קאליש, גלאנץ, וכו׳ נאר היות מונקאטש האט נישט איבערגעלאזט קיין געהעריגע יורש איז זייער רביסטיווע צאמגעפאלן. דער עלטסטער זוהן ר׳ הערשלע איז נעבעך נישט געזונט געוועהן. ר׳ משה לייב דער היינטיגער מונקאטשער איז געוועהן נאך זייער יונג און ער איז בכלל נישט די גרויסע רבי מאטיריאל אנטעקן זיין זיידע דער מנחת אלעזר וואס איז געוועהן א חכם, גאון און צדיק. פון דער אנדערע זייט איז נאר געוועהן נאך איין קנאי דער סאטמארער רב ר׳ יואליש זצ״ל וואס איז אויך געוועהן א גאון און ער האט יא געהאט די קוואליפיקאציעס פון דעם מנחת אלעזר. ממילא איז סאטמאר געווארן די גרויסע אימפעריע.

ווען די באבע וואלט געהאט רעדער...

מ'זאגט דאך אז טאמער ר' ברוכ'ל וואלט געווען אין וומ"ס און ווייטער געפירט מונקאטש וואלט סאטמאר אויסגעקוקט ווי קלויזענבורג.
ווער ווייסט

Re: רבי ברוך ממונקאטש

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 04, 2018 10:06 pm
דורך יהודי פשוט
היינט נאכט איז די יארצייט!
יהא זכרו ברוך!!!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:55 am
דורך שמעון וואלף
יהודי פשוט האט געשריבן:היינט נאכט איז די יארצייט!
יהא זכרו ברוך!!!

יהא זכרו ברו"ך

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 7:49 am
דורך אדמור מקרייניץ זצל

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 9:27 pm
דורך berlbalaguleh
אדמו"ר מקרייניץ זצ"ל: ייש"כ. ס'איז זייער שיינע סיפורי מעשיות פון דעם לינק וואס דו ברענגסט אראפ. נאר ס'איז דא א סאך סיפורי מעשיות אין די פארקערטע דיירעקשן. מסתם זענען רוב פון די מעשיות פונ'ם ספר אמת. און דער מונקאטשער רבי ר' ברוכ'ל האט געכאפט עפעס א לינקן דריי. ובאותה שעה כשר היה...!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 2:46 pm
דורך Buddy
די ווינט בלאזט אקעגן דעם צדיק וקדוש...

אויב עפעס זאגט מען אז ער איז גוט געווען אבער זיין מהלך אין ציונות האט נישט געטויגט...

רבי ברוך'ל סערעט'ר, די התעורות תשובה, קלויזנבורגע רב, הרב טייכטאל, און נאך טויזנטער צדיקי עולם האבן געהאלטן פון גיין קיין ארץ ישראל על פי תורה, און די עקשנותדיגער עם קשה עורף לאזט זיך נישט! ס'איז א הייליג פאלק אבער צוזאמען מיט דעם, אויב גדו"י זאגן זאכן וואס די עולם געפעלט נישט נעמט מען זיך גדולים וואס האלטן ווי מוויל...

די סאטמאר רב האט געזאגט אויף ר' ברוך'ל, "ער האט נישט קיין איין פאלשע ציין!" איש אמת אדורך און אדורך!!

איך האב שוין געהערט פון זקני דור הישן אזויפיל שיינע מעשיות אויף אים און זיין מסירת נפש, אבער ליידער איז נישטא ווער ס'זאל שרייבן, ווייל קיינער וויל נישט הערן און וויסן דעם אמת, עס טוט זייער וויי צו הערן אנדערש ווי מוויל,

בושה וחרפה!

ויבאו הלייצים ויתלוצאצו :)

Re: רבי ברוך ממונקאטש

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 3:48 pm
דורך גראף
Buddy האט געשריבן:

איך האב שוין געהערט פון זקני דור הישן אזויפיל שיינע מעשיות אויף אים און זיין מסירת נפש, אבער ליידער איז נישטא ווער ס'זאל שרייבן, ווייל קיינער וויל נישט הערן און וויסן דעם אמת, עס טוט זייער וויי צו הערן אנדערש ווי מוויל,

בושה וחרפה!

ויבאו הלייצים ויתלוצאצו :)

שרייב דו!! הערסט נישט אויף צו שרייבן דיינע ווייטאג'ן קענסטו שוין ארויס געבן די מעשיות.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 1:15 am
דורך שמעון וואלף
אויף אייוועלט האט @רבניש געעפענט אן אשכול און באשריבן ר' ברוכ'ל. די ערשטע דריי בלעטער זענען פיין געפארן ביז אפאר מטורפים וקטני דעת האבן זיך געכאפט וואס דא טיט זיך און האבן אנגעהויבן שרייבן שקרים ודמיונות מיט וואס זיי זענען אויפגעוואקסן. פארשטייט זיך אז ווען א צענטל דערפון וואלט געשריבן געווארן אויף איינע פון די סאטמערע רבי'ס וואלט עס גלייך פארמעקט געווארן דורך די הנהלה אבער ווען מ'שרייבט וועגן ר' ברוכ'ל מוז מען לאזן אויך שמוץ כדי מ'זאל ח"ו נישט פארכאפט ווערן. (לצים זאגן אז וויבאלד ער האט איבערגעלעבט די קריג מיט א בארד, זעען די סאטמערע (ארונים) אין אים א קאנקורענץ פאר'ן בעל דברי יואל).
איינער א גוט זאגער שרייבט איבער זיין זון יאיר און באטיטל'ט אים אלץ ממלא מקומו. קומט א צווייטער און שטעלט א בילד פון אים. איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט שטעלן א בילד ווייל מ'דארף נישט באהאלטן די אמת ובפרט א מילתא דעבידא לגלוי'. איך וויל נאר וויסן טאמער די גבאים דארט וואלטן אויך ערלויבט צו שטעלן א בילד פון הרב מייזליש מצה"ל אין די אשכול פון ברך משה.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2019 1:56 am
דורך רביה''ק זי''ע
איז דא עפעס א תשובה פון ר' ברוכ'ל איבער יום טוב שני בזמן הזה?

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2019 9:20 pm
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: מיט'ן גאנצן רעספעקט וואס איך האב צו איהם, וואלט איך ממילא נישט אנגענומען זיין פסק להלכה. איך בין טאקע (ב"ה) א ליבעראלער מענטש אין מיינע השקפות. אבער איך האב ליעב צו הערן א פסק אין הלכה למעשה פון א דיין א ירא שמים...!

And he was a cool guy...!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 2:37 am
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:רביה"ק זי"ע: מיט'ן גאנצן רעספעקט וואס איך האב צו איהם, וואלט איך ממילא נישט אנגענומען זיין פסק להלכה. איך בין טאקע (ב"ה) א ליבעראלער מענטש אין מיינע השקפות. אבער איך האב ליעב צו הערן א פסק אין הלכה למעשה פון א דיין א ירא שמים...!

And he was a cool guy...!

דיסלייק. ער איז נישט געווען א ירא שמים?

מהיכי תיתי? וואס דיפיינד א ירא שמים ביי דיר?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2019 4:16 am
דורך berlbalaguleh
וואלווי: ביטע נעם עס נישט פערזענליך. איך האב געהערט און געליינט פארשידענע מעשיות איבער איהם. מעגליך אז ס'זענען נאר געווען אויסגעטראכט ביי בייזוויליגע מענטשן...!

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2019 11:24 am
דורך [NAMELESS]
.

כי ברוך הוא ח''ב

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2019 10:24 am
דורך מחצה''ק

נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2019 2:44 pm
דורך מחצה''ק
אין פתח תקוה די לינקע ביי די עק